ווערב, נאון, אדזשערקטיוו, וכדו'

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

ווערב, נאון, אדזשערקטיוו, וכדו'

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג מאי 09, 2008 1:54 am

מר. אידיש, עטליכע מאל איז מיר אויסגעקומען לעצטענס צו וויסן די אידישע און ענגלישע דעפענישנ'ס פון די ווערטער, און איך האב נישט קיין קלארע איבערבליק אויף די זאך.

אפשר וואלט איר אין קורצן עס אראפגעשטעלט, אזוי אז מיר זאלן וויסן וואו איין און וואו אויס? קען זיין אז איר האט דאס שוין אמאל געשריבן דא (אזוי ליגט מיר אויפן זיכרון) למעשה געפון איך דאס נישט. אלזא, אפשר קענט איר דאס אראפשטעלן? נישט נאר די עטליכע וואס איך האב דערמאנט, נאר די אלע אנדערע אויך. און ווי אויך ביטע עס שרייבן מיטן ענגלישן נאמען, ווייל אויף אידיש וועל איך זיך צומישן.

ביטע שרייבט אין קורצן וואס יעדעס ווארט באדייט, און א קליינע משל אויף דעם.

יישר כוח למפרע.

אידיש
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2007 5:24 pm

תגובהדורך אידיש » פרייטאג מאי 09, 2008 4:58 pm

נאון איז א זאכווארט - א ווארט וואס באצייכנט א זאך. א זאך הייסט אויך א מענטש, א בעל-חי, א מצב. למשל, דאס ווארט ווארט איז א זאכווארט. מענטש איז א זאכווארט. באבע איז א זאכווארט. הימל אויך. פען, וואנט, דאך, קאץ - איך קוק זיך דא פשוט ארום. א פעולה איז נישט קיין זאכווארט. שפרינגען איז נישט קיין זאכווארט, ס'איז א פעולה.

ווערב איז א פעולה-ווארט. טייל רופן עס אויף אידיש א טאט-ווארט (טאט = פעולה). שפרינגען, טאנצן, לויפן.

אדזשעקטיוו (אדיעקטיוו, זאך-באצייכענונג) איז א ווארט וואס באצייכנט די אייגנשאפטן פון א זאך. א הויכער מענטש, א שיינער בוים, א רויטע בלום, א פינסטערע נאכט, אן אמאליגע דערציילונג, א רירנדע געשעעניש.

אדווערב (פעולה-באצייכענונג) באצייכנט די אייגנשאפטן פון א פעולה, לויפן שנעל, שפרינגען הויך.

גאחט איט?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מאי 11, 2008 11:21 pm

אידיש, בעסער ווי גוט. יישר כוח.

די פינטלעך זענען דא גוט אויסגעלייגט?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מאי 12, 2008 12:32 am

פרעג מאשקע.
(couldn't resist)
the SCY is the limit

אידיש
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2007 5:24 pm

תגובהדורך אידיש » דאנארשטאג מאי 15, 2008 6:18 pm

סאכדעס, יא, דיינע פינטעלעך זענען גוט. עלה והצלח.

דא האסטו נאך א שטיקל הסבר:

אן אדיעקטיוו (וואס באצייכנט די קוואליטעט פון א זאך) ענטפערט אויף דער פראגע: וואספארא? און וועלכער?

אן אדווערב (וואס גיט צו אינפארמאציע וועגן א פעולה) ענטפער אויף דער פראגע: ווי אזוי? וואו? און ווען?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מאי 20, 2008 4:44 pm

אידיש, א טאפעלטער יישר כוח.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:17 pm

אידיש האט געשריבן:סאכדעס, יא, דיינע פינטעלעך זענען גוט. עלה והצלח.

דא האסטו נאך א שטיקל הסבר:

אן אדיעקטיוו (וואס באצייכנט די קוואליטעט פון א זאך) ענטפערט אויף דער פראגע: וואספארא? און וועלכער?

אן אדווערב (וואס גיט צו אינפארמאציע וועגן א פעולה) ענטפער אויף דער פראגע: ווי אזוי? וואו? און ווען?

אט איז די שמועס איבער די קאמעס. טאקע באגב, אבער דא טרעף איך דאס ערשטע.

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 2:04 pm

WOW
נאך קיינמאל נישט געזען אזא קורץ און שארפע ערקלערונג איבער די נושא!

ייש"כ אידיש און סאכדעס.
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט