'ההוא' טייטש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

loeffler
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 05, 2014 9:45 pm

'ההוא' טייטש?

תגובהדורך loeffler » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 2:42 pm

וואס איז די טייטש פונעם ווארט "ההוא"?
'יענע' אדער 'יענער'
איז בכלל דא איז ווארט 'יענער'?

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 2:45 pm

ההוא איז יענער, ההיא איז יענע.

חילוק איז לשון זכר און לשון נקיבה.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 4:11 pm

ההוא איז יענע (והיה ביום ההוא) ההוא גברא איז 'יענע' מענטש, אבער נישט יענער.
יענער אין לשון קודש. - ווייסעך נישט יעצט קיין ווארט.
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

נישט געפירליך
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 10:22 am

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך נישט געפירליך » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 4:17 pm

דו דאזיגע

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 4:18 pm

נישט געפירליך האט געשריבן:דו דאזיגע

#פייער אפפער אלערט
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

loeffler
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 05, 2014 9:45 pm

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך loeffler » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 4:19 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ההוא איז יענע (והיה ביום ההוא) ההוא גברא איז 'יענע' מענטש, אבער נישט יענער.
יענער אין לשון קודש. - ווייסעך נישט יעצט קיין ווארט.

ביסט זיך סותר מיט אסדר? שטומט?

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 4:20 pm

loeffler האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ההוא איז יענע (והיה ביום ההוא) ההוא גברא איז 'יענע' מענטש, אבער נישט יענער.
יענער אין לשון קודש. - ווייסעך נישט יעצט קיין ווארט.

ביסט זיך סותר מיט אסדר? שטומט?

יע.
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24939
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 4:23 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ההוא איז יענער, ההיא איז יענע.

חילוק איז לשון זכר און לשון נקיבה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 4:28 pm

disagree
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 4:32 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ההוא איז יענע (והיה ביום ההוא) ההוא גברא איז 'יענע' מענטש, אבער נישט יענער.
יענער אין לשון קודש. - ווייסעך נישט יעצט קיין ווארט.

איך מיין טאקע אז מ'דארף זאגן 'יענער מענטש' און נישט 'יענע' מענטש, בלשון זכר.
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 4:33 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ההוא איז יענע (והיה ביום ההוא) ההוא גברא איז 'יענע' מענטש, אבער נישט יענער.
יענער אין לשון קודש. - ווייסעך נישט יעצט קיין ווארט.

איך מיין טאקע אז מ'דארף זאגן 'יענער מענטש' און נישט 'יענע' מענטש, בלשון זכר.

מאי שנא פון 'יענע' טאג?
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 4:34 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ההוא איז יענע (והיה ביום ההוא) ההוא גברא איז 'יענע' מענטש, אבער נישט יענער.
יענער אין לשון קודש. - ווייסעך נישט יעצט קיין ווארט.

איך מיין טאקע אז מ'דארף זאגן 'יענער מענטש' און נישט 'יענע' מענטש, בלשון זכר.

מאי שנא פון 'יענע' טאג?

קען טאקע זיין מ'דארף זאגן 'יענער' טאג.. כ'מיין אזוי.
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 4:36 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ההוא איז יענע (והיה ביום ההוא) ההוא גברא איז 'יענע' מענטש, אבער נישט יענער.
יענער אין לשון קודש. - ווייסעך נישט יעצט קיין ווארט.

איך מיין טאקע אז מ'דארף זאגן 'יענער מענטש' און נישט 'יענע' מענטש, בלשון זכר.

מאי שנא פון 'יענע' טאג?

קען טאקע זיין מ'דארף זאגן 'יענער' טאג.. כ'מיין אזוי.

מ'קען מחלק זיין ציווישן א מענטש אדער א חפץ.. מ'דארף ברענגען דא די מדקדקים בקלה כבחמורה...
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 4:36 pm

דעמאלס ווען דו רעדסט צו א דריטן פון א צווייטן זאגסטו יענער? אדער יענע?
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

לשם ייחוד
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך לשם ייחוד » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 4:37 pm

סאיז לכאורה די זעלבע(ר) גידאנק ווי מיינע/מיינער זיינע/זיינער וכו׳
סקען זיין סווענדט זיך צו סאיז דבוק לתיבה שלאחריו.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך גרשון » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 5:55 pm

אין לשון זכר קומט יענער (אדער יענעם, אויב ס'איז אין אקוזאטיוו אדער דאטיוו).

טאג איז לשון זכר, אזוי אויך מענטש, אלזא יענער טאג, יענער מענטש.

פארשטייט זיך אז בלשון רבים פאלט אוועק דער ר' -- יענע טעג/מענטשן.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 6:03 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:דעמאלס ווען דו רעדסט צו א דריטן פון א צווייטן זאגסטו יענער? אדער יענע?

יענער מענטש - איש ההוא. יענער טאג - יום ההוא.
יענע פרוי - אשה ההיא, יענע מעשה - מעשה ההיא.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך גרשון » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 6:08 pm

אופס... מעשה איז לשון זכר (מה המעשה הזה אשר עשיתם), וויבאלד דער ה' האט א סגול. די זעלבע איז מיט מקוה.

אין אידיש איז יא יענע, וויבאלד אידיש מאכט נישט קיין חילוק צווישן א קמץ און א סגול, אלעס וואס ענדיגט זיך מיט א ה' איז לשון נקיבה.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 6:12 pm

נישט געוואוסט פון דעם חילוק, שכח.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

loeffler
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 05, 2014 9:45 pm

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך loeffler » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 8:10 pm

אחרי ככלות הכל?

וואס טייטשט...
ההוא גברא?
ביום ההוא?

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 11:33 pm

loeffler האט געשריבן:אחרי ככלות הכל?

וואס טייטשט...
ההוא גברא?
ביום ההוא?

גרויסער עם הארץ: יענע

אסדר, פארשלאפן, נאר מיט שמחה, גרשון, פעיק: יענער

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 11:35 pm

דאס איז ביי ההוא גברא, ביום ההוא איז "אין יענעם טאג".

דער פארמעסט איז אין פולן שוואונג!

נעה
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך נעה » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 11:51 pm

לכאורה ווי דו מיט די
ווען מזאגט אזאך בלשון נוכח זאגט מען די זאך
ווען מרעדט בדרך כלליות זאגט מען דו ענינים

די זעלבע איז מיט יענער און יענע
יענער איז לשון נוכח
יענע איז לשון כלליות

אדער א חילוק צווישן "וואס איז" און "וואסי"
דהיינו לשון שארט קאט אדער שארקאט
וואס איז נייעס וואסנייעס
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 12:03 am

נעה האט געשריבן:לכאורה ווי דו מיט די
ווען מזאגט אזאך בלשון נוכח זאגט מען די זאך
ווען מרעדט בדרך כלליות זאגט מען דו ענינים

די זעלבע איז מיט יענער און יענע
יענער איז לשון נוכח
יענע איז לשון כלליות

אדער א חילוק צווישן "וואס איז" און "וואסי"
דהיינו לשון שארט קאט אדער שארקאט
וואס איז נייעס וואסנייעס

:i" :shock: :roll: :twisted: ;/,

עמממממ... ביסט אקעי?

דער פארמעסט איז אין פולן שוואונג!

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: 'ההוא' טייטש?

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:42 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
נעה האט געשריבן:לכאורה ווי דו מיט די
ווען מזאגט אזאך בלשון נוכח זאגט מען די זאך
ווען מרעדט בדרך כלליות זאגט מען דו ענינים

די זעלבע איז מיט יענער און יענע
יענער איז לשון נוכח
יענע איז לשון כלליות

אדער א חילוק צווישן "וואס איז" און "וואסי"
דהיינו לשון שארט קאט אדער שארקאט
וואס איז נייעס וואסנייעס

:i" :shock: :roll: :twisted: ;/,

עמממממ... ביסט אקעי?

:lol: :lol: :lol: :lol:

קוקט אויס וואו סוועט זיך בקרוב עפענען אן אייוועלט יויווערזיטעיט פאר גראמאטיק און שפראך...
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט