טיילווייזער מפתח אויפן שפראך פארום

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

טיילווייזער מפתח אויפן שפראך פארום

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 22, 2008 6:45 pm

בעזהשי"ת

פרישע אשכולות זענען צוגעלייגט געווארן אור ליום ה' תצא, י"א אלול תשס"ח לפ"ק

לשון הקודש

פירוש המלות = לשון קודש
(באהאנדלט: אמנם/אמן/אמת, אבל, ברם, [בדרך אגב: אן אפהאנדלונג איבער אונזער לשון הקודש], יוכל/תוכל/יכולה, משמעות/משמעיות, שתשמש/שישמש, נכון/נכונים, מילים/מילות, שם/שמות, מנורה/מנורות, שלחן/שלחנות, בן/בנים, אשה/נשים, אב/אבות, תהלה/תהלים/ות, מחנה/מחנות, שנה/שנים, קיר/קירות, מלים/מלין, מילה/מילות, די מקור פונעם ווארט 'מילה', מילין/מיליא/מילתא, [דרך אגב: דקדוק: קמץ גדול פון ענו ואמרו, שבע שבלים]).

הגהות והערות על אשכול "לשון הקודש"
(באהאנדלט: לסובב/להסב = פארדרייען, לנסוע/להסיע, ינתן אפשרית/יתאפשר, תודה, לשון קודש/ארמית, חושב/מדמה, נו"ן ארוך בסוף התיבה, נמק/נימוק, תוכן, קטע, שלב).

אשכול ראשי תיבות
(עפנט די פאלגענדע ראשי תיבות: יכב"ץ, אותיות צו"ר, יצעמלאי"ס, יצאאב"ב, מגן אברהם נ"י [אגב: א גאנצע שמועס איבער דעם ספר מגן אברהם און די מגיני ארץ שו"ע], בל"נ ובל"ח ובל"ק, באאא"ה, ודו"ק, וק"ל, ושכמ"ה, עסמ"ב, אנקסת"ם וכו' (פון דוכנ'ן), חב"ד דיעו"ר, אאעבב"ז, אאאא"א, ישסו"ת, אוה"מ, תא"ו נ"ב ח"ג).

חסיד-חסידים-חסידות
(באהאנדלט: די עוועלוציע/Etymology פונעם ווארט "חסיד", פונעם שורש "חסד", זינט "מתנגדים" זענען "קעגנער" באדייט חסיד א "שטיצער", וויאזוי רופט מען די פרוי, חסידה/חסידות'טע? באהאנדלט אויך: חסידות, חסיד'יש).

ממש
(באהאנדלט: די באדייט פונעם ווארט. אגב: וואו מיר געפונען אין די תורה א אידישע ווארט: שניר/שניי. אויך די רש"י אויף ויהס כלב: שי"ט).

חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט
(וואס איז די אפטייטש דערפון? שטארקייט? קינדערישע גערעדעכץ? לשון סגי נהור?).

כמעט
(באהאנדלט די דיפערענץ צווישן כמעט/שיער, און די אויסלייג פון שיעור/שיער).

צליחה
(די אפטייטש דערפון: שפאלטן, אדער אדורכמאכן/אריבערגיין/אדורכלעבן/איבערהאקן/אדורכקנאקן).

עם הארץ, עמי הארץ, עם הארצים, עם הארצות (אמעראצעם)
(באהאנדלט די לשון רבים פון עם הארץ. בדרך אגב: נארנים/נארן'ס, כתב-יד/כתבי-יד/כתבי-ידות, בית הכנסת/בתי-כנסת/בתי-כנסיות. ווערט צוגעברענגט א שמועס דערוועגן אין אלט שטאט, אינעם לאנגן אשכול:עטליכע כללים אין די אידישע שפראך, געוויסע תגובות ווערן ציטירט וואס אנבאלאנגט די טעמע פון עמי הארץ. בדרך אגב: שאלאכטס/שאלעכץ).

אידישיסטישע לה"ק ווערטער
(לשון הקודש ווערטער וואס מ'נוצט אין אידיש מיט אן אנדערן באדייט. ווערטער: בכלל/כלל, בשעת/בעת, מסופק/ספק'דיג, אין 'תוך' גענומען, סוף סוף).

למשל אדער לדוגמה
(שמועסט איבער דעם דיפערענץ צווישן די 2 ווערטער).

רעיונות, אדער געדאנקן
(באהאנדלט: די אפטייטש פונעם ווארט רעיון. באהאנדלט אויך: בייפאל/איינפאל, געדאנק/געדאנקן).

ואתכם הסליחה
(די אפטייטש דערפון, דער מקור: 'כי עמך הסליחה').

משען - משפחות שצריכות עזר נכונה
(איז דער נאמען פונעם ארגאניזאציע אויסגעהאלטן לויט די גראמאטיק פון לשון הקודש?)

דריי-קאנטיגע אנאגראם אין לשה"ק
(פונעם ווארט "בקר" קען ווערן 6 ווערטער, אויך פונעם ווארט חמר, רעב, שרף. אגב: צירופים פון ענג/נגע, צרה/צהר).

עברית (הטמאה)
טרי=פריש, וואו איז דער מקור?
(די אפשטאם פונעם העברעאישן ווארט 'טרי' אלס פריש/פייכט. בדרך אגב: קטנטן, כלבלב, ירקרק, אדמדם [מחלוקת הראשונים דערין]. די מקור פונעם העברעאישן שניה/סעקונדע/second, לשון הקודש'דיגע דבר והפיכו ווערטער, צב"ש: ושרשך. שמלה/שלמה. די ווארט 'מזור' = מחלה ורפואה. די חילוקים צווישן פצע/חבורה/מכה טריה. טריה/טריה. אויך: ווערטער וואס האבן אין עברית א פארקערטע משמעות ווי לה"ק: כהה. די ווארט 'רענן' און איר באדייט).

אראמיש
אראמיש (אימור דאמרינן)
(באהאנדלט: די אפטייטש פונעם ווארט 'אימור' דאמרינן, מתי/אימת/מאימתי).

אידיש

עטליכע כללים אויף די אידישע שפראך
(א לענגערע אשכול אין קרעטשמע שבהיידפארק, באהאנדלט: און/אין, דו/די, זון/זוהן/זיהן, א/אן, ווי/וואו, צי/צו/ציה, אונז-האמיר/מיר-האבן/אונז-האבן-מיר/אונז-האמער, טוט/טוהט/טיהט, גוט/גיט/גיבט/געט, עטץ/איר/ענק, געטאן/געטוהן, שטומע ה'ס (צום ביישפיל: זוהן, טוהן, פליעהן), פוס/פיס, פאראן/פארהאן/פארהאנען/פארהאנדן, אדער/אבער, מעג/טאר, הונדערט/הונדרעט, געווינען/געוואונען, פארשווינדן/פארשוואונדן, ["מענטשעלע" דרוקט זיך אויס: די בעסטע פרימע מקורות צו לייענען אידיש אויסגעהאלטן געשריבן זענען 1) "דאס אידישע ווארט", 2) "מעלות"], פיל/פול/פיהל, געפיהל, (לה"ק: פיל/פול), [די חילוק צווישן א קאמע "," און סעמי-קאלאן ";"], (לה"ק: בלע"ז/בלעז, ודו"ק/ודוק), צען/ציין/ציינער, גאנצע/גאנצעטע, טשעפן/טשעפענען, (ענגליש: בוטס/בוטסעס), דעריבער/דעראיבער, [וואו לייגט מען דעם פינטל ".", בעפאר די איינגערינגלטע ".)" אדער דערנאך ").", די זעלבע ביי ציטאטן ." אדער ".], דאקטערס/דאקטוירים, ריכטיג/ריכטיק, הייליג/הייליק, SO/טא, ווען/וועין, עמי-הארץ/הארצות, ביימער/בוימער, געווענטליך/געווענליך, דערום/דעריבער, [אידישע כללים: אנשטאט ב'/וו', ח'/כ', כל'/ק', שע'/ס', תל'/ט'], אויבן/אויוון, [שפראך כללים: שם הפועל, שם עצם, פעלי עזר, שם אחיזה, געפיהל ווערטער], כללים פון די/דער/דעם, דיעזע/דאזיגע, אנגעהויבן/אנגעפאנגן, געענדיגט/געפארטיגט/געקאנטשעט, צענדליגער/צעהנדליגער, ס'טייטש/ס'טייטשט, פרייליך/פריילעך, לאמיר/לאמיך, אזש, אפשיי, וואספארא/סארא).

אידיש
(נאך אן אשכול פון אלט קרעטשמע. באהאנדלט: אנונג/מושג, היי-יאר/היי-וואך, אייער-נעכטן/איבער-מארגן, יענע-וואך/פאריגע-וואך, [לה"ק: דויד, נין/נכד]).

הויכע יידישע ווערטער-בוך = לעקסיקאן
(באהאנדלט הויך-אידישע ווערטער, צב"ש: פראוואצירט, פראוואקאציע, פרעצעדענט, לעקסיקאן, אדיוטאנט, יאווע, ארכי, פארדושנעט, וואקאל, קאלאמוטנע, בערייט, פארגייט, נאסטאלגיע, עראינערן, אינטימליכע, אפלאדיסמענט, [בדרך אגב ווערט אויסגעשמועסט די נאכזילבע פון פילס/פילען], אויסגעשפראכן, געמיינזאמער/אלגעמיינער, מונדליך, רעטאריק, לייסטונג, ביישטייערונג,

פארשידענע ווערטער און זייער אויסלייג אויף אידיש
(באהאנדלט: אבערוואז, געזאלט, ערווענט, אקארשט, אקוראט, אנומעלט, עקסטראדע, שלאבעריש, נאווינע, אנגאזשירט, שיער, עקסטאז, אירע, און/אין, עימיצער/איינער, פונקטליך/פינקטליך, דו/דא, באלד/גלייך/גראד/שוין, אויסעווייניג/אויסנווייניג/אויסעווענדיג, פארלעגנהייט/פארגעלעגנהייט, קימפעטארין/קינדבעטארין, דעס/דעי.

אן אשכול אין אלט קרעטשמע איבער אידישע ווערטער
(באהאנדלט: באבע/באבא-מעשה/אויפגעבאבעלט, שרעקוודיג, זעעוודיג, [פון 'אבערוואז' ביז 'עקסטאז' זענען שפעטער אריבערגעפירט געווארן אינעם דערנעבנדיגן אשכול פון ניי שטאט], טאקע/ן, און/אונד, פילייכט/לכאורה/ווארשיינליך/אויבנאויף/מסתמא, סיידן, פונקטליך/פינקטליך, נאטורליך/נאטירליך, אומפאזאנט, גיב-אכט/גיב-אבאכט, טעמבל, קאצקע/קאצקאש, אזאנע/אזעלכע, ביילייפיג/בייערלייפיג, פארלייפיג, דורשניטליך/מיטלגאטיג/מיטלגאטונג/מיטלמעסיג, אפיר, דעמאלטס/דענסמאל, מיינט, אייער/ע, 'אציע' (טראנספארטאציע וכדומה), ענגליש: YET, לשון קודש: חושים, אידיש: ניט/נישט/ניקס/נישטיג).

אידישע ווערטער און זייער אויסלייג
(באהאנדלט: וואו אפט אריינשטעלן א "קאמע", ענגלישע ווערטער מיט א שטומע K צב"ש knife, know. זארעכפעפער שטעלט אראפ דעם כלל: אידיש ווערט געשריבן לויטן ליטווישן אקצענט. ערקלערט און/אין, דו/די, וואו/ווי. אגב: סגול מלא אין דקדוק. די אויסלייג פון פראווון/פרואוון/פרובירן/פריוון. פלראחוון. ספראוון. דריי ווי"ן נאכאנאנד אין אידיש? די אויסלייג פון צואווארטן. געוויסט/געוואוסט/געווולסט. אגב: די חב"ד הברה פון מלאפום. מאשקע לערנט אויס די אויסלייג פון פארן/פאר'ן, ברודער/ברידער, גע'חזר'ט, גרעניץ/באגרעניץ, מיטן/מיט'ן, באצאלן/באצאהלן, צוקונפט, די-וועלט/דער-וועלט, צאהלן/צאלן, סענט/צענט. אגב: וואס מיינט 'אומפולסיוו'? וואס איז ריכטיג/ריכטיק? [זארעכפעפער: ווענדט זיך אין געאגראפישן אפשטאם פונעם שרייבער]. די ווארט 'אונד').

זין-זון
(ווען שרייבט מען זין/זון/זוהן/זיהן [מר. אידיש זאגט אז די שטומע ה"א איז איבריג אין די אידישע שפראך]. אויך: וויאזוי זאגט מען MIND/SENSE אויף אידיש זין/זינען. וויאזוי זאגט מען חוש/סענס אויף אידיש. בדרך אגב: אידיש/יודיש, אינגערמאן/יונגערמאן).

אלץ/אלס
(דער כלל ווען מען נוצט אלץ/אלס. בדרך אגב ווערט באהאנדלט: 'דאנקט').

ענליך/ענדליך
(ווען נוצט מען ענליך און ווען ענדליך, וויאזוי שרייבט מען יענער 'ענדלט' אין יענעם).

משיכה אויף אידיש
(די ריכטיגע אויסלייג פון ציה, ציהען/ציען. ווען לייגט מען צו א ה', ווען פאלט עס אוועק. בדרך אגב: פיהל (הרגשה), פיל, פיהלען/פילען/פילן, פילן/שפירן, געפיהל/מיטגעפיל. געהן, זעהן, שטעהן, דאנקע-שעהן).

דיר/מיר אדער דיך/מיך
(באהאנדלט ווען מ'באנוצט דיר/מיר און ווען דיך/מיך, ווענדט זיך אין 'פראפאזישאן', צב"ש: איבער, אויף, אונטער, ביי, מיט, פאר, פון, צו [בדרך אגב שמועסט מען פון דעם/דער]. "דיזע-ערצעהלונג" שטעלט אראפ די כללים וואס א "פרעפאזישאן" טוישט. "טריאו" שטעלט אראפ א כלל לגבי מיר/מיך דיך/דיר).

לשון רבים
(וויאזוי שרייבט מען פארשידענע אידישע ווערטער אין מערצאל, צב"ש: פערד/ן, פיש/ן, אמעריקאנע/ר/ס, טעלער/ס, מענטש/ן, פלעשער, גאפלעך, לעפלעך, מעסערס. שמועסט אויס דעם רש"י אין פ' וישלח אז אויף שוורים הרבה זאגט מען 'שור', די נאכזילבע 'לעך', [בדרך אגב שמועסט מען דארט אביסל פון ר' יו"ט ערליך'ס טעיפס]).

מיינע פראגעס, קלערן, און תיקו'ס
(באהאנדלט די ריכטיגע אויסלייג פון: געלבליך, געמיטליך, ערליך, ווארים, גליקליך. דערמארדעט/ערמארדעט, דערשיטערט/ערשיטערט, דערשטוינט/ערשטוינט. אומצופרידנהייט/אומצופרידנקייט, שטארקהייט/שטארקייט. אויך: וויאזוי דרייט מען איבער פון לשון יחיד צו לשון רבים: שאכטל/עך, בענקל/עך, קלאפ/קלעפ, פאטש/פעטש, האלץ/העלצער, בוים/ביימער, בוך/ביכער, מאנטל/ן, פאפיר/ן, צווייג/ן. לאמפ/לעמפ. בדרך אגב: הענגל/געהענגל. אויך: די ווארט "און" ביי א ליסטע פון זאכן, צב"ש: קלארער, ריינער "און" שארפער. וואו לייגט מען די "קאמע" נאך/פאר די גענזן-פיס/האלבע-רינגל. די ווארט כמעט אין אידיש. די ווארט פילן/געפיהל).

טאג/טעג
("צען טאג" אדער "צען טעג"? צען יאר/ן?).

די ד' רוחות אויף אידיש
(מזרח-מערב-דרום-צפון = אוסט-וועסט-נארד-זיד. אגב: די טעם פון די לשון קודש'ע נעמען. א גאנצע פאלעמיק אויב מען זאל נוצן די לשון-קודש'ע טערמינען אדער אידישע).

געזעצן/געזעסן
(באהאנדלט די אויסלייג פון געזעצן/געזעסן/געזיצן).

דאמאלט, דעמאלט, דעמאלס, דעמאלסט
(די ריכטיגע אויסלייג פונעם ווארט. אויך: יעמאלט, דענסמאל, דעמאלטס).

..ען אדער ..ער
(באהאנדלט די נאכזילבעס ער/ען, צב"ש: אינטערסאנטן/אינטערסאנטער, געוויסער/געוויסען, נוצבארע/נוצבארען).

אפטייטש פונעם ווארט "הער"
(באהאנדלט: די פארשידענע באדייטן פונעם ווארט 'הער', באהאנדלט אויך: CERTAIN = געוויסע/זיכער/באשטימטע).

געוויס, באשטימט און certain.
(ענליך צום פריערדיגן. באהאנדלט אויך: גלייך/like).

אינדרויסן-אינווייניג
(מען צונעמט די דאזיגע ווערטער און זייער באדייט, אויך די ענגלישע OUTSIDE. בדרך אגב: די באדייט פון האנטוך, הענטשוך, פארטוך, ווישטוך/אפווישטוך, טיכל. מיללער שטעלט אראפ די חילוקים פון ארויס/אריין, אויס/איין, אינדערויסן/אינדערינען, אינעווייניג(אינווענדיג)/אויסנווייניג(אויסנווענדיג), אין/פון, אינצווישן/פונצווישן).

די ווארט "פאר"
(באהאנדלט: ווערטער וואס הייבן זיך אן מיט 'פאר', צום ביישפיל: פארוואס, פארפארן, פארהאנען, פארלאפן, פארשטאנען, פארמאכט, פארווייטאגט, פארזוך, פארטראכט, פארזוימט, פארלייפיג, פאראויס. באהאנדלט אויך: פאר/בעפאר, פארגאנגען, פארטיג, פארפעלט, פארשטיי).

געפארכטן אדער געפארכט
(וויאזוי שרייבט מען?. באהאנדלט אויך געטאנצט/געטאנצן, א חילוק פון לשון עבר/הוה/עתיד?).

אלזא
(באהאנדלט: די באדייט פון 'אלזא').

וויאזוי זאגט מען "אפילו" אויף אידיש?
(ענטפער: זאגאר. בדרך אגב: despite =טראץ דעם וואס, although = כאטשיג, though = כאטש, even = אפילו/זאגאר).

אנעקדאטן
(באהאנדלט די אויסלייג און באדייט פונעם ווארט 'אנעקדאטן', באהאנדלט בדרך אגב דעם ווארט 'קאנטעקסט').

אונטער די קוליסן
(באהאנדלט די באדייט דערפון. באהאנדלט אויך "מאחורי הפרגוד/הקלעים", אונטער/הונטער, און די שורש פונעם ווארט 'קוליס').

אין איין
(באהאנדלט די אויסדרוק: ער האלט "אין איין" עסן וכדומה, לאמיר טאנצן "אינאיינעם").

איי - אייער-נעכטן - בעפאר
(באהאנדלט דעם ווארט "איי" וואס ווערט גענוצט בלשון תמיה, אויך אייער-נעכטן/איידער-נעכטן).

וואס באדייט די ווארט
(באהאנדלט די ווארט 'ליגע').

ערגעץ
(די פונקטליכע אפטייטש פונעם ווארט "ערגעץ").

האסט א בליי אויף דיר/ביי דיר
(וויאזוי איז די ריכטיגע אויסדרוק? אויף-דיר/ביי-דיר/ענגליש: WITH YOU. אגב: אויב די ווארט "ביי"/דורך אויף אידיש האט שייכות מיטן ענגלישן BY/נעבן).

שינדלער ליסטע
(באהאנדלט א טוץ ווערטער, זייער באדייט און אויסלייג. אריינגערעכנט: אונטערנעמער, פריידיגע, נאאיוו/פרימיטיוו, געהודזשעט, פאראכטעט, פריינדינעס, עלטסטע/עלסטע, ווארטנדע, געשעהניש/געשעעניש, צווייפלנדע, נאכגעלאזן, אירע/איהרע, אויפהאלטונג/מעינטענענס, פארריכטונגען/רענאוואציעס).
(צוזאמגעשטעלט געווארן מיט שינדלער ליסטע 2, וואס באהאנדלט אויך: עקסטראקטן, געמישן, וואסאמאל, הערבארע, אפציווישען/אפצואווישן, לעבנסלוסט, פאראייביגונג, באהויפטעט, געפרואווט, באגרעניצונג/באגרעניצטקייט, פארגיטעט/פארגוטיגט, קעגנזאץ, מוטערליכע, נאכגעלאזט/פארנאכלעסיגט, ערציערן, צוהעלפערין, באדייטעט, שפאגעלנדע/שפאגלענדע, ענליך/ענלעך, איזדעקעווען, האסטיג, האפענונגסלאז, באגנוגן/באגניגן/באגעניגן, אקופירונג/אקופאציע, טראנסמיטאר/טראנזיסטאר, געפריידט, איינריכטען, איינשטעלן, אקטיוויטעטן, אקעגנגעלאפן/אנטקעגנגעלאפן, געפון/געפין, געפונט/געפינט, פיפס, אויסנווייניג/אויסעווייניג, אנטשייד, עקזעמפלארן, דערקעגנדע/אנטקעגנדיגע, געפיינטעט, וועזנהייט, וועזן, אנגעטראגן/אונטערגעטראגן, פארנאכלעסיגטע, פופעס/ליאלקעס, עהרליכקייט, ערפארונג/דערפארונג, באגרעניצונג/באגרענעצונג, פארזאמלונג, ערווארטנדע/דערווארטנדע/דערווארטעטע/ערווארטעטע, גויישע/גוי'אישע, ארבייטער, ארבעטער, בליטשקענדיג, פאלגנדן, פארשוואונדונג, מיספארשטענדעניש, פראכטפול, ערפילט, רעדעוודיג, עמפינדלעך, שרייענדע, טאראסע, זאכליך, אויפריכטיג, אפנהארציג, הין/אהין, זעהבארע, ווארעם/ווארים, אויפמונטערנדע, אפמוטשענד, מינדעסטן, אינגן/יונגן/יינגן, ענטשיידענד, ערשיטערט/דערשיטערט, אויפאמאל, רעלעוואנט, קיינע, אנטרינט, הונטערגרונט, געשאקלט, אנגענעם/אנגענעהם, רייזנדיג, ווידעראום, באנג, רירנדן, בליהנדע/בליענדע, באצויבערנדע, היבש/היפש, אנגעוויזנהייט/אנגעוויזנקייט, גנב'ען/גנב'נען/גנב'ענען, צוזאמענגעזאמלט/צוזאמגעזאמלט/איינגעזאמלט, הערן/הערין/הערינטע, שפאנענדן, טרוים, וועסטו, ערנערט, ווילן, געברויכטע, שניידערין, געלבליכן/געלבלעכן, בלוזקע, גענאסן, פלוידערער, אוממערקבארע, שיפע, צוטשעפענען, ארויפשטייגן/אויפשטייגן/איינשטייגן, אינגער/יונגער/יינגער, אראפגעשטייגט/אפגעשטייגט/אויסגעשטייגט, מאטערניש, נאנטסטן/נענטסטן, אינג/יונג/יינג, אפטער, וויסטעניש, בעדינג/באדינג, געשנארכט/געשנארכעצט, געעהרטער/געערטער, פריינד/פריינט, אויסגעמאלן/אויסגעמאלעוועט, צוזאמפאלן/צוזאמענפאלן, געלייהט/געלייט/געלייעט, פליס/פלוס, אבוועזנד, קעגן/געגן/קייגן, צופוסנס/ציפוסנס/צופיסנס, פאמעלאך/פאמעליך, נאטירליך/נאטורליך, פארהאנגען/פירהאנגען/פירהענג, פראכטיגע, פינסטערניש/פינצטערניש, עלעקטריציטעט/עלעקטריע, אין צווישן/אינצווישן, שרענק/שענק, דייטשמעריש, געבושעוועט/געבוזשעוועט, צווייפלען/צווייפלענישן, שטוינונג/דערשטוינונג, געגלוסט, פאסנדע/פאסיגע, שפאגלענעם, שפור, שוויסקען, פאנקן, קראכמאלנירט, טאנצנדיגן, קענטיג/קענטליך, שפעקולאציעס, צופרידנהייט/צופרידנקייט, קארפאטן-רוסלאנד, לייד/ליידן, קורפיא, הינטערשטן, באגניגנט/באגנוגנט, שיך/שוך, דעסטוועגן, אייגנטימערין, הארץ-קלאפן/קלאפענישן/קלעפ, אפגענומענע, ברומען/ברימן, אויסגעשטאט, באשאפן/באשאפונג, צוזאמענארבייט/צוזאמארבייט/צוזאמענארבעט, קערבלעך/קערב, בעבעס/בעבלעך, געקעכץ/געקעכטס, ברום/ברים, לאדן, וויינענדיג, וויינערייען, אויסקוקן, דעריבער, פארווירקליכונג, באוואוסטזיניג, איינגענג, אונטערטאנען/אינטערטאנען, אונטערנאציאנאל/אינטערנאציאנאל [אגב: א גאנצע שמועס וועגן דעם ווארט. אויך: אלוועלטליך/גלאבאל, בין-לאומי], איבערמידליכע/אומערמידליכע, העלדישע, קאנע, האמערלעך/העמערלעך, דולדיג/געדולדיג, שעלטונג, פארוו(י)עלקט, געפיהלן, רויבערין, ערווארבן, צוגלייך, פלומעניצע/ניכטע, באדינגונגען/באדינגן, געעגבערט).

יאנטשי/קיוט, שטארי/קלעסי
(די פונקטליכע באדייט דערפון. אגב: די דערהער פון אנטאנים/סינאנים אין שפראך).

שפראך הילף
(וויאזוי טייטשט מען איבער 'עטעטשמענט' אויף אידיש).

אינטערסאנטע ווערטער אין די אידישע דיקשאנערי
(באהאנדלט: לעידיבאג/משה-רבינו'ס-קיעלע, פינאטס/משה-רבינו-ניסלעך/רבי-ניסלעך/ערדנוס/סטאשקע/פיסטאשקע, סטאשקע-שמיר [וויינרייך]/נוס-פוטער, חכם-פון-מה-נשתנה, האצע(נ)פלאץ/האנאלולו/טיזינאבי).

ווי הויעך קען צייט זיין
(באהאנדלט דעם אויסדרוק: שוין די העכסטע צייט. בדרך אגב, טערמינען: העכסט/היבש/גאנץ).

ביסטו, בין איך, איז ער, איז דאס
(באהאנדלט דעם שורש פונעם ווארט 'ביסטו', ביסט, בין, איז. בלשון נוכח: ביסט/ביסטו, האסטו, גייסטו, בלשון רבים: 'מיר', זעמיר, לאמיר, גיימיר. בדרך אגב: מוזסט/ביזסט. וועל/וועסט, בין/ביסט, איך-האב/דו-האסט,

וואס-פאר-א, וואסערע, וועלכע
(ווען זאגט מען וואסערע/וואספארא, און ווען וועלכע, און וואס איז דער שורש פון וואסערע, אויב עס עקזיסטירט בכלל אזא ווארט).
וואס איז געשען צו וואסער און וואס האט פאסירט צו
(המשך צום פריערדיגן שמועס).

מער ווייניגער
(וואס איז דער פשט פון דעם אויסדרוק? דרך אגב: דער זעלבער אויסדרוק אויף עברית, ספאניש, להבדיל לה"ק).

אביסל-אסאך, אסאך-אביסל
(שמועסט אויס דעם קינדערישן אויסדרוק "אביסל-אסאך", אויך דעם אויסדרוק גאנץ-אסאך, היבש-אסאך).

לאלעך, ליילעך, וואסער, און וואס אינצווישן
(די ריכטיגע אויסלייג פון לוילעך וואסער, א ליילעך פארן בעט).

פראקטס מיך אויס דא, איך וויל מיך לערנען
(א מיטגליד בעט מען זאל אים אויסבעסערן זיינע שריפטן. צווישן אנדערע ווערן קלארגעשטעלט די ריכטיגע אויסלייגן פון: אפילו, צוריק, דיסקוסירט/דיסקוטירט, וועלכע, לייגן, חתימה. ווערט אויך אויסגעשמועסט די חילוק צווישן צו/צי. אגב: א/אן, געט/גיט, דיך/דיר, שרייבער/ס).

אויסדרוקן
(באהאנדלט: טויט צי לעבעדיג, טויט צי רויט, א יאר מיט א מיטוואך).

יידישע אויסדרוקן אויף ענגליש
(באהאנדלט: האק נישט אין טשייניק, פארדריי נישט/האק נישט אין קאפ אריין, רעדן פאר פייער און וואסער, ווארפן זאמד אין די אויגן, בלעכענעם פנים, קעלבערנע אויגן, אויפן קאפ געפאלן, שבע חקירות ושבע בדיקות, פיפיגער סוחר, א בחור מיט ביינער, עס גייט א רויעך, די ווענט האבן מיטגעשפרונגן, געמאכטע תמימות, ברייטע פלייצעס, א יאר און א מיטוואך, קלאפער געצייג. בדרך אגב: אין ענגליש איז דא די זעלבע סארט אויסדרוקן, זאגאר מער).

גירסא דינקותא
(באהאנדלט: גלגולת = קאפצאל, מים חיים = שפרענג/שפרינג וואסער, אשי = א פייער אפפער, רקיע = אן איבערציער, והנה = און נון).

נחלה - אן ארבטייל
(אלטע טייטש ווערטער פון חדר: צפיחית בדבש, והנה=נון/אט, בהמה=פיה, ריח-ניחוח, אשה=פייער-אפפער, באחו=וויזע. אגב: טייטשן פון ר' מאיר פרימישלאנער: בגלל אבות תושיע בנים, אם עונינו אנו בנו. אגב דאגב, פאלשע פשטים: 'והיה' כי תצא, השיבנו ה' 'אלקיך' ונשובה, 'שובר' כל עצמותיו).

די געדאנקן לויפן אויפן ריקליינער
(הומאריסטישע געדאנקן איבער דעם געשמאקן "ריקליינער", נו-גאד. בדרך אגב: רוקן/ריקן).

די געדאנקען זיצען אויפן בענקל (פעליטאן)
(מיללער צונעמט דעם ווארט בענקל פון אלע זייטן אויף אן הומאריסטישן פארנעם. בדרך אגב: זארעכפעפער טוט דאס זעלביגע מיטן בעקל).

נער אדער נאר
(באהאנדלט דעם שורש און דעם אויסלייג פון "נער/נאר", נאראנים, דאקטוירים, פויערים).

געניאל, געניוס/genius, גאון, עילוי
(ווען נוצט מען דעם ווארט 'געניאל'? אויף א גברא/חפצא? שטאמט דאס פון געניוס? באהאנדלט אויך: דזשעני, INGENIOUS, עילוי. דער חילוק צווישן עילוי/גאון).

נעמען אין אידיש און זייער קאלעגע אין ענגליש
(ווער האט מחליט געווען וועלכע ענגלישע נאמען איז אנשטאט דעם אידישן נאמען? צב"ש הערשל/הערמאן, ברוך/בערנארד, ליפא/לעפאלד. אגב: די ביאגראפיע פון ר' 'מאזעס' חיים ליטש סג"ל ראזנבוים אב"ד קליינווארדיין. אויך: א קפידא נישט צו רופן אויף גוי'איש מיטן זעלבן אידישן נאמען, JOEL/YOEL. אגב: ווארים/ווארום/ווארעם. א שמועס איבער JEWISHGEN.ORG).

ענגליש
בעיביסיטן BABYSITTING
(די ווארט 'בעיביסיטן' מיינט ווען מען באקומט געלט דערפאר, אדער אפילו ווען מען היט די אייגענע קינדער? און וויאזוי זאגט מען דאס אויף אידיש?)

ריכטער-וואגשאהל אויף ערד-ציטערניש שטארקייט
(די אפטייטש פון ריכטער-מאס. דרך אגב: א ביאור בדרך הלצה אויף ערד-ציטערניש און ריכטער-שטוהל).

אידישע ווערטער וואס זענען אריינגעפאלן אין ענגלישע שפראך
(לינק צו ליסטע פון פארבלאנדזשעטע אידישע ווערטער, אריינגערעכנט: בייגל, בלינץ, גליטש, לאקס, היימיש, קיבוצ'ן. אגב: א מאור ושמש וועגן לאקס, א שמועס אויב לאקס איז די זעלבע זאך ווי סעלמאן).

לאטייניש
לאטייניש
(אן אינטערסאנטער חתם סופר וועגן די לאטיינישע שפראך).

סימבאלן
וואס איז וואס?
(באהאנדלט די סימבאלן פונעם קיע-באורד:!@#$%^&*)(_+:"?<> א.א.וו. באהאנדלט אויך: די באקאנטע ";" וואס מיר נוצן אין קרעטשמע ביים אדרעסירן א ניק, די ווארט 'קאנסעקווענץ').

וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג
(דארף מען שטעלן א פינטל/קאמע נאך א פראגע/אויסדרוק צייכן? וויאזוי ענדיגט מען א פארגראף וואס פארמאגט דריי פינטעלעך צום סוף...? אגב: כללים פון קאמעס און פעריאדן, וויפיל איז נארמאל אריינצושטעלן אין א פראגראף).

חידה: געשריבענע כללים אן צייכענונגען
(זארעכפעפער ציטירט פון ספר שלטי הגבורים איבערן באנוץ פונעם "קאמע", "פינטל", און "סעמי-קאלאן". בדרך אגב: דער "דעש -", כ"ף יוונית, ג"ם יוונית, יוונישע אלפא-ביתא).

פארשידענס
וויפיל שפראכן קענט איר
(קרעטשמע מיטגלידער דערציילן זייערע שפראך קענטעניסן, לה"ק/אראמיש/אידיש/ענגליש/רוסיש/אראביש/ספאניש. דרך אגב: הערליכע שמועסן איבער די אראבישע שריפט פון רעכטס צו לינקס, דער מורה נבוכים, היינטיגע און אמאליגע אראביש, כתב עברי, מגילות ים המלח).

גייסטישע שמערצן און פייניגונגען
(א שרייבער מוטשעט זיך אויפצוקומען מיטן בעסטן אויסדרוק פאר זיינע געדאנקן. בדרך אגב ווערט אויסגעשמועסט: פאזיטיווער פארשוין/אפטימיסט, פערספעקטיוו, אביעקטיוו. עס קומט אויף די טעמע פון "הארקאווי ווערטערבוך", "מאשקע" שטעלט ארויף דעם גאנצן בוך).

די מונדליכע שפראך
(באהאנדלט די רעדנערישע טאלאנט).

אויסגאבעס
פארוואס שפירן זיי נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן
(קרעזי רעדט זיך אפ פארוואס די "מעלות" האט נישט געענטפערט אויף א בריוו איבער פלעין אידיש, ליינט דעם גאנצן בריוו אינעם אשכול).

ווערטער ביכער
וויינרייך דיקשאנערי האט איינער?
(מיללער זוכט דעם קאמפיוטער ווערסיע דערפון).

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט