לשה"ק ווערטער, וועלכע זענען געווארן אינטערנאציאנעל

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 10:34 am

שוועמל האט געשריבן:ALTERNATIVE שטאמט פון אלתר נתיב, וואס טייטשט א "טויש-וועג".

איך צווייפל אבער צי ס'קען אפילו זיין אויסגעהאלטן ווייל דער ווארט אלתר איז נישט לשה"ק, אפשר אראמיש.

אינטעליגענט האט געשריבן:און איך האב אלץ געמיינט אז אלתר מיינט שוין. [נעמט זיך מעגליך פון על-אתר, וואס מיינט: אויפן פלאץ, דהיינו, זאפארט].
וואס מיינט לאלתר לחיים?

אחרי העיון, אלטערנאטיוו איז טייטש "שוין-וועג" אדער "שנעלע-וועג".
לדוגמא דער דאזיגער פראדוקט איז נישט אין סטאק, אבער אלס אן 'אלטערנעטיוו' קען מען נעמען א כמעט אייניגער פראדוקט פון אן אנדער קאמפאני.

ובזה יתורץ קושית אינטעלינט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 10:43 am

אלטערנאטיוו
קומט פון לאטייניש
אלטער מיינט אנדערע
נאטיוו מיינט געבורט - געבוירען
עס איז ענדליך צו אין פותחין בנולד
עס איז געבוירען אנאנדערע וועג....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 4:04 pm

און ענגלישע ווערטערביכער שטייט אז CIDER (וואס היינט מיינט דאס עפעל געטראנק, אבער אמאל האט דאס געמיינט יעדער משקה המשקר) שטאמט דירעקט פון דער ווארט "שכר".

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 9:05 am

הרב הסרפד
פארוואס זאגסטו אז די משקה מאכט ליגענען
אדרבה
וואס א ניכטערען האט אויפ'ן לונג
האט א שיכור אויפ'ן צונג....
עיין שם זאגט ער אז אין די תרגום השבעים זאגען זיי אז שכר איז
cider
http://www.etymonline.com/index.php?term=cider
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 1:18 pm

msp האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אז די משקה מאכט ליגענען

:oops:
איך האב געמיינט צו שרייבן "משכה המשכר".

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 6:12 am

אוי וויי
איך האב עובר געווען אויף לא תשא עליו חטא
זיי מיר מוחל
מסתמא איז דאס געווען א פליטת הקשת האצבע....
יהי בואך לשלום
מיר דערקוויקען זיך מיט דיינע ענינים
איך האב געראדע ליב עטימאלאגיע
דאס איז ביי מיר א ירושה פון מיין טאטען זז~ג
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אפריל 22, 2012 11:35 pm

דער ענגלישער "רעגולער" [REGULAR] איז ממש דער זעלבער ווי דאס ווארט "רגילות", ביידע בעדייטן געוואוינהייט, רעגלמעסיג.
משורש 'רגל'.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:23 am

איך טראכט צי דער ווארט "human" איז דער זעלבער ווי דער לשה"ק'דיגער "אומן" משורש אומנות.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג אפריל 24, 2012 6:36 am

פארוואס זאל עס האבען א שייכות?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דינסטאג אפריל 24, 2012 6:43 am

די אלטע אידישע מוזיק סטייל "קלעזמער" קומט פון 'כלי זמר' 
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:29 am

שוועמל האט געשריבן:איך טראכט צי דער ווארט "human" איז דער זעלבער ווי דער לשה"ק'דיגער "אומן" משורש אומנות.

און וואס איז מיט די שטאט אומאן...?
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:33 am

נאר אין ירושלים זאגט מען הומאן....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג אפריל 24, 2012 1:52 pm

שוועמל האט געשריבן:איך טראכט צי דער ווארט "human" איז דער זעלבער ווי דער לשה"ק'דיגער "אומן" משורש אומנות.


ניין. human מיינט אויף לאטייניש "פון דער ערד".

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך נובעמבער 28, 2012 7:02 pm

איך טראכט אז דער ווארט SEVEN איז אדאפטירט געווארן פון "שבע".
נאר דער ש' (ימנית) האט זיך פארטוישט מיט א ש' (שמאלית), עס איז גרינגער אינעם דייאלעקט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 8:56 am

שוועמל, [דו ביסט דאס טאקע?] א געניאלער בייפאל, קאן שטומען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך מארטש 06, 2013 2:37 pm

איך האב געזען אין תפארת ישראל אין סנהדרין אז ער שטעלט צונויף הדיוט אלס "אידיאט" פון לשן יון (גריכיש).
געווענליך דאס וואס מיר רופן "הדיוט" איז טייטש א פראסטער מאן, אבער נישט קיין אידיאט וואס מיינט א טיפוש.

סנדרין פרק ז' משנה י'.
צוגעלייגטע
Hedyot.jpg

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 13, 2013 9:16 am

די ענגלישע ווארט IDEA איז דאך ממש ווי 'ידיעה' מיט כמעט דער זעלבער באדייט.

אינטערעסאנט קיינער האט עס נאכנישט אנגעמערקט ביז היצט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך מארטש 13, 2013 9:38 am

שוועמל האט געשריבן:די ענגלישע ווארט IDEA איז דאך ממש ווי 'ידיעה' מיט כמעט דער זעלבער באדייט.

אינטערעסאנט קיינער האט עס נאכנישט אנגעמערקט ביז היצט.

יא, ס'איז א שיינע איידיע!

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך מארטש 13, 2013 1:43 pm

שוועמל האט געשריבן:די ענגלישע ווארט IDEA איז דאך ממש ווי 'ידיעה' מיט כמעט דער זעלבער באדייט.

אינטערעסאנט קיינער האט עס נאכנישט אנגעמערקט ביז היצט.

במח"כ שטומט עס נישט. idea איז גענומן ממש דירעקט פון גריכיש, און אויף גריכיש איז עס א לשון פון "זעהן". (עס איז מיר אויכעט אמאל אזוי איין געפאלן, עד שביררתי כנ"ל.)

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך מארטש 13, 2013 4:47 pm

שוועמל האט געשריבן:די ענגלישע ווארט IDEA איז דאך ממש ווי 'ידיעה' מיט כמעט דער זעלבער באדייט.


איך קען נישט גריכיש, אבער לדעתי זענען זיי בכלל נישט קיין קרובים.

איידיע איז דער אפטייטש פון "א רעיון". אדער א געדאנק.
ידיעה, איז דער וועלכער באזיצט אינפארמאציע איבער עפעס אדער עמיצן. (ער האט באקומען א ידיעה אז עס גייט אויסברעכן א קריג).

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 9:18 am

לענ~ד איז נאטרוליסט גערעכט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג אפריל 08, 2013 11:06 am

תחילת האב איך געמיינט:
דער "אוטא-מאביל" וואס מאביליזירט מהכא להתם, דער היינטיגער מאדערנער "מאביל" (הייסט נאכן 'טאטן' זיינעם) [פועל]
דאס Mobile טעלעפאן, קאמפיאטער, וכל חפצי הפארטעבל, וואס ווערן ערמעגליכט צו מאביליזרט ווערן, [נפעל]
מקורם פון לשון קודש "יובילו שי למורא", "ובשלום תובלון" און נאך.

כ'האב נאכאמאל א טראכט געטהון, וואו אין מקרא טרעפט מען "טראגן" מיטן לשון הובלה?
"יובילו שי למורא", זאגט רש"י לשון הבאה [פילייכט מורכב פון יביאו-לו] "ובתחנונים אובילם" זאגט דער מצודות "ענין הבאה כמו יובל שי", אין כמה פלעצער ברעגט דער מזרחי אז ס'איז "ענין הולכה" מיינט דאס אויך דער ענין "צוברענגען" בדרך הולכה,
ועי' רמב"ן בהר על פירוש ענין "יובל" אז דאס מיינט ווייל עס ברעגט צוריק יעדען אל אחוזתו.

טראגן מיטן משמעות Carrying, Mobility טרעפן מיר דעם לשון "משא" בכתף ישאו, לעבודה ולמשא.

וואס יא? די העברעאיסטן זיי האבן "הובלות, מובילים" מלשון משא, נו, זיי האבן...
פון וואו איז אבער יא אויסגעוואקסן דאס Mobility? ווייס איך נישט... דויטש/ענגליש איז דאך נולד געווארן פאר העברעאיש...

האב איך א נישטער געגעבן אינעם געהענגל דא, האט מען עס שוין ערוועינט?
והנה מצאתי
farshlufen האט געשריבן:לערנענדיג די רש''י אין פרשת עקב 'את יבולה' אף מה שאתה מוביל לה, הייב איך מיך אן צו וואונדערן צו איז דער ענגלישער ''מאביל אדער מאבייל אויף א דבר המטלטל ממקום למקום אויך דער זעלבער לשון הובלה פון לשון מי יובלינו עיר מבצר?
וצ"ע ווייל כאמור מיינט דאס הבאה אל מקום מסוים, תבואה איז דאך אויך לשון הבאה ועי' רמב"ן הנ"ל.


נ.ב
מסתבר אז ווען דער קאר וואלט 'געבוירן' געווארן בדור דידן, וואלט נישט געהייסן "אוטאמאביל" [בגלגול ראשון], נאר ער וואלט באקומען אן אומבאלומפערט נעגאטיוו נאמען - "Horseless"...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אפריל 08, 2013 2:07 pm

מאביל מיינט מאווינג און נישט ברינגינג
אויטא מיינט זעלבסט
אויטא-מאביל מיינט א זאך וואס גייט אדער פאהרט פון אליין אהן אז מען זאל עס מוזען שלעפען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג אפריל 08, 2013 2:34 pm

msp האט געשריבן:מאביל מיינט מאווינג און נישט ברינגינג
אויטא מיינט זעלבסט
אויטא-מאביל מיינט א זאך וואס גייט אדער פאהרט פון אליין אהן אז מען זאל עס מוזען שלעפען

מיר האבן דן געווען איבערן "מאביל"

ועי' בדברינו [על דרך ההומאר] בשטה אחרונה בנ.ב. ותראה שאיננו מחולקים בפירוש דברי אוטא-מאביל...

אוועטאר
yield
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » דאנארשטאג יוני 27, 2013 4:13 pm

איז שפתותיו ממללין און מורמלען אין יודיש, די זעלבע ?
yield the right of way


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט