איבערטייטשן פון ענגליש צו אידיש

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

איבערטייטשן פון ענגליש צו אידיש

תגובהדורך באנקיר » דאנארשטאג מאי 29, 2008 4:55 pm

ווייסט איינער ווי מען קען איבערטייטשן גאנצעטע פאראגראפן פון ענגליש צו אידיש,
פאר איין ווארט באזונדער נוץ איך די וועב-זייטל פון http://www.yiddishdictionaryonline.com.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 29, 2008 7:37 pm

דער אשכול באלאנגט אין שפראך, נישט אין טעכנעלאגיע, ווייל ס'איז דערווייל נישטא קיין שום טעכנעלאגיע וואס זאל דאס קענען באווייזן. די פראגראמס אדער סייטס וואס טוען דאס מיט אנדערע שפראכן, מאכן זייער אן אומפראפעסיאנאלע ארבעט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24905
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 2:05 pm

לעצטענס הער איך דעם ענגלישען ווארט 'טערמאויל' (TURMOIL), וויאזוי זאגט מען דאס אין אידיש?

--------

הוא מותיב והוא מפרק, זוכענדיג (קודם פאר די ספעלינג, און נאכדעם) פאר די דעפינישען, האב איך געטראפן הרבנית מרים וועבסטער שרייבט בזה"ל: a state or condition of extreme confusion, agitation, or commotion
לפי"ז וואלט איך געשריבען אויף אידיש, סומטאכע, צומישעניש אדער אגיטאציע.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 7:58 pm

אגיטאציע?

You are way off
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6644
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 9:29 pm

נו? לאמער הערען..
the SCY is the limit

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 10:17 pm

די ריכטיגע אידישע ווארט דערפאר איז
איבערקערעניש, (שטורעם)
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:17 pm

וואס ווילסטו הערן? א מעשה מיט בערן?

אגיטאציע מיינט אנרייצן און אויפהעצן. צב"ש די ציונים האבן אגיטירט אז די תימנ'ער אידן זאלן עולה זיין קיין מדינת ישראל.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24905
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 11:53 am

מאשקע האט געשריבן:וואס ווילסטו הערן? א מעשה מיט בערן?

אגיטאציע מיינט אנרייצן און אויפהעצן. צב"ש די ציונים האבן אגיטירט אז די תימנ'ער אידן זאלן עולה זיין קיין מדינת ישראל.


מאשקע, קאלם דאון פליז.

ווען איך האב געשריבען 'אגיטאציע' אלס א וואריאציע פון 'טערמאויל' איז עס געקומען צום אלעם ערשט ווי איך האב געברענגט פונעם וועבסטער אויף ענגליש (עי' לעיל במח"כ), אבער דאס איז מיר נשיט גענונג געווען ווייל איך האב אויך דעם ווארט שטענדיג געזהן אלס 'אנרייצן און אויפהעצן' האב איך געזוכט די טייטש פון 'אגיטאציע' זעלבסט, וזה מה שעלתה מצודתי, אלס דריי באזונדערע דעפעניציעס:
1. The act of agitating or the state of being agitated.
2. Extreme emotional disturbance; perturbation.
3. The stirring up of public interest in a matter of controversy, such as a political or social issue


קוק אינעם דריטן ווערסיע, און נעקסט טיים ברענג בעקינג ווען דו פרעגסט אפ מרים וועבסטער.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 12:18 pm

אנטשולדיגט, כ'האב נישט באמערקט דעם ווארט agitation אינעם וועבסטער טרענסלעישאן.

און די בעסטע ווארט פאר turmoil אויף אידיש איז איבערקערעניש, אזוי ווי סאדע באטל האט געשריבן. אויף לשה"ק איז עס מהומה.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 12:20 pm

אן אינטערעסאנטע זאך זעה איך יעצט. דער דייטשער דיקשאנערי טייטשט אויף טורמויל: verlegenheid. דאס איז לכאורה פארלעגנהייט אויף אונזער שפראך. כ'זעה נישט די שייכות צווישן איבערקערעניש און פארלעגנהייט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19063
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 12:52 pm

הרב מאשקע, א פארלעגנהייט איז א צומישעניש און צוטימעלטקייט אין מוח, דאכציך מיר אז רשיה''ק שטעלט ערגעץ צוזאם די צוויי ענינים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19063
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 12:59 pm

יאך כאפ מיר איצט, אז ''טומל'' און turmoil'' איז איינס און דער זעלבער ווארט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 12:49 pm

דאס איז אינטערעסאנט. יישר כח.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19063
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מוצ"ש אוקטובער 11, 2008 10:15 pm

וואס דער אפטייטש פון maze? .
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש אוקטובער 11, 2008 11:24 pm

maze מיינט א שטוינענדע צעמישעניש .
פון דעם זעלבן שורש קומט amaze וואס באדייט שטוינענד איבערראשענד.

אבער איך מיין דער אשכול קען אריבערגעפירט ווערן אין "וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש" אשכול. איך זע נישט קיין צורך פאר דעם באזונדערן אשכול
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19063
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוקטובער 12, 2008 4:58 am

הרב שוועמל א דאנק, דו האסט א פוינט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אוקטובער 12, 2008 10:33 am

עס איז דא א אידישער ווארט דערפאר: לאבירינט.

איך וואלט דיך אבער געראטן נישט צו נוצן דעם ווארט, ווייל די רעדאקציע וועט פארפלייצט ווערן מיט טעלעפאן-רופן וואס דער ווארט באדייט...

דער ב' הידוע וואלט געשריבן פשוט: א מאזע...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24905
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 12, 2008 10:47 am

שוועמל,
איבערטייטשן פון 'ענגליש' אויף אידיש איז איין זאך, און וויזוי מ'זאגט עפעס אויף אידיש קען קומען פון אנדערע שפראכן אויך, ממילא האבן ביידע א פשט, הגם עס וואלט אויך געהאט א פשט אינאיינעם.

מאשקע,
ביסט גוט, איך לייען שוין דעם גאנצן זאץ אינעם ב... "דאס גאנצע מיליטערישע באזע איז פארוואנדלט געווארן אין איין גרויסע מאזע, אבער צוריק גייט א קאזע" האט געזאגט דוד פעטריאס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אוקטובער 12, 2008 10:50 am

כ'האב מיך דערמאנט פון כמהין ופטריות...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
הכל בכל מכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:11 pm
לאקאציע: ווען ער זיכט א צווייטן

תגובהדורך הכל בכל מכל » מיטוואך נובעמבער 05, 2008 10:31 pm

וויאזוי זאגט מען אין ענגליש און אין יודיש די ווארט אמת
יא יא הכל בכל מכל איז נאר דא איין באשעפער

גד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:47 am

תגובהדורך גד » מיטוואך נובעמבער 05, 2008 10:41 pm

truth
ווארהייט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24905
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 05, 2008 11:37 pm

הכל בכל,
איך מיין אז ערגעצוואו ברחבי הקרעטשמע האבן מיר געהאט א שמועס איבער די אפטייטש פון אמת, איינער ווייסט פון וואס איך רעד?

אוועטאר
הכל בכל מכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:11 pm
לאקאציע: ווען ער זיכט א צווייטן

תגובהדורך הכל בכל מכל » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 2:22 am

צו גד
truuth און אזוי אויך ווארהייט איז נישט די גאנצע אפטייטש אמת ממיינט אס עס איז ריכטיג דהיינו 2 טענות איז דא די ריכטיגע אמתע סאיז דא א ווארט אויף דעם right אויך איז דא אז סאיז די אמתע פרי וכדומה סאיז נישט א נאכגעמאכטע אויף דעם איז דא א ווארט pure אבער אזאך וואס זאל טאקע באמת (יעצט מיינט דאס אינגאנצן וואס דאס ליגט אויך נישט אין ווארהייט) האב איך נאכנישט געטראפן
יא יא הכל בכל מכל איז נאר דא איין באשעפער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 10:06 pm

הכל;
אזויווי דו שרייבסט. ענגליש איז געווענליך רייכער מיט עטליכע ווערטער פארן זעלבן באדייט, יעדעס מאל נוצט מען אן אנדער ווארט.

"אמת" אין אידיש קען זיין: ריכטיג, וואר, טאקע, אזוי.
"אמת" אין ענגליש קען זיין: truth, right, pure, genuine, actual, real, accuracy, און מעגליך נאך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 10:39 pm

אויטענטיש


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט