לשה"ק ווערטער, וועלכע זענען געווארן אינטערנאציאנעל

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 20, 2009 5:49 pm

בשייכות מיט לשונות העמים בתורתינו הקדושה איז דא א מחלוקה צווישן רמב"ן אונעם מזרחי, איר זאלט מיר ביטע אנטשולדיגן אז איך האב נישט קיין צייט עס איבערצוטייפן, לייענטס און דעבאטירטס מיט סאטיספאקציע.
צוגעלייגטע
ram bi1.JPG
רא"ם מקץ - בי אדוני
ram bi1.JPG (11.5 KiB) געזעהן 2443 מאל
ram bi 2.JPG
רא"ם מקץ - בי אדוני
rmbn.JPG
רמב"ן בן פורת
rmbn.JPG (68.04 KiB) געזעהן 2443 מאל
ram bp1.JPG
רא"ם בן פורת
ram bp1.JPG (61.63 KiB) געזעהן 2443 מאל
ram bp2.JPG
רא"ם בן פורת
ram bp2.JPG (22.13 KiB) געזעהן 2443 מאל
ny1.JPG
נחלת יעקב ויחי
ny1.JPG (33.11 KiB) געזעהן 2442 מאל
ny2.JPG
נחלת יעקב ויחי
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 20, 2009 9:19 pm

בענין פונעם בי אדוני, געהערט אויך "אבעיא" להו, "בעו" און מעגליך אויך"נבעו" מצפיניו [אלס דבר והפיכו?] און דאכציך מיר אויך "בעי"טן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » מיטוואך ינואר 21, 2009 2:35 pm

א הערצליכן יישר- כח הרב פארשלאפן. אויפגעברענגט אן אינטערעסאנטע טעמע וואס איז דאך שייך איבער אלעם אין דעם אשכול ווי עס ווערן אויסגעשמועסט אזעלכע ערשיינונגען, און די שאלה האלט אין איין ארויפשווימען "מה קודם למה", ווער האט גענומען פון וועם? פיל דאנקן פארן צוברענגען מקורות דערוועגן אז מען זאל קענען אנהייבן דן זיין דערין מיט "סאטיספאקציע".

אגב, אייער געדאנק וועגן "בעטן" איז אן איינפאל אבער עס זעט מיר נישט אויס אזוי, דען דער "ט" איז א טייל פונעם שורש (ביטע - BITTE).

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 4:16 pm

יידישיסט האט געשריבן:

אגב, אייער געדאנק וועגן "בעטן" איז אן איינפאל אבער עס זעט מיר נישט אויס אזוי, דען דער "ט" איז א טייל פונעם שורש (ביטע - BITTE).


זעט אויס אז איר האט נישט רעכט אדורכגעלערנט דעם מזרחי אין מקץ אויפן פסוק בי אדוני וואס איך האב געברענגט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג פאברואר 08, 2009 9:09 pm

פאריגע וואך האב געהערט א טעיפ פונעם לעגענדארן ידען, שפראכן קענער און וויסנשאפטלער ר' סיני מ. זז"ג, הער איך דארט עטליכע ביישפילן:
עס איז א צווייטע חלק פון איינע פון זיינע "ניטל" שיעורים, און היסטאריע פון די ראמען עמפייער, מיט ידיעות און חידושים וואס מ'קען זיך באלעקן די פינגער.

לשה"ק צו ענגליש:
גמל = קעמל.
קרן = קארנער
ספיר = סעפייער
פרדס (גן עדן) = פערעדייס.

ער רעכנט דארט אויס אן א צאל ווערטער און אויך אסאך יאפאנעזער ווערטער וועלכע קומען פון לשה"ק.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2009 8:49 am

איך ווייס נישט פארוואס קיינער האט עס נישט געשריבן נאך.

"עָבַר" איז דאך ממש דער זעלבער ווי OVER = וואס טייטשט "איבער".

און "איבער" זעלבסט איז אויך גענומען פון "עבר".
(לאפוקי פון "אריבער")
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 12:35 am

דאס ווארט לגיון איז דאך ממש דער זעלבער ווי LEGEND.

לגיון של מלך [מיליטער פונעם קעניג]
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 12:35 pm

שוועמל דאס ווארט LEGEND באדייט "לעגענדאר" און באלאנגט צום 'לעגענדע' פאמיליע.

עס איז אבער טאקע פארהאן אן ענגלישע/לאטיינישע ווארט;LEGION וואס באדייט טאקע יא א צאמגענומענע גרופע, און אין רוים האט א געוויסע רעגימענט אויך געטראגען דעם נאמען 'לעגיאן'.

למעשה צו 'LEGEND' שטאמט פון דעם ווארט זעה איך דא אז זיי ווילען זאגען אס וויבאלד א 'לעגענדע' איז עפעס וואס איז צאמגענומען און אראפגעשיקט מדור אל דור האט דאס מיט 'לעגיאן' וואס באדייט א צאמגענומענע גרופע, סאונד דוחק'דיג פאר מיר.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 1:41 am

ALTERNATIVE שטאמט פון אלתר נתיב, וואס טייטשט א "טויש-וועג".

איך צווייפל אבער צי ס'קען אפילו זיין אויסגעהאלטן ווייל דער ווארט אלתר איז נישט לשה"ק, אפשר אראמיש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 8:02 am

און איך האב אלץ געמיינט אז אלתר מיינט שוין. [נעמט זיך מעגליך פון על-אתר, וואס מיינט: אויפן פלאץ, דהיינו, זאפארט].
וואס מיינט לאלתר לחיים?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:03 am

שוועמל;

אלטערנאטיוו האט גארנישט מיט אלטער (אלתר) און גארנישט מיט נתיב, עס ווערט פונקט אזוי גענוצט אויף אנדערע זאכן ווי אויף אנדערע 'וועגן'.

אינטעליגענט;
מיר האבן ערגעץ ציטירט א רש"י (מפרש) אין נדרים ב' ע"ב אז אלתר איז "על אתר".

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:21 am

וועמל, וואס האט "נעיטיוו" אמעריקען מיט "נתיב"?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 7:31 pm

אלץ-ווייסער שרייבט:
פרדס (גן עדן) = פערעדייס


"פאראדיז" איז אריגינעל א פערסיש ווארט וואס איז אריבער צו זייער אסאך שפראכן.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 2:25 pm

חרובין (באקסער) איז אין ענגליש קעראב.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 3:27 pm

נאטרוליסט;

יישר כח פאר די באמערקונג.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש אוקטובער 31, 2009 10:33 pm

איך ווייס נישט פארוואס קיינער האט עס נישט געשריבן נאך.

דוֹמֶה אדער דוֹמֵם = איז דאך ממש דער זעלבער ווי DUMMY, DUMB.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש אוקטובער 31, 2009 11:00 pm

קיינער האט עס נאכנישט געשריבן ווייל עס האט לכאורה קיין שייכות איינס צום צווייטן.

די שורש פון דאמי איז דאמב, און דאס האט מיט דומם גארניקס.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש אוקטובער 31, 2009 11:25 pm

לכאורה
האט עס יא א שייכות.

ילמדנו רבינו מהיכן דנתנו? די ווערטער קוקן אויס אייניג. ווי אויך זייערע באדייטן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 26, 2008 1:03 pm

תגובהדורך JOELHEALTH » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 12:17 pm

Hi all , there is a yid in NJ Isaac Mozeson was a professor in YU on this he published a few books on it, go to edenics.org for his site ,I was by him in his house about a year ago ,(was very happy to have me)and we collected about 200 Yiddish words witch origins from Hebrew ,we can tell on almost every word from different language what the sores from Hebrew is ….if any of u want to email mozeson@yahoo.com he is ganna be very happy to hear from us.
(I am learning now to type Yiddish and I will post all of them with the time)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 12:22 pm

ברוך הבא ר' יואל געזונטער, יהא בואך לברכה. האנדלט אייך בקרוב איין אידיש וועלן מיר קענען הנאה האבן מער.

דער סייט http://www.edenics.org ווערט יעצט באזוכט, העמיר אייך געבן א בריכט בקרוב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 12:36 pm

דער אייזיק אלחנן מאזעסאן פון וויפיל איך לייען, האט געשריבען א בוך און שפעטער געשאפן דעם באגריף פון 'עדעניקס' (מן הסתם על שם 'עדן' [גן עדן]) וואס טוט נאכגיין די וועלטליכע שפראכען צו איר סאמע ערשטע מקור פאר די דור הפלגה.

זיין מחקר נעמט ארום פארשידענע שפראכען פון אלע עקן און פארשער פון אלע סארטן אויפצודעקן דעם מייסטער שרשיות'דיגער שפראך שממנו יסדו כל הלשונות.

ר' יואל, אפשר ברענגט איר אפיר דעם מאזעסאן, ער רעדט אידיש?

JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 26, 2008 1:03 pm

תגובהדורך JOELHEALTH » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 1:46 pm

Yes u r right that’s what he is doing –yes u can communicate with him in Yiddish the only issue is he had a little stroke a few years ago (he is doing very well now) so his speech is not the best that’s y its better to talk to him in person, anybody can contact him he is very happy to spread his philosophy, u can call him @917/575-3522 (hay don’t u guys call him tonight)t

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 12:43 pm

איך ווייס נישט פארוואס קיינער האט עס נאכנישט געשריבן.

די ווארט DATA איז דאך ממש די ווארט "דעת", וואס ביידע באדייטן וויסנשאפט=אינפארמאציע.

אין אמעריקע זאגט מען טאקע "דעיטע" אבער די אריגינעלע אקצענט איז "דאטא" אזוי זאגט מען אין איירופה, אזיה און אוסטרליה.
איך צווייפל נאר צי עס איז נישט ענדערש אינהעריטעד פון DATE, אבל מסתבר אז נישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 2:50 pm

שוועמל האט געשריבן:די ווארט DATA איז דאך ממש די ווארט "דעת", וואס ביידע באדייטן וויסנשאפט=אינפארמאציע.
אין אמעריקע זאגט מען טאקע "דעיטע" אבער די אריגינעלע אקצענט איז "דאטא" אזוי זאגט מען אין איירופה, אזיה און אוסטרליה.
איך צווייפל נאר צי עס איז נישט ענדערש אינהעריטעד פון DATE, אבל מסתבר אז נישט.

"דאטא" קומט פון לאטייניש און איז דער לשון-רבים פאר "דאטום", וואס באדייט "צו געבן" - דאס הייסט "אנגעגעבענע אינפארמאציע."

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 5:21 am

עס איז אמאהל ארויסגעקומען א בוך פון מתתיהו גלזערסאן
איבער לשון הקודש שורש כל הלשונות
איי מאסט אדמיט מאז דער טאהן פון די בוך האט מיר געמאכט א רושפ פון האקוס פאקוס
אויפצווינגען ווערטער זיי זאלען פאסען מיט לשון הקודש...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט