תחילת האב איך געמיינט:
דער "אוטא-מאביל" וואס מאביליזירט מהכא להתם, דער היינטיגער מאדערנער "מאביל" (הייסט נאכן 'טאטן' זיינעם) [פועל]
דאס Mobile טעלעפאן, קאמפיאטער, וכל חפצי הפארטעבל, וואס ווערן ערמעגליכט צו מאביליזרט ווערן, [נפעל]
מקורם פון לשון קודש "יובילו שי למורא", "ובשלום תובלון" און נאך.
כ'האב נאכאמאל א טראכט געטהון, וואו אין מקרא טרעפט מען "טראגן" מיטן לשון הובלה?
"יובילו שי למורא", זאגט רש"י לשון הבאה [פילייכט מורכב פון יביאו-לו] "ובתחנונים אובילם" זאגט דער מצודות "ענין הבאה כמו יובל שי", אין כמה פלעצער ברעגט דער מזרחי אז ס'איז "ענין הולכה" מיינט דאס אויך דער ענין "צוברענגען" בדרך הולכה,
ועי' רמב"ן בהר על פירוש ענין "יובל" אז דאס מיינט ווייל עס ברעגט צוריק יעדען אל אחוזתו.
טראגן מיטן משמעות Carrying, Mobility טרעפן מיר דעם לשון "משא" בכתף ישאו, לעבודה ולמשא.
וואס יא? די העברעאיסטן זיי האבן "הובלות, מובילים" מלשון משא, נו, זיי האבן...
פון וואו איז אבער יא אויסגעוואקסן דאס Mobility? ווייס איך נישט... דויטש/ענגליש איז דאך נולד געווארן פאר העברעאיש...
האב איך א נישטער געגעבן אינעם געהענגל דא, האט מען עס שוין ערוועינט?
והנה מצאתי
farshlufen האט געשריבן:לערנענדיג די רש''י אין פרשת עקב 'את יבולה' אף מה שאתה מוביל לה, הייב איך מיך אן צו וואונדערן צו איז דער ענגלישער ''מאביל אדער מאבייל אויף א דבר המטלטל ממקום למקום אויך דער זעלבער לשון הובלה פון לשון מי יובלינו עיר מבצר?
וצ"ע ווייל כאמור מיינט דאס הבאה אל מקום מסוים, תבואה איז דאך אויך לשון הבאה ועי' רמב"ן הנ"ל.
נ.ב
מסתבר אז ווען דער קאר וואלט 'געבוירן' געווארן בדור דידן, וואלט נישט געהייסן "אוטאמאביל" [בגלגול ראשון], נאר ער וואלט באקומען אן אומבאלומפערט נעגאטיוו נאמען - "Horseless"...