עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

להודיע איז גערעכט. אבער ס'נישט די גאנצע בילד. (מילכיגער האט דערמאנט די נקודה )

די צייטונג אדער איד/בלאט האט א ערענסטערע (און עפ"י רוב עלטערער ) קליענטעל און ער קען נישט לייגן אונגאר אויפן קאווער ווייל זיינע מענטשען פארלאנגן נישט אונגאר.

מאמענט האט קיינמאל נישט פרובירט צו בויען זיין רעפוטאציע אלץ ערענסטע מאדאזין, נאר בעיקר אונגאר-סטיל טעמעס, דערפאר זענען זיינע לייענער נישט פון די וואס ס'אינטערסירט זיי ערלאנגער (און פון א ביזנעס פוינט אויף וויו איז ער גערעכט, די מארקעט פאר ערענסטע סחורה איז דאמינירט ביי די ביג טרי )
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

לויט דעם איז שווער פארוואס די צייטונג קריכט אראפ פון בוים.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

ווייל אין די קומענדיגע גענעראציע גייען פופציג יעריגע לייענן מיט דורשט אונגאר....
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

להודיע האט געשריבן:אין די צייטונג אשכול רעדט מען פון די געפאלענע סטיל פון ליטעראטור ביים היימישן ציבור, אנדערע ווילן באשולדיגן די צייטונגען וואס שטעלן צו בעבי סחורה.

פונקט נעכטן האב איך גערעדט מיט א אינגערמאן וואס שרייבט צומאל אין "מאמענט" און ער זאגט מיר א נקודה למחשבה.

.... דער שרייבער זאגט מיר מיט איראניע "געב מיר אביסל ווייניגער חלבן'ס מיט ערלאנגער'ס, און אביסל מער שמואלי'ס מיט אנדערע זינגערס, וועט זיין סעילס"..

יעצט בשעת שרייבן כאפ איך מיך אז דאס זעלבע קומט פאר אויף קול מבשר. וויפיל אידן הערן אויס די טעם זקינים אינטערוויאס און וויפיל הערן די אינטערוויאס מיט מיכאל און מושי קרויס. יעדער קען זיך פארשטעלן די ציפערן.

אונטערשטע שורה. דער ציבור אין אלגעמיין איז אנעידשעקעטעט, די סיבות לאזט זיך זאגן אבער דאס איז דער מציאות. מענטשן זוכן נישט תוכן'דיגע אינהאלט, און ווילאנג דער פארלאנג פאר קטנות שטייגט זענען די אויסגאבעס פולקאם גערעכט. ווי עמיצער האט טאקע דארט פאסיג דערמאנט דעם משל פון חפץ חיים ווען מען וואלט געווארט אויף תוכן וואלט עס געווען.

זייער ריכטיג, גוט ארויסגעברענגט, שפתים ישק.

ובבקשת סליחה למפריע, לולי דמסתפינא, אויב מעג מען זאגן, שפירט זיך דאס אביסל אויך דא אין וועלטל.

איינער שרייבט אן ארטיקל - מהיכי תיתי אבי געזונט, וואס דארף צו זיין הומאר אדער כמו-פעליטאנען (וויפיל ווייסן ניטאמאל וואס דאס ווארט מיינט) און מער ווייניגער איז דאס שטותים מיט לאקשן, הוילע לופט, אבער די קאמפלימענטן פליסן מיט תגובות פון גרינע ;l;p- און פלייצע-קלאפעריי, בראווא, גוט געזאגט.

ולעומת זה קענען אריבערגיין אינהאלטרייכע העכערע ניווא ארטיקלן אן קיין תגובה בכלל, אין בעסטן פאל - עפעס א טרוקענע - איינער האט זיך דערבארעמט - תגובה'לע צוויי.

ועל דא ודאי קא בכינא: איי וויי וויי די דורות פאלן!

זייט נישט ברוגז, אן אלטער איד מעג אמאל אריינזאגן.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

וואס מיינט א פעליטאן?
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

להודיע האט געשריבן:אין די צייטונג אשכול רעדט מען פון די געפאלענע סטיל פון ליטעראטור ביים היימישן ציבור, אנדערע ווילן באשולדיגן די צייטונגען וואס שטעלן צו בעבי סחורה.

פונקט נעכטן האב איך גערעדט מיט א אינגערמאן וואס שרייבט צומאל אין "מאמענט" און ער זאגט מיר א נקודה למחשבה.

מיט עטליכע וואכן צוריק האבן זיי געהאט א קאווער סטארי איבער דעם מיסטעריעזן "חלבן" אין ארץ ישראל. כווייס נישט צי עמיצער האט עס געליינט אבער דאס איז געווען א העכסט אינטערעסאנטע ארטיקל אויף א מערקווירדיגע אומבאקאנטע טעמע, א געשמאקע פארש ארבעט אויף די גאנצע חבורה פון די א. ג. "צדיקים נסתרים", אפגעזען וואס מהאלט איבער די מענטשן איז עס לכל הדעות אן אינטערעסאנטע נושא צום ערשטן מאל אויף אידיש.

יעצט לעצטע וואך איז דער קאווער סטארי געווען "שמואלי אונגאר", א ריזן בילד פון דעם ניי אויפגעקומענעם שטערן, מיט א דעטאלירטע אינטערוויא איבער זיינע געדאנקן וואס ער האט איבערצוגעבן פארן דארשטיגן ציבור.

וואס מיינט איר? די אויסגאבע האט זיך פארקויפט צען פאכיג מער ווי די אנדערע, מאמענט האט אפילו געדריקט מער קאפיס צו נאכקומען דעם פארלאנג.
שמואלי אונגאר איז א וואוילער אינגערמאן, דאנט געט מי ראנג, אבער די קאנצעפט מיין איך איז זייער קלאר.

דער שרייבער זאגט מיר מיט איראניע "געב מיר אביסל ווייניגער חלבן'ס מיט ערלאנגער'ס, און אביסל מער שמואלי'ס מיט אנדערע זינגערס, וועט זיין סעילס"..

יעצט בשעת שרייבן כאפ איך מיך אז דאס זעלבע קומט פאר אויף קול מבשר. וויפיל אידן הערן אויס די טעם זקינים אינטערוויאס און וויפיל הערן די אינטערוויאס מיט מיכאל און מושי קרויס. יעדער קען זיך פארשטעלן די ציפערן.

אונטערשטע שורה. דער ציבור אין אלגעמיין איז אנעידשעקעטעט, די סיבות לאזט זיך זאגן אבער דאס איז דער מציאות. מענטשן זוכן נישט תוכן'דיגע אינהאלט, און ווילאנג דער פארלאנג פאר קטנות שטייגט זענען די אויסגאבעס פולקאם גערעכט. ווי עמיצער האט טאקע דארט פאסיג דערמאנט דעם משל פון חפץ חיים ווען מען וואלט געווארט אויף תוכן וואלט עס געווען.

הער מיינע צוויי צענט, קען זיין איינער טעס שוין ערווענט. דער מאמענט און אזוי אויך אנדערע פון דער סארט האבן אונז צופיל מאל אנטוישט מיט העכסט אינטערעסאנטע קאווערס און ווייניג וואס דעקונג איבערן נושא, ביז איך האב זיך געלערנט זיך צו שטארקן איבער'ן נייגער, לאזן עס אויף די פאליצעס פון די געשעפטן, זיך נישט פון פריש רעגן, און שפארן די פאר דאלער אויך אינאיינוועגס.

געזעהן דעם חלבן און אזוי אויך אנדערע ציענדע קאווער פעידזשעס, און נישט געהאלטן ביים זיי געבן נאך א שאנס.

איך פארשטיי עס איז פילייכט ביליגער און פיל לייכטער צוצושטעלן חומר איבער א זינגער אדג, ווי עס איז איבער די מער אינטערעסאנטע נושאים, אבער באשולדיג נישט די ליינער ביטע.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעילוםשם »

קאטשקע האט געשריבן:וואס מיינט א פעליטאן?

הומאריסטישער ארטיקל
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

בןהרחמן האט געשריבן:

די היינטיגע בנות ישראל און אפילו לערערינס זאגן אנשטאט "מיר זענען געגאנגען", - "אונז זענען געגאנגען", און אנשטאט "מיר גיין גיין" -"אונז גייען גיין".
עס איז אזוי אריינגעכאפט אז די לערערינס לערנען שוין אז מיט די קינדער לכתחילה און דאס ווערט (לייען: איז געווארן) דער שפראך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואו? נישט אין וויליבורג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

אין ק"י
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אין קרית יואל זאגט מען אונז זעמיר געגאנגן, אונז האמיר באקומען, אבער מען שרייבט מיר האבן .. אין מאנסי אונז זענען, אונז האבן, א.א.וו.
שויתי ה' לנגדי תמיד
פארנדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:06 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

Re: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנדיג »

ווי קען מען שילדערן ס'פיין פון א געלונגענער פעדער באזיצער אונטער אן אמעראצישן רעדאקטאר...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

farshlufen האט געשריבן:מאשקע:
א יעדע פיקטשער מאגאזין וואס קומט ארויס פראווט דיינע ווערטער, דער אינגער עולם זענען פשוט אנאלפאבעטן, קוים וואס א צורת אות קען מען, ווער רעדט נאך פון רעכענען, די פשוט'סטע חשבונות רעכנט מיט א קאלקיולעיטער.

געב א פרעג א פאר מענטשן, וואס איז גרעסער "7/16 אדער "3/4? דו ווייסט אליין וואס עס גייט זיין דער ענטפער.

איך ווייס נישט צי ווען די היינטיגע קינדער וועלן אויפוואקסן וועט נאך זיין עפעס צו ליינען אויסער בילדער מאגאזינען. די קינדערישע אויסגאבעס זענען מלא וגדוש מיט קאמיקס. פאר יעדן ארטיקל זענען דא צוויי קאמיקס קאלומס. דערנאך זענען די קאמיקס ביכער וואס קומען ארויס יעדן יו"ט, ריזיגע קאלירטע ביכער וואס קאסן די הויזן, אנגעפילט עפ"י רוב מיט נארישע קאמיקס פון מאדנע מענטשן, שיפע גרויסע אותיות, קולות וברקים, און טראך-קראך-בום!...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

גרשון האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מאשקע:
א יעדע פיקטשער מאגאזין וואס קומט ארויס פראווט דיינע ווערטער, דער אינגער עולם זענען פשוט אנאלפאבעטן, קוים וואס א צורת אות קען מען, ווער רעדט נאך פון רעכענען, די פשוט'סטע חשבונות רעכנט מיט א קאלקיולעיטער.

געב א פרעג א פאר מענטשן, וואס איז גרעסער "7/16 אדער "3/4? דו ווייסט אליין וואס עס גייט זיין דער ענטפער.

איך ווייס נישט צי ווען די היינטיגע קינדער וועלן אויפוואקסן וועט נאך זיין עפעס צו ליינען אויסער בילדער מאגאזינען. די קינדערישע אויסגאבעס זענען מלא וגדוש מיט קאמיקס. פאר יעדן ארטיקל זענען דא צוויי קאמיקס קאלומס. דערנאך זענען די קאמיקס ביכער וואס קומען ארויס יעדן יו"ט, ריזיגע קאלירטע ביכער וואס קאסן די הויזן, אנגעפילט עפ"י רוב מיט נארישע קאמיקס פון מאדנע מענטשן, שיפע גרויסע אותיות, קולות וברקים, און טראך-קראך-בום!...

עוז והדר גרייט זיך שוין אויף א פראיעקט ארויסצוגעבן די קינדער פרקים אויף קאמיקס, די קינדער מוזן דאך פארשטיין....
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

למעשה רבותי, לאמיר קוקן אויפן פולע האלב אויך, ב''ה עס קומען צו מער תוכן'דיגע אויסגאבעס צום אידישן מארקעט, פול מיט אידישע היסטאריע און פאלעמיק'ס וכדו' לו תוכן'דיגע ארטיקלען, א שטייגער ווי די נייע 'בחצרות', 'אינטערעסאנט', 'קנקן', 'אותיות' [א שאד נאר אז עס ערשיינט נאר אויף יום טוב], און אפילו די מאמענט'ס 'לבלר' ווערט מער פולער גרעסער. אמת טאקע עס איז בבחינת זה לעומת זה אבער פארט ברויך מען זיך אפווישן די פארטרערטע אויגן און זעהן אויך די גוטע זייט פונעם מטבע.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

מאשקע האט געשריבן: (וואס מאכט אז איך זאל עס נישט קענען ליינען אום שבת צוליב חשש קורע מחמת כעס...),

אגב, איז סתם אזוי נישט אויסגעהאלטן אלעס צו ליינען אום שבת, עיין בסי' ש''ז בענין לקרות ספרי מלחמות וכדו' בשבת
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

מאשקע האט געשריבן:איך קען מיך נישט איינהאלטן. ס'עסט מיך געפערליך.

הערטס מיך אויס, און ווער ס'האט נישט קיין געפיל דערצו מוז נישט מגיב זיין.

*

אנומעלט (פרעגטס וואס ס'מיינט, כ'וועל אייך גערן ענטפערן) בין אין געשטאנען אין א בית המדרש און זיך צוגעקוקט צום פאלגנדן סצענע: א יונגעלע פון כיתה ג' האט געדארפט א משניות פון ספרים שאנק, אבער ער האט נישט געקענט דערגרייכן. נעבן דעם שאנק איז געשטאנען א יונגערמאן (אין די פריע 20'ער יארן), און דאס יונגעלע האט יענעם געבעטן א טובה אז ער זאל אים אראפנעמען דעם משניות מס' ברכות.

ביז דא איז אלעס נארמאל, יא?

דער יונגערמאן נעמט ארויס איין באנד נאכ'ן צווייטן, בלעטערט אדורך צי זעהן אויב מס' ברכות געפינט זיך אין יענעם באנד. ווען ער זעהט אז דאס מזל האט אים נישט געשפילט מיט איין באנד, גייט ער צום צווייטן באנד, און אזוי ווייטער, עד שהשקיף ה' ממרום וריחם עליו... יא, ער האט ענדליך געטראפן אז מס' ברכות איז סטאנציאנירט אין זרעים א'!

איך בין נישט קיין למדן טאקע, אבער איך וואלט מיך געשעמט ווען מ'זאל מיר שפעטער אנטראגן א שידוך מיט יענעם איד!

ווער פון ענק ווייסט נישט אין וועלכע באנד מס' ברכות געפינט זיך? מ'רעדט דאך נישט פון מס' ערכין אדער ערלה, מ'רעדט דאך פון ברכות! געוואלד און געשריגן! דיין ערשטע מסכתא וואס דו האסט געלערנט! מאימתי קורין את שמע, כיצד מברכין על הפת, על הפרפרת אומר, ועל הכל אם אמר שהכל יצא, וכו' וכו'. ער געדענקט נישט אין וועלכע באנד ס'איז?

איי, וואו קומט עס אהער צו אונזער שמועס?

גארנישט, כ'האב מיך סתם דערמאנט דערפון, רעדנדיג ווי אומגעלערנט די היינטיגע יונגעלייטלעך זענען.

*

שוין, כ'האב מיך שוין גענוג אויסגעגעבן. יעצט בין איך רואיגער. מ'קען אריינברענגען די זופ.

צו די חלק פון דעם ארגינאלע ארטיקל האט קיינער זיך נישט באצויגען, און לדעתי איז דאס מער ווייטאגלעך ווי די אנדער חלק פון שפראך, (קען נאר זיין אז עס באלאנגט נישט אין דעם אשכול) בעיני ראיתי ובאזני שמעתי הימל שרייענדע עמעראצעס פון ערוואקסענע שיבעגדולע בחורים וואס קיין מושג נישט געהאט צו דער תניא איז געווען א חסיד צי א מתנגד ( ,זיי גייען דאך מיט דעי פאני היטען' האט מיר איינער מסביר געווען מיט גרויס בקיאות...) אפגערעדט אז די קענסט אים זאגן אז דער מהר''ל האט שבת נאכמיטאג שפאצירט פון פראג קיין מעזבוז צום בעל שם הק' אויף של''ס, און ער וועט נישט כאפן אז עס איז פאני נישט מצד די היסטאריע און נישט מצד גיאגראפיע... איך רעד נישט מהשערה איך רעד פון עקספיריענס...
ווי האט א גוטע יוד געזאגט אז בחורים דארפען וויסען אז רבינו תם און דער ברוך טעם זענען נישט קיין ברודער, נישט ווייל דאס איז מיט א ט' און דאס מיט א ת'....
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

און שוין! האט געשריבן:

ליידער, ליידער. פיל הארץ עסענישן האט עס מיר שוין געקאסט...
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

כ'האב געזעהן אמאל איינער וואס מאכט שוין באלד חתונה שטעלט זיך שחרית, ער שטעלט ארויף דעם טלית אויפן פלייצע און פאנגט אן ברכת התורה מיט א פרישקייט. מודה אני... בא"י... על מצות ציצית (און קישט די ציצית פונעם טלית...) מצות ה' ברא מאירת עינים (א קיש) וכו'...

די נעקסטע שטיק צייט האבעך באטראכט נאך יונגעלייט וואס זאגן ברכת התורה. ס'איז דא א שיינער עולם ליידער וואס פאנגט נאך אן מיט "מודה אני"
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

מיין מלמד פונעם עלטסטן כתה אין חדר פלעגט כסדר פארציילן וואס ער האט געהערט פון איינער וואס פלעגט דאווענען מיט זיין זיידן א עלטערע מענטש און דער אלטיטשקער פלעגט יעדן טאג זאגן די אידישע תפילה וואס די קינדער זאגן פאר ברכת ציצית ''א ברכה און הצלחה זאל קומען אויף מיין קעפעלע אמן סלה''... האט אים דער אייניקל געפרעגט ''זיידי, האסט נישט א קעפעלע נאר א קאפ..'' זאגט ער אים ''שוין פון אלץ קליין קינד פלעג ארויסקוקן אויף דעם טאג ווואס איך וועל שוין האבן א גרויסן קאפ און מער נישט דארפן זאגן 'קעפעלע', אבער וואס זאל איך טון איך טאפ יעדן טאג מיין קאפ צו זעהן ווע עס ווערט שוין גרויס אבער עס געשעט נישט''....
א ביטער געלעכטער.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

sheetrock האט געשריבן:כ'האב געזעהן אמאל איינער וואס מאכט שוין באלד חתונה שטעלט זיך שחרית, ער שטעלט ארויף דעם טלית אויפן פלייצע און פאנגט אן ברכת התורה מיט א פרישקייט. מודה אני... בא"י... על מצות ציצית (און קישט די ציצית פונעם טלית...) מצות ה' ברא מאירת עינים (א קיש) וכו'...

די נעקסטע שטיק צייט האבעך באטראכט נאך יונגעלייט וואס זאגן ברכת התורה. ס'איז דא א שיינער עולם ליידער וואס פאנגט נאך אן מיט "מודה אני"

איך זע נישט די גרויסע ליידער און חורבן דערפון...

באמת איך פלעג מיר אייביג וואונדערן ווען עס טוישט זיך, אני כשלעצמי זאג אויך נישט, כ'ווייס טאקע נישט ווען עס איז געשען לכאורה אלס בחור.

ווער געדענקט נאך די אלטע סידורים וואו עס איז געשטאנען פאר דעם "ברכות זאגן פיר קינדער".

נישט געזארגט באלד וועט שוין זיין קורסעס אויף דעם און ענליכס...
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

חנן האט געשריבן:
און שוין! האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:איך קען מיך נישט איינהאלטן. ס'עסט מיך געפערליך.

צו די חלק פון דעם ארגינאלע ארטיקל האט קיינער זיך נישט באצויגען, און לדעתי איז דאס מער ווייטאגלעך ווי די אנדער חלק פון שפראך, (קען נאר זיין אז עס באלאנגט נישט אין דעם אשכול) בעיני ראיתי ובאזני שמעתי הימל שרייענדע עמעראצעס פון ערוואקסענע שיבעגדולע בחורים וואס קיין מושג נישט געהאט צו דער תניא איז געווען א חסיד צי א מתנגד ( ,זיי גייען דאך מיט דעי פאני היטען' האט מיר איינער מסביר געווען מיט גרויס בקיאות...) אפגערעדט אז די קענסט אים זאגן אז דער מהר''ל האט שבת נאכמיטאג שפאצירט פון פראג קיין מעזבוז צום בעל שם הק' אויף של''ס, און ער וועט נישט כאפן אז עס איז פאני נישט מצד די היסטאריע און נישט מצד גיאגראפיע... איך רעד נישט מהשערה איך רעד פון עקספיריענס...
ווי האט א גוטע יוד געזאגט אז בחורים דארפען וויסען אז רבינו תם און דער ברוך טעם זענען נישט קיין ברודער, נישט ווייל דאס איז מיט א ט' און דאס מיט א ת'....

ליידער, ליידער. פיל הארץ עסענישן האט עס מיר שוין געקאסט...

נישט קיין ווערטל אן אמת'ע מעשה ליידער...

אין די ישיבה וואו איך האב געלערנט אלס בחור פלעגט זיין איינגעפירט אז די בחורים פלעגן צומאל געבן א שטיקל שיעור פאר א חבורה בחורים אין די סוגיא וואס מען האט געלערנט. איז געווען אמאל אינעם טאג פונעם יארצייט פון הרב שך א בחור האט געגעבן א חבורה, און דער בחור האט נאכגעזאגט ביי זיין שיעור א ש"ך, אבער פאר ער האט אנגעהויבן דעם ש"ך האט ער געזאגט "עס שטייט אין ש"ך, היינט איז דאך די יארצייט"...
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

זייטס מיר מוחל, די בחורים זענען גארנישט שולדיג אויף דעם, זיי ווייסן נאר וואס מען זאגט זיי...

דעם שולדיגן קען מען טרעפן דא
The Divided States Of America
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

יקום פורקן האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:כ'האב געזעהן אמאל איינער וואס מאכט שוין באלד חתונה שטעלט זיך שחרית, ער שטעלט ארויף דעם טלית אויפן פלייצע און פאנגט אן ברכת התורה מיט א פרישקייט. מודה אני... בא"י... על מצות ציצית (און קישט די ציצית פונעם טלית...) מצות ה' ברא מאירת עינים (א קיש) וכו'...

די נעקסטע שטיק צייט האבעך באטראכט נאך יונגעלייט וואס זאגן ברכת התורה. ס'איז דא א שיינער עולם ליידער וואס פאנגט נאך אן מיט "מודה אני"

איך זע נישט די גרויסע ליידער און חורבן דערפון...

באמת איך פלעג מיר אייביג וואונדערן ווען עס טוישט זיך, אני כשלעצמי זאג אויך נישט, כ'ווייס טאקע נישט ווען עס איז געשען לכאורה אלס בחור.

ווער געדענקט נאך די אלטע סידורים וואו עס איז געשטאנען פאר דעם "ברכות זאגן פיר קינדער".

נישט געזארגט באלד וועט שוין זיין קורסעס אויף דעם און ענליכס...

מודה אני זאגט מען ביים בעט, און די פסוקים דערנאך איז פסוקים צו זאגן מיט קינדער אזוי ווי ס'שטייט אז ווען א קינד הייבט אן צו רעדן דארף מען אים צוערשט אויסלערנען צו זאגן 'תורה צוה לנו' וכו' ווייטער ברכת ציצית דארפן בחורים באמת אויך מאכן נאר ס'זענען דא וואס פירן זיך נישט צו מאכן צוליב ספיקות אינעם שיעור און אינעם חיוב עטיפה.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

Re: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

איך ליין אביסעל אנפאנג פין דעם אשכול, אוי טיט עס ווי. געווען אמאל שרייבערס מיט קלאס אין פארשטאנד, כאריזמע, געפיל, אין היינט שוין......
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”