בלאט 10 פון 10

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 1:13 pm
דורך יידישע קהילות
טויגליכער איד האט געשריבן:איינער האט אפשר אן אנונג וואס דאסס קען מיינען אויף א שער בלאט פון אן אלטן ספר
אז"ל טל"א
ייש"כ

ביטע צייכן אן אדער ברענג קאפפי פון דעם ספר און שער בלאט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 1:16 pm
דורך ויתן לך
אז"ל איז מן הסתם אור זרוע לצדיק

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:15 pm
דורך קלאָצקאָפּ
קען מיר עמיצער אנטשידן די ברייט באנוצטע ראשי תיבות "הע"י"?

איך האב דאס געהערט אמאל פארליינען אלס "השם עליהם יחיו", האט דאס א פשט, "דער אייבערשטער, אויף זיי, זיי זאלן לעבן"???

בין איך טאקע אזא ע"ה, אדער יעדער שעמט זיך צו פרעגן ווייל אויב יעדער נוצט עס מסתמא ווייסט יעדער וואס ס'מיינט?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:24 pm
דורך למעלה משבעים
חז"ל דרשו מפסוק זו שכל המניח תפילין מאריך ימים. ה' עליהם אלו שנושאים עליהם שם ה', יחיו.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:29 pm
דורך קלאָצקאָפּ
שווער צו פארשטיין וויאזוי עס איז געווארן דערפון א טאג טעגליכע מליצה.
אפשר ווייל די צו וועם מען באציט זיך דערמיט, זענען געווענליך אזעלכע וואס לייגן תפלין?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:31 pm
דורך למעלה משבעים
ניין, די מליצה איז די זעלבע זאך, ס'איז א ברכה שיהיה ה' עליהם, וממילא וועט זיין יחיו.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 22, 2017 11:13 pm
דורך פלוני
דאס איז א פסוק

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 1:14 pm
דורך קלאָצקאָפּ
פלוני האט געשריבן:דאס איז א פסוק

מורינו "למעלה" שליט"א האט דאך געשריבן "חז"ל דרשו מפסוק זו".