טעותים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג יוני 20, 2008 2:41 pm

צו יאהאן און צוויי אנדערע "שרייבערס" דא אין דער קרעטשמע. איך בין ארויס פון די כלים פון צוזאמליינען אזויפיל שטותים אין דעם אשכול און דעריבער זייט מיר מוחל פון פאראויס אויף די אלע אטאקעס.

1. אידיש איז א שפראך פונקט ווי פילע אנדערע שפראכן מיט געהעריגע גראמאטישע כללים וואס דארפן און מוזן אויסגעפאלגט ווערן, ווייל אז נישט וועט אונזער שפראך ווערן א ציגיינער שפראך, אדער א נעיטיוו אמעריקען שפראך, א פראסטע פויערישע שפראך. אגב, פאר דער מלחמה פלעגן זיין אסאך היימישע חסיד'ישע שרייבערס וואס האבן זיך גוט אויסגעקענט מיט אלע כללים און זייערע ארטיקלען זענען געווען געשריבן גאר ענליך צום סטיל פון מר. אידיש'ס ארטיקלען, געפאלאוט א געוויסן דרך און נישט סתם געקלאפט קערעקטערס ווייל פאר יעדן עקסטערן קערעקטער מאכט מען מער געלט. ליידער נאך דער מלחמה איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון די דאזיגע היימישע שפראך-קענער, און דעריבער ווען ס'איז געקומען א איד ווי סענדר דייטש און צוזאמגעווארפן א שלל פון ווערטער האבן מענטשן געזאגט, הו הא, דער איז דאך א מורא'דיגער שרייבער. אלזא, ס'איז נאך געבליבן א הייפעלע אידן וואס פרובירן זיך צו האלטן צו א געוויסער ליניע אין שרייבן, באהאנדלט זיי מיט רעספעקט און ווייסט ביי זיך אז זיי האבן א קענטעניס וואס איר האט נישט.

2. כלל גדול - דו ביסט פון פאך אויס א שוסטער, איך בין פון פאך אויס א שרייבער. איך זאג דיר נישט וויאזוי צו מאכן שיך, דו זאג מיר נישט וויאזוי צו שרייבן.

3. עס זענען דא מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען זינגען, עס זענען דא מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען שפילן, עס זענען דא מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען טאנצן, א.א.וו. אבער מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען שרייבן זענען פאראן מער וויפיל איינגערעדטע עס זענען פאראן ביי די אלע אויבנדערמאנטע קאטעגאריעס אינאיינעם, און די סיבה איז וויבאלד יעדער איינער האט א קאמפיוטער און א קיבאורד און ער מיינט אז וויבאלד ער קען שרייבן אויף דער היימישער קרעטשמע קען ער זיך שוין פארמעסטן מיט וויליאם סעפייער, (וה'דער בלאט יוכיח.)

4. איך גיי דא זאגן גאר א קאנטראווערסיעלע סטעיטמענט אבער איך וועל נישט צוריקציען דערפון: סענדר דייטש קען זיך פארשטעקן מיט זיינע שרייבן-קענטעניסן אין מר. אידיש'ס לינקער בוזעם טאש. ר' סענדר האט געוואוסט אז ער דארף דילן מיט אזעלכע אנאלפאבעטן ווי יאהאן און דעריבער דארף ער נישט מער טאן ווי אפאר ווערטער וואס קיינער פארשטייט נישט און דער עולם וועט ארויסגיין פון התפעלות פון זיינע געשרייבעכצער.

5. דאס איז אבער קלאר אז ר' סענדר איז געווען א שרייבער מיט א פליסיגער פעדער וואס מיט דעם טוט ער אונז אלעמען ביטן. ער האט נישט געשריבן קיין שום עם הארצות'ן. ער האט טאקע גענוצט היי-וואקעביולערי אידישע ווערטער, אבער ער האט נישט פאבריצירט קיין ווערטער. די סיבה פארוואס עס זענען ליידער פאראן אזויפיל נישט-שרייבערס וואס שרייבן איז טאקע צוליב דער פאלשער לעגענדע אז ר' סענדר פלעגט מחדש זיין די ווערטער, און דעריבער מאכן ביי זיך אפ פילע איגנארענט מענטשן ביי אונז אז זיי קענען שרייבן, ווייל זיי טראכטן אז אויסטראכטן נייע ווערטער פונקט סענדר קען איך דאך אויך (אגב, נאך אן אפער: עשרת אלפים דאלאר פאר דעם וואס וועט אנצייגן אויף א ווארט פון ר' סענדר וואס ער האט אויפגעמאכט.) וועגן דעם האבן מיר נייעסן אינעם בלאט און אינעם איד וועלכע זענען נישט איבערגעטייטשט אויף אידיש, נאר פון ענגליש אויף ענגליש נאר צו יעדן ענגלישן ווארט איז צוגעלייגט געווארן איינס אדער צוויי אותיות און מיט דעם האט מען עס אידישיזירט.

6. מיטינג איז א ווארט פונקט ווי הונדערטער און טויזנטער אנדערע ווערטער וואס ווערן געשעירט דורך צענדליגער שפראכן - אידיש בתוכם. דאס ווארט ווערט שוין געניצט אין אידיש פאר שווערע צענדליגער יארן. ס'מיינט נישט אז ווייל א ווארט איז אויך ענגליש איז עס שוין מער נישט אידיש. פון דער אנדערער זייט גנב'עט די ענגלישע שפראך יערליך נייע ווערטער פון אידיש. (באלד וועט נאך עמיצער קומען זאגן אז מען קען נישט שרייבן מבין, ווייל ס'איז גע'גנב'עט פון ענגליש.)

7. בלויז א ציגיינער שפראך פארמאגט נישט קיין היי-וואקעביולערי ווערטער. אידיש איז א הערליכע שפראך און קען זיך נאך פארמעסטן מיט פילע אור-אלטע שפראכן. זי איז א שפראך וואס פארמאגט פשוט'ע און פראסטע ווערטער און אויך שענערע און היי-וואקבעיולערי ווערטער. איינער וואס זאגט אז דאס און דאס ווארט האט איינער אויסגעטראכט און מען קען עס נישט ניצן זאל זיי מוחל צוריקגיין צו זיין בי-ענד-עיטש אדער אדעראמע דזשאב און פלאקן באקסעס, און איבערלאזן די טעמע פון אידיש-שרייבן פאר די ביסל אינטעלעקטואלן וועלכע זענען נאך געבליבן צווישן אונז.

8. ווער ס'האלט אז דאס אידיש וואס דער שטערן שרייבט - ווערטער וועלכע איר קענט טרעפן אין יעדן אלטן אידישן ווערטער-בוך - איז צו מאדערן, זאל ביטע נישט קויפן דעם שטערן נאר ר' הלל גאלדשטיינ'ס מעשה ביכלעך און ליינען אביסל דיזע ערצעהההההלונגען. דארט וועט איר ליינען מעשיות וועלכע זענען ריין פויליש אדער אונגאריש, מיט אביסל אידיש אריינגעווארפן צום טעם...
לעצט פאראכטן דורך דיזע ערצעלונג אום פרייטאג יוני 20, 2008 6:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אידיש
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2007 5:24 pm

תגובהדורך אידיש » פרייטאג יוני 20, 2008 2:56 pm

דיזע,
איך בין גאנץ שטארק מסכים מיט דיינע פונקטן. בנוגע פליסיגקייט פון שרייבן איז זיי נישט אזא עניו; ס'קומט זיך דיר גאנץ א שיינער מעדאל. אין אלגעמיין גערעדט, זאג איך אלעמאל אז עס ווענדט זיך אין דעם אינהאלט, אין דעם סארט שרייבעריי, אין דער לייענער-אוידיענץ און אין דעם צוועק פון דער שרייבעריי.
לעצט פאראכטן דורך אידיש אום פרייטאג יוני 20, 2008 6:58 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג יוני 20, 2008 3:05 pm

אגב יאהאן, איך ווייס נישט אויב דו האסט ריעלייזט אז דער דיעל גייט ביידע וועגן. פאר יעדן ווארט וואס דו ברענגסט און דו שטעלסט זיך ארויס צו זיין גרייזיג דארפסטו צאלן עשרת אלפים...

אגב, דא האסטו א קאפיע פון וויינרייכ'ס ווערטער-בוך זייט 549. דאס בוך איז ארויסגעגעבן געווארן דורך אוריאל וויינרייך אום 967'. א שיינע פאר יאר איידער דער רעדאקטאר פונעם שטערן איז געבוירן געווארן.

בילד איז געכאפט מיט מיין סעלפאן, סארי ס'איז נישט אזוי קלאר, אבער קענסט עס אליינס נאכקוקן.

מען זעט דאס ווארט מיטינג פאר לשון יחיד און איינגערינגלט (ען) פאר לשון רבים.
צוגעלייגטע
aaa.jpg
aaa.jpg (61.74 KiB) געזעהן 1756 מאל
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג יוני 20, 2008 3:12 pm

אידיש, כ'האב געמיינט אז "די וויט אלל דו רעספעקט" וועט עס מאכן, אבער כ'זע אז כ'מוז זיך מיט דיר פערזענליך איבערבעטן. כ'האב בעיקר געמיינט ארויסצוברענגען אז סענדר איז געווען גאנץ א גוטער רעדנער וואס דו ביסט נישט (אפשר משום אימותא דציבורא...) און דאס פלעגט זיך אנזען ביי זיין שרייבן. דעטס איט.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אידיש
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2007 5:24 pm

תגובהדורך אידיש » פרייטאג יוני 20, 2008 3:16 pm

דיזע,
קיין רעדנער בין איך טאקע נישט. דאס מוז איך מודה זיין.
לעצט פאראכטן דורך אידיש אום פרייטאג יוני 20, 2008 6:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אידיש
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2007 5:24 pm

תגובהדורך אידיש » פרייטאג יוני 20, 2008 4:54 pm

דיזע,
עטליכע הערות אויף דיין לאנגער אויבנדערמאנטער מודעה:
1) <<ליידער נאך דער מלחמה איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון די דאזיגע היימישע שפראך-קענער>>
נישט פינקטליך אזוי.
4) <<קאנטראווערסיעלע סטעיטמענט >>
א שטיקל אויסבעסערונג: קאנטראווערסאלע (קאנטראווערסאלער)
גראדע "סטעיטמענט" בלייבט ביי מיר אויסער די גרעניצן פון א ליטערארישן אידיש.

<<לינקער בוזעם טאש>>
לינקן

<<דילן>>
?? כ'האף נאר אין דער קרעטשמע דא.

<<געשרייבעכצער>>
לכאורה: שרייבעכצער.
וועל איך נישט בארירן.
לעצט פאראכטן דורך אידיש אום פרייטאג יוני 20, 2008 6:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אידיש
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2007 5:24 pm

תגובהדורך אידיש » פרייטאג יוני 20, 2008 5:10 pm

איך הער,
יא, לאז ארויס דעם ה"א (אויב דו ווילסט).
לעצט פאראכטן דורך אידיש אום פרייטאג יוני 20, 2008 7:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג יוני 20, 2008 5:40 pm

אידיש, מיט אזעלכע שונאים ווער דארף נאך פריינד...

צווייטנס, חוץ סטעיטמענט האב איך אריינגעווארפן נאך ענגלישע ווערטער, וועלכע קענען נישט גענוצט ווערן אין קיין שום אידישער אויסגאבע. אבער דאס איז די קרעטשמע פאר משה רבינו'ס סעיק.

דריטנס, קאנטראווערסיעל קענסטו אפשר פאררעכטן אויף קאנטראווערסיאל (אויב דו ווילסט שטארק), אבער פארוואס נעמסטו ארויס די יודעלע? (עי' וויינרייך זייט 432 וועסטו זען אז ער שרייבט יא מיט א יודעלע)

פערטנס, טאש איז לויט וויינרייך א "די" (ער גיט אויך די ברירה פון ניצן "דער" אבער "די" איז זיין ערשטער אויסוואל). אויב וועסטו זאגן אז דיין לשון זכר גייט ארויף אויפ'ן בוזעם זע איך אבער אז אויף זייט 702 שרייבט ער "די בוזעם קעשענע". אלא מאי בין איך גערעכט אז מען דארף שרייבן לינקער בוזעם טאש, וויבאלד "אין" איז א "פרעפאזישאן".
לעצט פאראכטן דורך דיזע ערצעלונג אום מוצ"ש יוני 21, 2008 10:47 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אידיש
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2007 5:24 pm

תגובהדורך אידיש » פרייטאג יוני 20, 2008 6:25 pm

דיזע,
קאנטראווערסאל שרייב איך אן א יו"ד, און כידוע פארשטעק איך נישט בלויז סענדערן נאר אויך וויינרייכן אין דער זעלבער קעשענע (נעם עס נישט אזוי ערנסט ווי מיין לעצטע תגובה). שטעל זיך פאר, אפילו דער "פארווערטס" האט די העזה אים אנצופייפן. זיי שרייבן "קאנטרעווערסיעל".

טאש - נו, האב איך נישט געזאגט, אז דו פארפאקסט סיי וויינרייכן, סיי סענדערן און סיי מיך, אונז אלע דריי צוזאמען אין *דיין* בוזעם-טאש?:- איך שרייב "דער" אויף טאש, אבער שרייב דו "די", און כ'וועל נישט זאגן אז דו מאכסט א טעות, און כ'וועל נישט געבן יאהאנען וכיוצא בו דאס גליק צו מאכן א פארמעגן אויף דיין חשבון. יש לך על מי לסמוך.

אוודאי איז "מיין לשון זכר" דא נישט ארויפגעגאנגען אויף "בוזעם". ווי באוואוסט דער כלל, אז דער מין (זכר, נקבה, נייטראל) באציט זיך ביי אידישע ווערטער אויפן צווייטן ווארט פון א צונויפהעפט פון צוויי ווערטער. אין לה"ק-ווערטער אין אידיש איז געווענלךי פארקערט.

לדידך, ביסטו טאקע גערעכט דעמאלט פארן שרייבן "לינקער".
לעצט פאראכטן דורך אידיש אום פרייטאג יוני 20, 2008 7:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג יוני 20, 2008 6:37 pm

שוין, מר. אידיש שרייבט קאנטראווערסאל
וויינרייך שרייבט קאנטראווערסיאל
דער פארווערטס שרייבט קאנטרעווערסיעל
און איך מאך א פשרה צווישן אייך אלע און איך שרייב קאנטראווערסיעל...
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אידיש
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2007 5:24 pm

תגובהדורך אידיש » פרייטאג יוני 20, 2008 6:40 pm

טעות, טעות, טעותי.
פארווערטס: קאנטראווערסיעל.
נו, וואס איז די פשרה? קאנטרעווערסיעל?

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג יוני 20, 2008 6:42 pm

נו שוין מר אידיש, לויט דיין לעצטער תגובה, האב איך זיך אויף וועמען צו פארלאזן,

כדאי הוא פארווערטס לסמוך עליו - פארשטייט זיך אבער נאר - בשעת הדחק.

אלזא, איך שרייב ווייטער די טאש און קאנטראווערסיעל, און כ'בין גערעכט.

וואט עי ריליף... איך שפיר זיך ווי א מיליאן דאלאר.
לעצט פאראכטן דורך דיזע ערצעלונג אום מוצ"ש יוני 21, 2008 10:53 pm, פאראכטן געווארן 10 מאל סך הכל.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג יוני 20, 2008 6:44 pm

איך ווייס נישט אויב איך בין גערעכט, אבער ווען איך האב א שאלה ווי אזוי ארויס צו שרייבן א ווארט אין אידיש, און די זעלבע ווארט ווער גענוצט אויף ענגליש אויך, קוק איך ווי אזוי מען שרייבט עס אין ענגליש.

דער ווארט שרייבט מען אויף ענגליש controversial, אויב אזוי דארף מען עס שרייבן אויף אידיש קאנטראווערסיאל, אזוי ווי וויינרייך שרייבט. און יעצט וועל איך שרייבן ווי אזוי די ווארט וואלט געדארפט שטיין אין ענגליש לויט די אנדערע דריי גורסאות.
אידיש - CONTROVERSAL אן די I צום סוף.
פארווערטס - CONTREVERSIEL
דיזע - CONTROVERSIEL

זה דעתי העני'.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג יוני 20, 2008 6:46 pm

....
לעצט פאראכטן דורך דיזע ערצעלונג אום מוצ"ש יוני 21, 2008 10:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אידיש
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2007 5:24 pm

תגובהדורך אידיש » פרייטאג יוני 20, 2008 6:55 pm

אנדי, לאו-דוקא. זייער אפט נישט. איין משל: טריאומפאל.

רבותי, ווען דיזע פארלאזט זיך דא אויפן פארווערטס בשעת-הדחק איז דאס נאר זיך צו פטרן פון געלט. איך גלייב, ער האט געמיינט זיך סומך זיין אויף וויינרייכן. אגב חורפי' האט ער פארמישט אביסל די יוצרות. דאס באדייט אוודאי נישט אז אזוי בלייבט ער (קאנטראווערסיאל לכאורה), כאטש עס איז מעגליך אז יא. איך בלייב עקשנות'דיג ביי קאנטראווערסאל. דאס מיינט נישט אז מיר זענען ח"ו צעקריגט, אבער אויך נישט אז מיר קענען נישט האבן קיין מיינונגס-פארשידנהייטן.
לעצט פאראכטן דורך אידיש אום פרייטאג יוני 20, 2008 7:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג יוני 20, 2008 6:59 pm

אידיש האט געשריבן:אנדי, לאו-דוקא. זייער אפט נישט. איין משל: טריאומפאל.
.


ווי אזוי שרייבט מען עס אין ענגליש?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 22, 2008 1:04 am

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:צו יאהאן און צוויי אנדערע "שרייבערס" דא אין דער קרעטשמע. איך בין ארויס פון די כלים פון צוזאמליינען אזויפיל שטותים אין דעם אשכול און דעריבער זייט מיר מוחל פון פאראויס אויף די אלע אטאקעס.

איך ווייס נישט פארוואס יאהאן באקומט דעם כבוד הראוי און די אנדערע צוויי "שרייבערס" בלייבן אנאנים, אבער אויב בין איך פון די אנדערע צוויי בין איך דיר מוחל בלב שלום פון פאראויס און פון הונטען אויף אלע אטאקעס, וזה החלי אחת אחת צו פרובירען אפצוענטפערן די אטאקעס (אין באלד):

1. אידיש איז א שפראך פונקט ווי פילע אנדערע שפראכן מיט געהעריגע גראמאטישע כללים וואס דארפן און מוזן אויסגעפאלגט ווערן, ווייל אז נישט וועט אונזער שפראך ווערן א ציגיינער שפראך, אדער א נעיטיוו אמעריקען שפראך, א פראסטע פויערישע שפראך. אגב, פאר דער מלחמה פלעגן זיין אסאך היימישע חסיד'ישע שרייבערס וואס האבן זיך גוט אויסגעקענט מיט אלע כללים און זייערע ארטיקלען זענען געווען געשריבן גאר ענליך צום סטיל פון מר. אידיש'ס ארטיקלען, געפאלאוט א געוויסן דרך און נישט סתם געקלאפט קערעקטערס ווייל פאר יעדן עקסטערן קערעקטער מאכט מען מער געלט. ליידער נאך דער מלחמה איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון די דאזיגע היימישע שפראך-קענער, און דעריבער ווען ס'איז געקומען א איד ווי סענדר דייטש און צוזאמגעווארפן א שלל פון ווערטער האבן מענטשן געזאגט, הו הא, דער איז דאך א מורא'דיגער שרייבער. אלזא, ס'איז נאך געבליבן א הייפעלע אידן וואס פרובירן זיך צו האלטן צו א געוויסער ליניע אין שרייבן, באהאנדלט זיי מיט רעספעקט און ווייסט ביי זיך אז זיי האבן א קענטעניס וואס איר האט נישט.

איך וואלט נאך צוגעגעבן א 'ר' צו סענדר דייטש אפי' אויב ער קומט נישט אן צו די שרייבערס פון פאר די מלחמה און מר. אידיש, אבער אז די ווילסט נישט זאל זיין אן א ר' אויך, איך בין מחולק איבער דיין מיינונג וועגן סענדר (נישט סענדער?) ער האט נישט בלויז "צוזאמגעווארפן א שלל פון ווערטער" כלשונך, ער איז געווען א תוכן'פולער שרייבער אויסגעהאלטן לויט די גראמאטישע כללים ווי מ'זעהט אין זיין בוך וואס מר. אידיש האט שוין דערמאנט, דאס איז אויסער וואס ער איז געווען א חכם מחוכם און ער האט רעדאקטירט דעם 'איד' מיט א זעלטענע חן און הויעכע ניווא, א זאך וואס איז געפאלן עשר מעלות אחורנית הייינט צוטאגס סיי אין די צייטונגען און אזוי אויך אין די אנדערע אויסגאבעס (אינקלאדינג דיין באליבטע 'דער שטערן' וואס הגם עפ"י דקדוק איז דאס אויסגעהאלטן לדעתי, זענען אבער נישט אלע מחנכים איינשטימיג מיט איר תוכן)

2. כלל גדול - דו ביסט פון פאך אויס א שוסטער, איך בין פון פאך אויס א שרייבער. איך זאג דיר נישט וויאזוי צו מאכן שיך, דו זאג מיר נישט וויאזוי צו שרייבן.

אוטש.., איך זאג דיר נישט וויאזוי 'דו' זאלסט שרייבן, איך זאג וויאזוי 'איך' וואלט ווען געשריבען, איך קען נישט 'דיין' פאך ממילא מעג איך אריינרעדן אין שרייבעריי ווייל איך רעד נישט צו א פאכמאן נאר ליבערשט צו מענטשן מיינס גלייכן וואס זענען דא צו שמועסן און צו לייענען, אבער איין זאך יא, דער רעדאקטאר פון 'דער שטערן' איז מיר א פערזענליכער ידיד און איז באמת א פאכמאן אין זיין פאך, מיט דעם אלעם איז ער א מענטש וואס האט ליעב צו הערן לייענערס מיינונגען און קאמענטארען.

3. עס זענען דא מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען זינגען, עס זענען דא מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען שפילן, עס זענען דא מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען טאנצן, א.א.וו. אבער מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען שרייבן זענען פאראן מער וויפיל איינגערעדטע עס זענען פאראן ביי די אלע אויבנדערמאנטע קאטעגאריעס אינאיינעם, און די סיבה איז וויבאלד יעדער איינער האט א קאמפיוטער און א קיבאורד און ער מיינט אז וויבאלד ער קען שרייבן אויף דער היימישער קרעטשמע קען ער זיך שוין פארמעסטן מיט וויליאם סעפייער, (וה'דער בלאט יוכיח.)

דער-בלאט וועט באלד אהער שיקען זייער קרעטשמע פארשטייער און מיר קענען צוריקמופען קיין הייד-פארקתא..., אביסל רואיגער אבער יא דאס אז היינט זענען דא זייער אסאך אפרוחים שלא נפתחו עיניהם וואס פרובירען זייער מזל מיט שרייבעריי, מיר האבן שוין אויך געוויינט דערוועגן כמ"פ, ועל זה ידוו כל הדווים (אגב עס האט גארנישט מיט היימישע קרעטשמע...)

4. איך גיי דא זאגן גאר א קאנטראווערסיעלע סטעיטמענט אבער איך וועל נישט צוריקציען דערפון: סענדר דייטש קען זיך פארשטעקן מיט זיינע שרייבן-קענטעניסן אין מר. אידיש'ס לינקער בוזעם טאש. ר' סענדר האט געוואוסט אז ער דארף דילן מיט אזעלכע אנאלפאבעטן ווי יאהאן און דעריבער דארף ער נישט מער טאן ווי אפאר ווערטער וואס קיינער פארשטייט נישט און דער עולם וועט ארויסגיין פון התפעלות פון זיינע געשרייבעכצער.

מ'האמיר שוין געהערט אייער מיינונג איבער ר' סענדער'ן, איך קען נישט דעם מר. אידיש און אוודאי נישט זיין בוזעם-טאש, אבער איך פארשטיי אז ווען איינער איז א כרכא דכולי' ביה ווי ר' סענדער איז געווען, וועלן אלס זיין אינדיווידואלען וואס וועלן איינפאקען זיינע קענטעניסען אין 'איין' קאטעגאריע, דאס איז אמאל זיכער אז ר' סענדער איז געווען א 'מושלם'.

5. דאס איז אבער קלאר אז ר' סענדר איז געווען א שרייבער מיט א פליסיגער פעדער וואס מיט דעם טוט ער אונז אלעמען ביטן. ער האט נישט געשריבן קיין שום עם הארצות'ן. ער האט טאקע גענוצט היי-וואקעביולערי אידישע ווערטער, אבער ער האט נישט פאבריצירט קיין ווערטער. די סיבה פארוואס עס זענען ליידער פאראן אזויפיל נישט-שרייבערס וואס שרייבן איז טאקע צוליב דער פאלשער לעגענדע אז ר' סענדר פלעגט מחדש זיין די ווערטער, און דעריבער מאכן ביי זיך אפ פילע איגנארענט מענטשן ביי אונז אז זיי קענען שרייבן, ווייל זיי טראכטן אז אויסטראכטן נייע ווערטער פונקט סענדר קען איך דאך אויך (אגב, נאך אן אפער: עשרת אלפים דאלאר פאר דעם וואס וועט אנצייגן אויף א ווארט פון ר' סענדר וואס ער האט אויפגעמאכט.) וועגן דעם האבן מיר נייעסן אינעם בלאט און אינעם איד וועלכע זענען נישט איבערגעטייטשט אויף אידיש, נאר פון ענגליש אויף ענגליש נאר צו יעדן ענגלישן ווארט איז צוגעלייגט געווארן איינס אדער צוויי אותיות און מיט דעם האט מען עס אידישיזירט.

קיינע קאמענטארען.... (עשרת אלפים שאקלט זיך ארויס פון אייערע ארבלען? זאג האסט געווינען א לאטא לעצטענס..)


6. מיטינג איז א ווארט פונקט ווי הונדערטער און טויזנטער אנדערע ווערטער וואס ווערן געשעירט דורך צענדליגער שפראכן - אידיש בתוכם. דאס ווארט ווערט שוין געניצט אין אידיש פאר שווערע צענדליגער יארן. ס'מיינט נישט אז ווייל א ווארט איז אויך ענגליש איז עס שוין מער נישט אידיש. פון דער אנדערער זייט גנב'עט די ענגלישע שפראך יערליך נייע ווערטער פון אידיש. (באלד וועט נאך עמיצער קומען זאגן אז מען קען נישט שרייבן מבין, ווייל ס'איז גע'גנב'עט פון ענגליש.)

חחח פאר דעם 'מבין' געדאנק.

7. בלויז א ציגיינער שפראך פארמאגט נישט קיין היי-וואקעביולערי ווערטער. אידיש איז א הערליכע שפראך און קען זיך נאך פארמעסטן מיט פילע אור-אלטע שפראכן. זי איז א שפראך וואס פארמאגט פשוט'ע און פראסטע ווערטער און אויך שענערע און היי-וואקבעיולערי ווערטער. איינער וואס זאגט אז דאס און דאס ווארט האט איינער אויסגעטראכט און מען קען עס נישט ניצן זאל זיי מוחל צוריקגיין צו זיין בי-ענד-עיטש אדער אדעראמע דזשאב און פלאקן באקסעס, און איבערלאזן די טעמע פון אידיש-שרייבן פאר די ביסל אינטעלעקטואלן וועלכע זענען נאך געבליבן צווישן אונז.

האלאו, נאכאמאל יעדער איז אין טייטל צו שרייבן/זאגן אויף א ווארט אז דאס איז צו 'מאדערן' אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל אנגעוויזען פאר דיין באליבטער מר. אידיש (וואס איז אגב ביי מיר אויך זייער באליבט) אז ער נעמט ליבעראלע שטעלונגען ביים אקצעפטירען ווערטער, פארדעם ברויך מען נאכנישט גיין קיין בי-ענד-עיטש.

8. ווער ס'האלט אז דאס אידיש וואס דער שטערן שרייבט - ווערטער וועלכע איר קענט טרעפן אין יעדן אלטן אידישן ווערטער-בוך - איז צו מאדערן, זאל ביטע נישט קויפן דעם שטערן נאר ר' הלל גאלדשטיינ'ס מעשה ביכלעך און ליינען אביסל דיזע ערצעהההההלונגען. דארט וועט איר ליינען מעשיות וועלכע זענען ריין פויליש אדער אונגאריש, מיט אביסל אידיש אריינגעווארפן צום טעם...

ביסט א גוטער אויף 'דער שטערן'ס' חשבון הא? אלעס ווייל דו ווילסט מ'זאל לייענען 'ביסל דיזע ערצעהההההלונגען' שוין וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?..... (אגב, "ר' הלל גאלדשטיינ'ס" נישט "גאלדשטיין'ס" מיט א ענדע-נון?)

האמיר א גוטע וואך


אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » זונטאג יוני 22, 2008 2:18 pm

העי העי מילער, חס ושלום איך האב דיך נישט געמיינט.

כ'האב דווקא געמיינט די וואס האבן זיך אנגענומען פאר מיר און גערעדט געפערליכע נארישקייטן, וד"ל.

כ'האב זיי געזאגט לא מעוקצך ולא מדובשך.

אגב, דיין אפשאצונג איבער ר' סענדר איז זייער צו דער זאך. ער איז באמת געווען א מושלם, א גלענצנדער שרייבער און רעדנער, אבער ער איז געווען אן "אלל אין וואן". משא"כ מר. אידיש האט אריינגעלייגט זיין גאנצן קאפ דווקא אין שרייבן און ער איז אנגעקומען גאר וויייט, און מיט דעם איז ער איבערגעשטיגן ר' סענדר'ן ע"ה.

ר' סענדר איז געווען זייער גרויס אין שרייבן, אבער איינער וואס פארשטייט באמת צו שרייבעריי וואלט געדארפט וויסן אז די היינטיגע גוטע שרייבערס ווי מר. אידיש און זיינע גדולי התלמידים האבן זיך נישט געלערנט פון ר' סענדר וויאזוי צו פארקרומען און פארדרייען די אידישע שפראך (ווייל ר' סענדר אליין האט אויך נישט פארקרומט און פארדרייט די אידישע שפראך) נאר זיי באניצן זיך מיט די זעלבע היי-וואקעביולערי ווערטער וואס ר' סענדר האט גענוצט ביים שרייבן.

און אויף דיין לעצטן קאמענט איבער שרייבן "גאלדשטיין'ס" וועל איך דיר זאגן וואס ר' אידיש האט מיר מיט יארן צוריק געהאט געזאגט ווען כ'האב אים אנגעפרעגט איבער אנדערע עם-הארצישע שרייבערס וועמען כ'האב געזען אזוי שרייבן: "שרייבן אן ענדע-נון אינמיטן א ווארט. פארוואס עפעס?"
לעצט פאראכטן דורך דיזע ערצעלונג אום זונטאג יוני 22, 2008 5:25 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
יאהאן וואלפגאנג
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 02, 2008 1:45 am
לאקאציע: אונטערן טיש (ציטערנדיג פונעם ווייב'ס שטעקן)

תגובהדורך יאהאן וואלפגאנג » זונטאג יוני 22, 2008 3:14 pm

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:צו יאהאן און צוויי אנדערע "שרייבערס" דא אין דער קרעטשמע. איך בין ארויס פון די כלים פון צוזאמליינען אזויפיל שטותים אין דעם אשכול און דעריבער זייט מיר מוחל פון פאראויס אויף די אלע אטאקעס.


איר זענט פילייכט צוגעוואוינט פון היידפארק צו שרייבן וויאזוי עס קומט אייך אונטער, ווי די בייזע ווינטן פון אייער גיסטע פירן אייך. אלזא, איר זענט דא אין קרעטשמע, און איר ברויכט אויפפאסן וויאזוי איר רעדט. ניין, פערזענליכע אטאקעס זענען נישט טאלערירט (יא אידיש, נישט אידיש, קומענדיגע מאל קען מען עס שוין נוצן אומגעשטערט ווייל איך האב עס שוין ארויסגעזויגן פון פינגער).

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:1. אידיש איז א שפראך פונקט ווי פילע אנדערע שפראכן מיט געהעריגע גראמאטישע כללים וואס דארפן און מוזן אויסגעפאלגט ווערן, ווייל אז נישט וועט אונזער שפראך ווערן א ציגיינער שפראך, אדער א נעיטיוו אמעריקען שפראך, א פראסטע פויערישע שפראך. אגב, פאר דער מלחמה פלעגן זיין אסאך היימישע חסיד'ישע שרייבערס וואס האבן זיך גוט אויסגעקענט מיט אלע כללים און זייערע ארטיקלען זענען געווען געשריבן גאר ענליך צום סטיל פון מר. אידיש'ס ארטיקלען, געפאלאוט א געוויסן דרך און נישט סתם געקלאפט קערעקטערס ווייל פאר יעדן עקסטערן קערעקטער מאכט מען מער געלט. ליידער נאך דער מלחמה איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון די דאזיגע היימישע שפראך-קענער, און דעריבער ווען ס'איז געקומען א איד ווי סענדר דייטש און צוזאמגעווארפן א שלל פון ווערטער האבן מענטשן געזאגט, הו הא, דער איז דאך א מורא'דיגער שרייבער. אלזא, ס'איז נאך געבליבן א הייפעלע אידן וואס פרובירן זיך צו האלטן צו א געוויסער ליניע אין שרייבן, באהאנדלט זיי מיט רעספעקט און ווייסט ביי זיך אז זיי האבן א קענטעניס וואס איר האט נישט.



דיין שפראך דא אינעם פורום איז גארנישט אנדערש ווי דער שרייבער פונעם "שטערן". איר טוט צוזאמענווארפן א שלל פון ענגלישע ווערטער, און איר זענט דער איינציגסטער וואס רעדט זיך נעבעך איין "הו הא, איך בין דאך א מורא'דיגער שרייבער". יא, עס זענען נאך געבליבן א הייפעלע אידן וואס פארשטייען וואס מיינט א גוט געשריבן אידיש, און זיי קען מען זייער שווער פארדרייען א קאפ.

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:
2. כלל גדול - דו ביסט פון פאך אויס א שוסטער, איך בין פון פאך אויס א שרייבער. איך זאג דיר נישט וויאזוי צו מאכן שיך, דו זאג מיר נישט וויאזוי צו שרייבן.



אויב איר זענט פון פאך אויס א שרייבער, האט איר זייער אסאך וואס צו לערנען נאך. אייער שרייבעריי שיינט צו זיין געשריבן דורך א שוסטער, און דערפאר לאז איך זיך הערן.

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:
3. עס זענען דא מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען זינגען, עס זענען דא מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען שפילן, עס זענען דא מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען טאנצן, א.א.וו. אבער מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען שרייבן זענען פאראן מער וויפיל איינגערעדטע עס זענען פאראן ביי די אלע אויבנדערמאנטע קאטעגאריעס אינאיינעם, און די סיבה איז וויבאלד יעדער איינער האט א קאמפיוטער און א קיבאורד און ער מיינט אז וויבאלד ער קען שרייבן אויף דער היימישער קרעטשמע קען ער זיך שוין פארמעסטן מיט וויליאם סעפייער, (וה'דער בלאט יוכיח.)



קוקט אייך אין שפיגל, וועט איר זעהן א מענטש וואס מיינט אז מיט א קיבארד קען מען ווערן א שרייבער.


דיזע ערצעלונג האט געשריבן:
5. דאס איז אבער קלאר אז ר' סענדר איז געווען א שרייבער מיט א פליסיגער פעדער וואס מיט דעם טוט ער אונז אלעמען ביטן. ער האט נישט געשריבן קיין שום עם הארצות'ן. ער האט טאקע גענוצט היי-וואקעביולערי אידישע ווערטער, אבער ער האט נישט פאבריצירט קיין ווערטער. די סיבה פארוואס עס זענען ליידער פאראן אזויפיל נישט-שרייבערס וואס שרייבן איז טאקע צוליב דער פאלשער לעגענדע אז ר' סענדר פלעגט מחדש זיין די ווערטער, און דעריבער מאכן ביי זיך אפ פילע איגנארענט מענטשן ביי אונז אז זיי קענען שרייבן, ווייל זיי טראכטן אז אויסטראכטן נייע ווערטער פונקט סענדר קען איך דאך אויך (אגב, נאך אן אפער: עשרת אלפים דאלאר פאר דעם וואס וועט אנצייגן אויף א ווארט פון ר' סענדר וואס ער האט אויפגעמאכט.) וועגן דעם האבן מיר נייעסן אינעם בלאט און אינעם איד וועלכע זענען נישט איבערגעטייטשט אויף אידיש, נאר פון ענגליש אויף ענגליש נאר צו יעדן ענגלישן ווארט איז צוגעלייגט געווארן איינס אדער צוויי אותיות און מיט דעם האט מען עס אידישיזירט.


ר' סענדער דארף אייער הסכמה, ווי איך אייערס.
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:
6. מיטינג איז א ווארט פונקט ווי הונדערטער און טויזנטער אנדערע ווערטער וואס ווערן געשעירט דורך צענדליגער שפראכן - אידיש בתוכם. דאס ווארט ווערט שוין געניצט אין אידיש פאר שווערע צענדליגער יארן. ס'מיינט נישט אז ווייל א ווארט איז אויך ענגליש איז עס שוין מער נישט אידיש. פון דער אנדערער זייט גנב'עט די ענגלישע שפראך יערליך נייע ווערטער פון אידיש. (באלד וועט נאך עמיצער קומען זאגן אז מען קען נישט שרייבן מבין, ווייל ס'איז גע'גנב'עט פון ענגליש.)

דאכט זיך מיר אז דאס איז דער איינציגער פונקט ווי איר באציט זיך צום עצם ענין. כל הכבוד.
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:
7. בלויז א ציגיינער שפראך פארמאגט נישט קיין היי-וואקעביולערי ווערטער. אידיש איז א הערליכע שפראך און קען זיך נאך פארמעסטן מיט פילע אור-אלטע שפראכן. זי איז א שפראך וואס פארמאגט פשוט'ע און פראסטע ווערטער און אויך שענערע און היי-וואקבעיולערי ווערטער. איינער וואס זאגט אז דאס און דאס ווארט האט איינער אויסגעטראכט און מען קען עס נישט ניצן זאל זיי מוחל צוריקגיין צו זיין בי-ענד-עיטש אדער אדעראמע דזשאב און פלאקן באקסעס, און איבערלאזן די טעמע פון אידיש-שרייבן פאר די ביסל אינטעלעקטואלן וועלכע זענען נאך געבליבן צווישן אונז.



נישטא ווער עס זאל לאכן... א האלב פון די ווערטער אינעם "שטערן" זענען ענגליש. איז דא וואס איר רופט אן "היי-וואקעביולערי"? טרענירונגס לאגערן, מיטינגען, געהיידזשעקס, געספידט..... פשש... טאקע הויך-קלאסיגע ווערטער...

ביסל אינטעלעקטואלן? ווער? דער גרעסטער טיפש שרייט אז ער איז קלוג. איר האט שוין געהערט דערפון? איך האב עס לעצטנס בייגעוואוינט.

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:
8. ווער ס'האלט אז דאס אידיש וואס דער שטערן שרייבט - ווערטער וועלכע איר קענט טרעפן אין יעדן אלטן אידישן ווערטער-בוך - איז צו מאדערן, זאל ביטע נישט קויפן דעם שטערן נאר ר' הלל גאלדשטיינ'ס מעשה ביכלעך און ליינען אביסל דיזע ערצעהההההלונגען. דארט וועט איר ליינען מעשיות וועלכע זענען ריין פויליש אדער אונגאריש, מיט אביסל אידיש אריינגעווארפן צום טעם...


מאדערן? מ'רעדט דאך אז ס'האט נישט קיין הענט און קיין פוס, און ער מיינט גאר אז מיר מיינען אז עס איז "היי-וואקעב" אדער "מאדערן". פארשטייסט א מעשה... נאך אלעם, האט אפילו נישט געכאפט דעם שפיץ...

ובזה יצאתי ידי חובת ענה כסיל כאוולתו, ובא לציון גואל.
והיית משוגע איז נישט קיין מצוות עשה - עס איז נאר א ברכה אז מען איז זוכה.

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » זונטאג יוני 22, 2008 3:59 pm

יאהאן, איך האב ליב דיין לעצטע תגובה אזוי שטארק ווי כ'האב ליב מיין אייגענעם ברודער.

איך האב שטארק מורא געהאט אז מיין תגובה וועט נישט טרעפן אין פינטל. געלויבט ג-ט אז זי איז אנגעקומען וואו זי האט געדארפט.

אבער איך האב דאך שוין פריער געזאגט אז איך פארשטיי נישט צו קיין שיך, און דעריבער וועל איך מיט דיר קיין פאלעמיק נישט פירן. מיין צייט צו רעדן מיט דיר איז אפגעלאפן.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יוני 22, 2008 4:37 pm

געעהרטער פראפעסאר און געלערנטער, סויר יאהאן וואלפגאנג, אשר מיאהאן ליאהאן לא קם כיאהאן.

1) עפעס אין דיינע תגובות מאכט מיך טראכטן אז דו האסט א שנאה צום רעדאקטאר פון דעם "שטערן", א פערזענליכע אדער א פראפעסיאנאלע.

2) צו באשולדיגן אונזער'ס א וועטעראן שרייבער מיט "היידפארק" באשולדיגונגען און אים איינטיילן וויאזוי זיך צו פירן מיט'ן פענע, אין דער צייט וואס דו אליין ביזט נישט בעסער אין דעם הינזיכט, איז שלא מן הנימוס און שטארק ארויס פון די גרעניצן.

3) אזעלכע ווערטער ווי "נעיטיוו אמעריקען" און "קערעקטערס", זענען עד היום הזה נאכנישט ערשינען אינעם שטערן. דא אינעם קרעטשמע וואס איז נישט קיין אויסגאבע, ובפרט אז קיינער באקומט נישט באצאלט דערפאר, איז הונדערט פראצענט ערלויבט און אננעמבאר צו שרייבן אזוי. דער פונקט איז שוין עטליכע מאל ארויסגעברענגט געווארן טאקע דא אין דעם אשכול, און ברענג עס נישט נאכאמאל ארויף.

4) טרענירונגס לאגערן און מיטינגען זענען ווערטער וואס זענען אריינגעברענגט געווארן אין אידישן שפראך, אדער דורך ר' סענדר דייטש ע"ה אדער דורך נאך פריערדיגע; דורכ'ן "שטערן" זיכער נישט. "געהיידזשעקט" וואלט איך געשריבן "פארכאפט", און "געספידט" האב איך נאכנישט געזען אינעם שטערן. אדרבה, צייג מיר.

5) "דער שטערן" שרייבט גענוי ווי "דער איד" פלעגט שרייבן ווען ס'איז נאך געפירט געווארן נארמאל דורך דעם וועלט-בארימטן שרייבער ר' סענדר דייטש ע"ה, און ווי אלע צייטונגען האבן געשריבן במשך אלע יארן. האסט טענות? שיס עס אין ר' סענדר'ס ריכטונג.

6) "דער שטערן" פארקויפט נאנט צו 7,000 עקזעמפלארן (רייס מיך נישט אונטער פאר'ן ניצן דעם ווארט; כ'בין אין קרעטשמע יעצט), וואס קיין איינע פון די אנדערע מאגאזינען קומען אפילו נישט נאנט דערצו. דו קענסט אפשר ערקלערן די סיבה דערצו, אויב נישט צוליב איר הויכע קוואליטעט?

7) איז "דער שטערן" די ערגסטע אויסגאבע אויפ'ן מארקעט וואס דו האסט געטראפן? ס'איז דאך דא אן אנדערע חודש'ליכע אויסגאבע וואס מ'קען נישט ליינען קיין גאנצע פאראגראף (כנ"ל) אן א טוץ טעותים. אויף דעם האסטו גארנישט צו זאגן? דאס ברענגט מיך צוריק צום ערשטן פונקט, אז דיינע אויסדיקן ווי "בייזע ווינטן פון אייער גיסטע", "טיפש" און "ענה כסיל כאוולתו" זענען געטריבן פון פערזענליכע פיינטשאפט-געפילן, און האבן גארנישט קיין פארבינדונג מיט'ן קוואליטעט פון "דער שטערן".

ובזה יצאתי ידי חובת עת לדבר, ובא לציון אויסלייזער.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג יוני 22, 2008 4:58 pm

יישר כח מאשקע פאר די ווארימע דיבורים, און אלץ איינע פון די מנהלים דא וויליך בעטן אלע וואס האבן מיטגעהאלטן דעם דעבאטע - סיי אין דעם אשכול און סיי אינעם אנדערע אשכול - צו טוישן דעם שמועס צו עפעס מער פרוכטבאר און אידישלעך אויסגעהאלטן.

1. איינע פון די שרייבער דא האט פערזעהנליך אטאקירט א צווייטן שרייבער מיר ווילן ווארענען אז נאך איין מאל דאס פאסירט דורך דעם שרייבער ווערט ער אפגעשפארט אנע ווארענונג.

2. גילו (סיי פערזעהנליך און סיי די פרנסה) איז דער סעיף א' אויף די סייבער וועלט, און ספעציעל דא אין היימישע קרעטשמע, עס וועט נישט טאלערירט ווערן.

3. געוויסע תגובות אין דעם אשכול האט געברויכט פארראכטן ווערן, עס איז נישט קיין מצוה צו מאכן ארבעט פאר די הנהלה דא, ביטע אין אכט נעמען אז עס איז נישט גרינג עס צו טון און האט פארשטענדעניש, דא איז נישט קיין ביהמ"ד, עס ליגט דא כוחות פון אלע מעמבער צוגלייך עס איז א געפערליכע עולה צו מאכן שאדן סתם ווייל מען האט א שוואכע מינוט.

4. ווייטערדיגע שמועסן איבער דעם נושא וועט געמעקט ווערן, און סיי וועלכע טענות קען מען זיך ווענדן צו איינע פון די מנהלים באישית.

5. ביטע נישט רעדן קעגן קיין שום ספעציפישן אויסגאבע, מען קען רעדן פון וועלכע ווארט מען וויל, אבער נישט וואו עס איז געשריבן געווארן אדער דער ניווא פון יענעם אויסגאבע.

אידיש
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2007 5:24 pm

תגובהדורך אידיש » זונטאג יוני 22, 2008 6:45 pm

ערשטנס, על אחרון אחרון -
יאנאש, יישר-כח פארן אריינקומען דא. ס'איז אביסל אראפ פון די רעלסן. רבותי, ביטע נישט קיין פערזענליכע תגובות. (אגב, וואס מיינט דאס "גילו"?)

חברה, איך מוז מוחה זיין, ווי עס שטייט ביי איינעם וואס האט נאר געלערנט איין דף און מ'זאגט אז ער קען מער. איך בין נישטא ח"ו זיך צו פארמעסטן אדער זיך פארגלייכן צו סיי וועמען. איך האב אביסל שטודירט און קען אביסל אידיש - דאס אלעס.

דיזע און מילער (מילער אין אן אנדערער נושא), יישר-כח פאר אייערע ווארעמע באמערקונגען. (דיזע, כ'וואלט הנאה געהאט אפילו ווען דו טרייבסט נישט איבער.)

דיזע האט געשריבן:
<<און אויף דיין לעצטן קאמענט איבער שרייבן "גאלדשטיין'ס" וועל איך דיר זאגן וואס ר' אידיש האט מיר מיט יארן צוריק געהאט געזאגט ווען כ'האב אים אנגעפרעגט איבער אנדערע עם-הארצישע שרייבערס וועמען כ'האב געזען אזוי שרייבן: "שרייבן אן ענדע-נון אינמיטן א ווארט. פארוואס עפעס?" >>

לגבי "גאלדשטיינ'ס" - איך בין דאך שוין נישט קיין בחור, און כ'דארף זיך אביסל אנשטרענגען דעם זכרון צו געדענקען אלע אמאליגע באמערקונגען. אבער לגופו של ענין שטים איך איין מיט ר' אידישן פון דעמאלט: גאלדשטיינ'ס, מיט א נו"ן. (כ'געדענק אויך נישט צי כ'האב זיך דעמאלט באקרוינט מיט א ר'. היינט בין איך גאנץ צופרידן אויך מיט מר.)

אנדי, אויף ענגליש: טריאומפאנט. אגב: קאטאסטראפאל (אויף ענגליש: קאטאסטראפיק), און נאך און נאך און נאך.


אין איין מודעה דא פריער האב איך געשריבן "טעותי". דאס גופא איז א טעות. כ'האב געמיינט צו זאגן: טעיתי.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יוני 22, 2008 7:11 pm

בעפאר איך נעם זיך צו דעם גאנצן נושא, (אויב האב איך אפילו וואס צו זאגן) וויל איך ערקלערן פאר מר. אידיש וואס דער ענין פון גילוי איז.

ווען עמיציר זאל שרייבן דא אין היימישע קרעטשמע, אז מר. אידיש איז יעקב פאפענהיים פון וויליאמסבורג, האט ער עובר געווען אויף דעם חוק פון גילוי. (פארשטייט זיך, נאמען פיקטיוו)
דאס זעלבע, אויב עמיציר זאל מגלה זיין, אז סאכדעס ארבעט אין א דעפארטמענט סטאר, האט ער עובר געווען אויף גילוי.

איך האף אז איר האט פארשטאנען.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יוני 22, 2008 7:13 pm

מיר דאכט זיך אז גילוי איז נישט געווען דער דילעמא דא, נאר "גילו" אן דעם יו"ד (וואס קומט אנדייטן אז דער וואס איז עובר דערויף - פעלט אים דאס פינטעלע איד).
לעצט פאראכטן דורך קרעמער אום זונטאג יוני 22, 2008 11:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט