Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך יולי 02, 2008 9:06 pm

מר. אידיש, איך פריי זיך אז דו האסט נאך געליינט מיין באהויפטונג, און יאשר כוחך פאר'ן מגיב זיין. איין זאך וויל איך אייך זאגן, די סיבה פארוואס איך האב דאס נעכטן געשריבן, איז געווען: ווייל איך האב איך געוואלט מיט דעם מודיע זיין, אז: לא אלמן ישראל, א גרויס חלק, און מ'קען זאגן אז רוב פון די קרעטשמערס, האב הנאה פון אייך, און נישט נאר הנאה, נאר יעדעס ווארט וואס איר באשטעטיגט נישט אלס אידיש, ווערט ארויסגענומען פון לעקסיקאן. כ'זאג נישט, דא דארט קען מען עס נוצן, אבער פארשטייט זיך אז נאר קרעטשמעריש.

אין אמת'ן אריין, א גרויס חלק פון די פונדאמענטן אין די קרעטשמע, איז זיך לערנען שרייבן אידיש. און דאס זענען געווען פון די ערשטע זאכן, איר קענט דאס געפונען אין אלט-שטאט. ממילא, ווען מיר האבן געקראגן דעם כבוד אייך צו האבן דא ביינונז, האבן מיר זיך צוגעכאפט דערצו, ווי צו א קאלטן געטראנק, אין אן הייסן זומער טאג.

אלזא, איין זאך וויל איך איר זאלט וויסן: עס איז אונז א כבוד און אן עהרע אייך צו האבן אלס א מורה דרך אויף די אידישע שפראך.

Advertisement

מיטוואך יולי 02, 2008 10:06 pm

יי"כ. לצערי זעט אויס, כ'וועל זיך נישט קענען צופיל משתתף זיין. כבר נגזרה. שרייב מיר אין אישית.

מיטוואך יולי 02, 2008 10:09 pm

אויב די גזירה איז נאך מיט טינט, ווילט זיך מיר בעטן מיט בלוט אז איר זאלט נישט פארהאקן דעם טיר אויף אונז ח"ו. איר קענט נעמען א שטיקל וואקאציע אויב דאס פעלט אייך אויס צום רואיגקייט, אבער ביטע, פארגעסט נישט אייערע ברודערלעך וואס קלאמערן זיך אויף די אידישע שפראך ואין לנו על מי להשען נאר אויף אייך און אייערס גלייכן.

מיטוואך יולי 02, 2008 10:11 pm

גם אני הקטן מצטרף בצירופא דרבנן קבל מאליפנו ומדריכנו הרב אידיש הי"ו, אל תעזבנו ואל תטשנו, כדי ואל תכלימנו, וויאזוי וועלן מיר אויסזעהן אן אייך?

דאנערשטאג יולי 03, 2008 9:57 am

גם אני מצטער. טוה דאס נישט צו אונז.

דאנערשטאג יולי 03, 2008 5:20 pm

מאנטאג אוגוסט 18, 2008 3:53 pm

אידיש האט געשריבן:אויפלעזן (און אזוי אויך לעזן) איז א טעות. לעזן מיינט לייענען. דאס אנדערע ווארט איז לייזן, און אנשטאט אויפלעזן - אויפלייזן.


דאס מיינט טאקע די ווארט "אויסלייזן" אויך, מ'ווערט אויסגע-לייזט פון די צרה, עס איז א לייזונג צום צרה.

דינסטאג אוגוסט 19, 2008 11:57 am

אני בעניי בין איבערצייגט אז אויפלעזן און אויך אזויך "לעזן א פראבלעם" איז נישט קיין טעות.
און דאס זענען צוויי ווערטער. גענוי ווי הינטער און אונטער זענען צוויי ווערטער. טראצדעם וואס מאנכע וועלן זאגן אז איינס איז "זיכער" א טעות.

איך גלויב איז אויסלייזן איז נישט די זעלבע ווי "אויפלעזן".

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 10:10 am

ון וואס איז מיט 'וויפיל געלט האט איר געלייזט היינט?'

דינסטאג אוגוסט 26, 2008 12:40 am

מיללער.
ס'מיינט די זעלבע, געלייזט = אויפגעטון.

רעדן רעדט מען היינט, לעזן אויפלעזן, געשריבן אמאל האט מען לייזן אויפלייזן, אזוי ווי אנדערע צירי'ס און סגול'ס וואס מישן זיך אויס, וועגן די דיאלעקטן פון די רוסיש-ליטווישע אידן, האט זיך דאס אויך פארמישט, די וואס שרייבן וויאזוי זיי רעדן, שרייבן ווייטער לעזן און אויפלעזן, די וואס ווילן זיך האלטן צום אלטן שריפט, טענה'ן אז מיסודו קומט עס נאר לייזן און אויפלייזן.

דאס איז די מער ווייניגער וויאזוי איך קוק עס אן.
שרייב א תגובה

Advertisement