עי"ן אין שורש פון פלעולה-וואטרט - לאטמיר פלראחקטיצירן
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 9:42 pm
ווי געזאגט, איז איינער פון די אופנים אין וועלכע מ'ניצט אן עי"ן פארן ן' - ווען דער שורש פון דער פעולה-ווארט ענדיגט זיך מיט אן עי"ן. אין דעם פאל בלייבט דער עי"ן און פאלט נישט אוועק אויך ווען עס קומט צו אן ן'.
אויבנאויף קען עס אויסזען ווי עס איז פאראן בלויז א קליין הייפעלע אזעלכע ווערטער. פאקטיש, אבער, זענען פאראן היפש, היפש...
וואלט עס דעריבער געווען אינטערעסאנט צו פראקטיצירן און אויסרעכענען ווערטער פון דעם סארט. איז לאמיר אנהייבן...
אבער ערשט לאמיר נאכאמאל אנגעבן צוויי סימנים ווי אזוי מ'קען דערקענען אז די ווערטער גייען אריין אין אט-דער קאטעגאריע. איין סימן איז אז ווען מ'ניצט די באפעל-פארם איז דא דער עי"ן ביים סוף, ווי למשל - הוליע! און אזוי אויך ביים ניצן דאס ווארט צוזאמען מיט טאן/טון אדער געבן, למשל, א הוליע טאן. דער צווייטער סימן איז אז ווען עס קומט א ט' ביים סוף פונעם ווארט, איז דא דער עי"ן פארן ט': ער הוליעט.
אויסרעכענענדיג פאלגנד אזעלכע ווערטער, וועל איך זיך באנוגענען מיטן שרייבן בלויז דעם שורש פונעם פעולה-ווארט. כאטש טייל ווערטער קענען אויסזען אביסל מאדנע אין דער דאזיגער פארם (דהיינו אלס פעולה-ווארט שורש), אבער צוגעבנדיג א ט' אדער ן' צום סוף, וועלן זיי יא האבן א פנים. צווישן די אויסגערעכנטע ווערטער, וועלן אויך זיין ווערטער וואס זענען מעגליך בכלל פרעמד פאר טייל קרעטשמע-זיצער.
הוליע
סקריפע
קאטשע (ארויפקאטשען)
זשומע
קאפע
בריקע
פאטשקע
טשאטשקע/צאצקע
הארעווע