זונטאג יוני 29, 2008 12:11 pm
איך האב געליינט דער וואך אין א אידישע אויסגאבע וואו זיי שרייבן 'גרובן' א גרוב, אדער 'גרובט' א גרוב. עס איז משמע אז זיי האלטן אז היות 'גרוב' איז די שורש, אויב אזוי דארף מען דאך שרייבן די פעולה ווארט דערפון מיט די זעלבע אויסלייג, און פארדעם שרייבן זיי (אנדערש ווי רוב שרייבער) 'גרובן' א גרוב.
איך פארשטיי דער סברא, אבער אויב איר וועט צוהערן ווי אזוי די ליטווישע/רוסישע אידן רעדן וועט איר הערן אז זיי רעדן נישט אזוי. ביי זיי הערט עס זיך אזוי, GROBEN O GRUB. לויט יענע אויסגאבע וואלטן זיי געדארפט זאגן GRUBN O GRUB, ווייל ביידע האבן דאך די זעלבע 'ו'. די זעלבע איז מיט די גאליציאנער/ פוילישער/אונגרישע אידן, ביי זיי הערט זיך עס אזוי, GROOBEN A GREEB. לויט יענע אויסגאבע וואלט מען דעראפט זאגן GREEBEN A GREEB.
אשר על כן מוז איך זאגן אז יענער אויסגאבע מאכט א טעות.
Advertisement
זונטאג יוני 29, 2008 4:07 pm
איך שרייב "גראבן א גרוב", און טאמער דו האסט עס געזען אין יענע אויסגאבע וואו איך טראכט אז דו האסט עס געזען, איז וועלקאם טו דע קלאב... נעם דיך נישט צום הארצן.
זונטאג יוני 29, 2008 4:09 pm
איך נעם גארנישט צו הארצן (אויסער די הויזן

)ף איך וויל מיך פשוט לערנען און הערן צו עס האט א מקור אדער נישט.
זונטאג יוני 29, 2008 5:21 pm
לכאורה איז עס פאלש. מ'וועט ווארטן אויף הרב אידיש.
זונטאג יוני 29, 2008 5:36 pm
וואס איז די מערצאל פון א גרוב?
1. גרובער.
2. אדער גרובן [אזוי ווי אויף דייטש].
זונטאג יוני 29, 2008 5:54 pm
גראבן א גרוב
גריבער (ס'איז דא אויך גרובן בל"ר, ס'מיינט עפעס אנדערש, למשל, דארט וואו מ'גראבט אויס מינעראלן וכדו')
אויך איז דא איין גראבן און מערערע גראבנס - דאס מיינט א "דיטש".
זונטאג יוני 29, 2008 5:58 pm
איך האב געמיינט א ראי' צו ברענגען פון די לשון רבים פון מענשטן וואס גראבן, אז ס'איז גרובער. אזוי ווי דער משפחה נאמען גרובער.
אויב אבער מיינט עס לשון רבים פון א גרוב איז עס נישט קיין ראי', מיר דאכט זיך אבער אז מ'נוצט פאר לשון רבים פון גרוב, גריבער מיט א יו"ד. [אדער גרעבער].
און וואס איז ווען איינער גריבלט/גרובלט? איז עס אויך משורש גרוב?
אדער ווען איינער גראבעלט, איז עס משורש גראחב, [די דייטשע ווערסיע פונעם ווארט, גענוצט אין טייל אידישע ביכער].
גראבער, איז דאך אויך משמעות א דיקער, ריכטיג? אבער גרובער קען נאר מיינען א גרוב. [נישט אז עס איז מעלה ומוריד, אבער ס'דא דא אידן וואס גלייכן אייביג חילוקים צווישן ווערטער]
זונטאג יוני 29, 2008 6:00 pm
איך האב אפגעקלאפט די אויבערשטע שורות איידער איך האב געזען הרב אידיש'ס קורץ און שארפ'יגע אנטווארט.
זונטאג יוני 29, 2008 6:04 pm
גרעבער איז דער מענטש וואס גראבט (אויך בל"י)
גריבלט, נישט גרובלט
גראבלט - יא, מלשון קראצן
גרובער איז נישטא אין אידיש
זונטאג יוני 29, 2008 6:08 pm
דאן וואס מיינט די פאמיליע נאמען?
מאנטאג יוני 30, 2008 6:00 pm
בני היכלא,
דאס איז א גוטע קשיא. כ'בין נישט באקאנט מיט נעמען און זייערע אפשטאמונגען און באדייטונגען.