אשכול ראשי תיבות

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

אשכול ראשי תיבות

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 12:22 am

אזוי ווי היינט איז פארגעקומען א גאנצע איבערקערעניש ביי איינע פון די דערנעבנדיגע טישלען צוליב דעם וואס איינער פון די קאלעגעס האט זיך אויסגעדרוקט מיט אן אומבאקאנטן ראשי תיבות [זז"ג], ווידמע איך דא א ספעציעלע אשכול פאר ראשי תיבות.

דער אשכול וועט דינען אלץ הילף פאר שווערע ראשי תיבות, ווי אויך אלץ שטופ ווינקל פאר די וואס גלייכן זיך ארומצושפילן און אויפעפענען ראשי תיבות אויף אנדערע וועגן (וד"ל).
--------

איך הייב אן:

ווער ווייסט די ריכטיגע ערעפענונג פון אט דעם ראשי תיבות יכב"ץ

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 2:23 am

יו (you) כלב ביזט צירידערט
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 10:16 am

איך רעד פון אן ערנסטן ווארט וואס ווערט אסאך צוגעברענגט אין ספרים.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 10:34 am

וויפיל ווערטער איז עס?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 10:49 am

יכון בצדק:

עס ווערט געווענדליך גענוצט ביי די ספרדישע ספרים, נאך א נאמען פון א שטאט. למשל: פה אלג'יר יכב"ץ.


===
און ווער ווייסט די ראשי תיבות פון:

באותיות צו"ר?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 1:15 pm

זארעכ איז גערעכט.

---

ביסטו זיכער אז די "צו"ר" איז א ראשי תיבות? אפשר האט דער ספר בלויז געוואלט מדגיש זיין דעם ווארט צור, און האט אריינגעלייגט שטרעכלעך כמנהג הספרים הישינים.

אדער מיינט דאס באותיות צ'דיק ור'יש.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 1:50 pm

יא, איך בין זיכער אז דאס איז א ראשי תיבות!

והא ראי', איך ווייס דעם פיענוח דערפון...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 2:46 pm

דאס איז גאר א שווערע ר"ת וואס איך האב פילייכט נאכנישט באגעגענט.
אפשר געסטו מיר א רמז (הינט בלעז), צב"ש וואס שטייט איין ווארט שפעטער?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 3:18 pm

מ'דארף בכלל מאכן כללים פאר די גאנצע אשכול, ס'קען קומען איינער, און נעמען א פסוק פונעם דאווענען און שרייבן די ראשי תיבות, און יעדער זאל זיך ברעכן קאפ, וואס דאס מיינט, ס'איז אביסל נאריש, ווען מ'געט אריין א ראשי תיבות דא, דארף מען אדער לייגן אפאר ווערטער פאר און אפאר ווערטער נאך, די געשטרעכלטע ווארט, אדער א פלאץ ווי מען קען טרעפן די אנגעגעבענע ווארט, אז מ'זאל האבן א שטיקל אהנונג פון וואס מ'רעדט דא, דאס איז מיין עפינדיען.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2006 7:24 pm

אוקיי. קען זיין ס'איז אביסל צו א שווערע ר"ת, דעריבער וועל איך דיר נישט לאזן הינגערן.

"נדפס באותיות צו"ר":
דאס קען מאכן, אדער = באותיות "צאינה וראינה" (ד.מ. די אלטע אמאליגע דייטש-אידיש-זשארגאן אותיות).
(אדער = באותיות צורת רש"י? = ד.מ. רש"י אותיות).

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 1:04 am

אויף א אינוויטעישן פון א געוויסע משפחה, שרייבן זיי אלץ אויף די רעכטע זייט אויבן יצעמלאי"ס און אויף די לינקע זייט שרייבן זיי יצאאב"ב, ווייסט איינער וואס דאס קען מיינען?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 11:17 am

ס'איז א שווערע ראשי תיבות וואס כ'האב נאך קיינמאל נישט געזען. לכאורה ווי עס קוקט אויס איז דאס:

יצעמלאי"ס = י' צ'באות ע'מנו מ'שגב ל'נו א'לקי י'עקב ס'לה

יצאאב"ב = י' צ'באות א'שרי א'דם ב'וטח ב'ך

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 11:23 am

ווייסט איינער וואס איז די ראשי תיבות וואס שטייט אין שלחן ערוך אורח חיים, ביים מגן אברהם?

מגן אברהם נ"י

נרו יאיר קען עס נישט מיינען ווייל עס איז נישט געדרוקט געווארן בחייו!

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 11:26 am

דער חיבור הייסט ארגינאל: נ'ר י'שראל

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 11:30 am

פארוואס שטייט דעמאלטס נר ישראל אין ראשי תיבות, עס וואלט ווען געדארפט שטייט מגן אברהם אין ראשי תיבות?

איינס ווייל דעס איז דער ארגינעלע נאמען, און צווייטענס ווייל מג"א אין ראשי תיבות ווייסט יעדער וויאזוי עס מאכט?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 11:45 am

קוק אין סוף פון די הקדמה, פונעם מגן אברהם'ס זון, אנפאנג אורח חיים, דעם טעם.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 1:58 pm

איך האלט אז די דרוקערס האבן דאס אזוי געמאכט מיט א ספעציעלע כוונה, ווייל זיי האבן דאך אנגערופן די שלחן ערוך "מגיני ארץ" על שם די צוויי מגינים, מגן אברהם און מגן דוד, דערפאר האבן זיי ארויסגעשריבן "מגן אברהם" און "מגן דוד", משא"כ די אנדערע נעמען דערפון נר ישראל און טורי זהב, האבן זיי פארשלאסן אין ראשי תיבות (צו שפארן פלאץ).

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 5:09 pm

דאהאט קנאי אויס געלאזט מיט עטליכע ראשי תיבות, איז דא איינער וואס קען עס עפענען.
לעצט פאראכטן דורך איך_הער אום דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 6:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 6:16 pm

בל"ה ובל"נ ובל"ח ובל"ק

די ערשטע איז מסתמא א טעות. די איבריגע: ובלי נדר, ובלי חרם, ובלי קונם.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 9:24 pm

קרעמער האט געשריבן:איך האלט אז די דרוקערס האבן דאס אזוי געמאכט מיט א ספעציעלע כוונה, ווייל זיי האבן דאך אנגערופן די שלחן ערוך "מגיני ארץ" על שם די צוויי מגינים, מגן אברהם און מגן דוד, דערפאר האבן זיי ארויסגעשריבן "מגן אברהם" און "מגן דוד", משא"כ די אנדערע נעמען דערפון נר ישראל און טורי זהב, האבן זיי פארשלאסן אין ראשי תיבות (צו שפארן פלאץ).


קרעמער גאנץ א זיסע סברא, אבער טוה א קוק אין לשון קדשו פונעם בן המחבר, וואס איך האב שוין אויבן צוגעצייכנט, וועט דיר די זאך אביסל קלארער ווערן.

וזל"ק בהקדמת רבי חיים בן המגן אברהם, בהקדמתו לספר מגן אברהם:
...כי היא חיים ואורך ימים למחזיקים, למגינם עליהם עידנא דעסיק ביה ובעידנא דלא עסיק ביה, קראתיו בשם "מגן אברהם", כששמעתי מתלמידיו המופלגים שי', שפעם אחת שאלו את רבם, היאך ומה יקרא שם של הספר, והשיב להם באקראי בעלמא "נר ישראל", ר"ת נר יפה של ר' אברהם הלוי. בכן אחזתי ידי בתרין בתי אבות, שאברהם נכלל בישראל להיות לנו הנר למאירת עינים, וגם נ"ר ישרא"ל בגי' מגינ"י אר"ץ דוד אברהם הסג"ל ז"ל. עכל"ק.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2006 11:08 pm

הייסט דאס אז דער זוהן פונעם מגן אברהם האט שוין געזען דעם חיבור השולחן ערוך מיטן פירוש פון טורי זהב און מגן אברהם?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2006 1:14 pm

איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט קרעמער.

די זאך איז אזוי: דעם חיבור "מגן אברהם" האט דער מחבר קיינמאל נישט געדרוקט בחייו, ווען דער זוהן האט דאס געדרוקט, לאחר פטירתו, האט ער דאס א נאמען געגעבן: "מגן אברהם", און ווי ער שרייבט אליין אין די הקדמה האט זיין טאטע גערופן דעם חיבור בשם: "נר ישראל"

איי איז די פראגע, פארוואס האט ער געטוישט?
צו פארשטיין דעם תי', פעלט אויס צו וויסן א שטיקל ידיעה אינעם ענין.

דער מחדש פונעם נאמען "מגיני ארץ", אויפן שולחן אורח חיים, איז טאקע נישט קיין אנדערער ווי דער מג"א'ס זוהן. און טאקע ביי די אויסגאבע, ווי ער האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם חיבור מג"א, האט ער גענומען דעם שולחן ערוך אורח חיים און דאס א נאמען געגעבן "מגיני ארץ", און דערביי געטוישט דעם נאמען פונעם ספר "טורי זהב" אויף "מגן דוד" און דעם נאמען פון זיין טאטענס חיבור האט ער קובע געווען אויף "מגן אברהם".


אצינד ליין נאכאמאל איבער די ווערטער פונעם מג"א זוהן, אין די הקדמה, ויובן:
"בכן אחזתי ידי בתרין בתי אבות, שאברהם נכלל בישראל להיות לנו הנר למאירת עינים, וגם נ"ר ישרא"ל בגי' מגינ"י אר"ץ דוד אברהם הסג"ל ז"ל". עכל"ק.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2006 2:58 pm

זארעכ;

יעצט רעדסטו! יישר כח פאר די שיינע ערקלערונג.

למעשה איז עס טאקע אזוי ווי איך האב געזאגט (כמעט), אז דער "דרוקער" (אין אונזער פאל: דער זוהן פונעם מגן אברהם) האט באשלאסן א נאמען צו געבן דעם חיבור הכולל "מגיני ארץ", און טאקע דערפאר האט מען ביים מג"א ארויסגעשריבן "מגן אברהם" (און געלאזט דעם אנדערן/עיקר נאמען אין ראשי תיבות), ווידעראום דעם טורי זהב האט מען ארויסגעשריבן "מגן דוד" (וואס לויט ווי דו שרייבסט איז דער נאמען באשאפן געווארן טאקע דורכן זוהן פונעם מגן אברהם), און געלאזט דעם אנדערן/עיקר נאמען אין ראשי תיבות!

והכל על מקומו יבא בשלום.

-----

ואיידי דאתינן להכי, ווער האט קובע געווען די נאמען "אשלי רברבי" פארן שלחן ערוך יורה דעה, און "אפי רברבי" אויפן אבן העזר ? (א זאך וואס איך בין נעכטן געוואויר געווארן, ווען איינער האט מיר דאס צוגעוויזן אין שוהל נאכן הערן איבער די "מגיני ארץ" שערוריה דא אין קרעטשמע).

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 1:45 am

cano האט געשריבן:וו"ב יגר איך האף ער וועט אריינפאלען לכל הפחות 10 מאל א וואך

וואס קען מיינען די ערשטע ווארט אין ראשי תיבות?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 8:23 am

קוק אויפן קעפל פון יענעם אשכול


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט