שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא
די בארימטע פלאטפארמע דואלינגא וואס לערנט אויס שפראכן גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א פראגראם אויסצולערנען אידיש פאר ענגליש רעדנדע.
דערצו פרעגן זיי יעצט אן ביים ציבור וועלכע דיאלעקט זיי זאלן נוצן: חסידיש, ייווא יידיש, די ליטווישע אידיש.
עס וואלט געווען א גרויס תועלת אויב מען קען זיי איבערצייגן צו נוצן די חסידישע אידיש. סיי פאר ווער עס וויל זיך אויסשארפן זייער אידיש צו א פראפעסיאנאלע מדרגה, און אויך קען עס העלפן אידיש רעדנדע זיך פארבעסערן זייער ענגליש.
גיבט דא אפ אייער שטימע פאר חסידישע אידיש

- פעיק ניוז
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13705
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
איך שטום פאר חסידישע, אבער סתם פאר די ידיעה: מיט וואס איז די חסידישע אידיש בעסער ווי אנדערע?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com
ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.
ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.
מיכל הירש האט געשריבן:די בארימטע פלאטפארמע דואלינגא וואס לערנט אויס שפראכן גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א פראגראם אויסצולערנען אידיש פאר ענגליש רעדנדע.
דערצו פרעגן זיי יעצט אן ביים ציבור וועלכע דיאלעקט זיי זאלן נוצן: חסידיש, ייווא יידיש, די ליטווישע אידיש.
עס וואלט געווען א גרויס תועלת אויב מען קען זיי איבערצייגן צו נוצן די חסידישע אידיש. סיי פאר ווער עס וויל זיך אויסשארפן זייער אידיש צו א פראפעסיאנאלע מדרגה, און אויך קען עס העלפן אידיש רעדנדע זיך פארבעסערן זייער ענגליש.
גיבט דא אפ אייער שטימע פאר חסידישע אידיש
ס'וואלט געווען אינטערעסאנט ווען זיי באשליסן למעשה צו נעמען דעם חסידי'שן ווי וועמען זיי וועלן פסק'ענען אויף די אלע זאכן וואס מ'רייסט זיך דא ארום. פילייכט וועלן זיי אויך קומען דא אויף אייוועלט אויסשמועסן זייערע ספקות... נו, דער עולם איז גרייט?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש
פעיק נוז האט געשריבן:איך שטום פאר חסידישע, אבער סתם פאר די ידיעה: מיט וואס איז די חסידישע אידיש בעסער ווי אנדערע?
פון א לינגוויסטישן פערספעקטיוו איז אונזער אידיש דוקא נישט דאס בעסטע; די גראמאטיק איז זייער פארנאכלעסיגט און ס'איז אויסגעמישט אסאך מיט ענגליש. למעשה איז עס אבער לכאורה זייער בעסטן אויסוואל, וויבאלד דאס איז דער איינציגער דיאלעקט וואס ווערט בכלל גערעדט היינט-צו-טאגס אויף א ברייטן פארנעם. פארשטייט זיך אז פאר אונז קען עס זיין א מעלה אז ס'ווערט אנערקערט אלס די אפיציעלע אידיש, ס'וועט מסתמא עווענטועל אויך געניצט ווערן דורך גוגל און אנדערע אינטערנאציאנאלע פלאטפארמעס. (צווישן פיר אויגן, דו ווילסט טאקע אז יעדער דעטעקטיוו זאל זיך קענען לערנען אונזער שפראך?)
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש
- א גוטע ניק
- שר חמש מאות
- תגובות: 502
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
- לאקאציע: ביי די אייער וועלט
ווי שטייט די נייעס ביי זיי?
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
- צוקער וואסער
- שר האלף
- תגובות: 1230
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 338
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
- לאקאציע: ביים גמרא
- קנאפער ידען
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13998
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט וויל
- פארבינד זיך:
טעכנאלאגיע ווערט נישט ווייניגער קלוג און דער גוי (וואס דו ווילסט נישט...) וועט סייווי קענען ליינען און פארשטיין דיין שפראך (און ער קען שוין). דער איינציגסטער חילוק איז אז דו (און אנדערע אידן) וועלן נישט אינאיינוועגס אויך הנאה האבן דערפון.
עס איז פשוט אז חסידישע אידיש איז דער איינציגסטער עכטער אויסוואל פאר א עכטע שפראך, א חוץ אויב זיי זענען א מוזיאום פאר שפראכן...
איך בין פערזענדליך געווען אביסל אינוואלווד אין קאנווינסען סוויפטקי קיבארד צו נוצן בעיסיקלי חסידישע אידיש פאר דער ספעל טשעק און סודזשעסטענס און היינט איז עס מיר גאר נוצבאר.

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
- עין טובה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3892
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
- לאקאציע: 127.0.0.1
- פארבינד זיך:
שמארטיקל האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:...
איך בין פערזענדליך געווען אביסל אינוואלווד אין קאנווינסען סוויפטקי קיבארד צו נוצן בעיסיקלי חסידישע אידיש פאר דער ספעל טשעק און סודזשעסטענס און היינט איז עס מיר גאר נוצבאר.
גוגל פלעי לינק?
העי, דעמאלט האסטו נישט געוואלט איך זאל דיר דאנקען ברבים....
לינק צום לינק
viewtopic.php?p=1466486#p1466486
...
- שמארטיקל
- שר האלף
- תגובות: 1360
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
- לאקאציע: אונטערן קאפל
- פארבינד זיך:
עין טובה האט געשריבן:שמארטיקל האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:...
איך בין פערזענדליך געווען אביסל אינוואלווד אין קאנווינסען סוויפטקי קיבארד צו נוצן בעיסיקלי חסידישע אידיש פאר דער ספעל טשעק און סודזשעסטענס און היינט איז עס מיר גאר נוצבאר.
גוגל פלעי לינק?
העי, דעמאלט האסטו נישט געוואלט איך זאל דיר דאנקען ברבים....
לינק צום לינק
viewtopic.php?p=1466486#p1466486
דאנקע
balkishron האט געשריבן:צוקער וואסער האט געשריבן:רודף שלום האט געשריבן:מיר איז בעסער אז דער גוי זאל זיך נישט אויסלערנען מיין שפראך...
איך האלט אויך אזוי וואס פעלט אויס אז די גוי זאל קענען אינזער שפראך
ווייניג גוים האבן אן אינטערעסע צו קענען אידיש און וועלן נישט נעמען די מי זיך צו לערנען א שפראך וואס כמעט קיינער רעדט נישט.
עס איז בעיקר געצילט פאר סעקולערע אידן וואס ווילן אויפבויען א קשר מיט זייער היסטאריע.
און ווי איך האב געשריבן פריער שטייען מיר אויס צו פארדינען דאס מערסטע פון אזא זאך.
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1648
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
- פארבינד זיך:
א גוטע ניק האט געשריבן:ווי שטייט די נייעס ביי זיי?
https://incubator.duolingo.com/courses/yi/en/status
איזי
מיכל הירש האט געשריבן:מים חיים האט געשריבן:צו אַלע חסידים, מיר פאַרשטייען אַז ענק קענען אויך רעדן ייִדיש, אָבער מיר ברויכן מענטשן וואָס קענען די חילוקים פון דער/דאָס/די, און אַזוי ווײַטער. מיר האָפן אַז ענק פאַרשטייען!
Best wishes,
The Yiddish Team
פון וואו איז דאס?
טראבל מעיקער האט געשריבן:א גוטע ניק האט געשריבן:ווי שטייט די נייעס ביי זיי?
https://incubator.duolingo.com/courses/yi/en/status
Re: שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא
לערנט אייך אויס צו שרייבן און רעדן יידיש אויפ'ן אונגארישן דיאלעקט. איר וועט אייך אויך אויסלערנען גראמאטיק און ווי אזוי צו באשטעלן א בייגל מיט שמיר. איר וועט שעפן נחת ביז א נישטיגער צייט.
https://www.duolingo.com/enroll/yi/en/Learn-Yiddish
https://www.duolingo.com/enroll/yi/en/Learn-Yiddish
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש
Re: שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא
אין מיין מיינונג איז א גרויסער חורבן אויב דער גוי קען אידיש, בעסער זיי נישט ארויסהעלפן בכלל מיט גארנישט
כרגע איז זייער אידיש ממש א ליצנות
כרגע איז זייער אידיש ממש א ליצנות
Re: שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא
גרשון האט געשריבן:לערנט אייך אויס צו שרייבן און רעדן יידיש אויפ'ן אונגארישן דיאלעקט. איר וועט אייך אויך אויסלערנען גראמאטיק און ווי אזוי צו באשטעלן א בייגל מיט שמיר. איר וועט שעפן נחת ביז א נישטיגער צייט.
https://www.duolingo.com/enroll/yi/en/Learn-Yiddish
זייער מיאוסע באגריפן, און נאך אויף מאמע לשון
ס'שמעקט מיך נישט
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6624
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
Re: שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא
לא יועיל ויזיק
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW
Re: שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא
פארוואס האבן זיי נישט א אויסווייל אויסצולערנען ענגליש פאר אידיש רעדענדע?
Re: שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא
עובדיה האט געשריבן:פארוואס האבן זיי נישט א אויסווייל אויסצולערנען ענגליש פאר אידיש רעדענדע?
מסתמא ווייל דער פארלאנג אויף דעם איז זייער קליין.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש
-
- שר העשר
- תגובות: 38
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm
Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:טעכנאלאגיע ווערט נישט ווייניגער קלוג און דער גוי (וואס דו ווילסט נישט...) וועט סייווי קענען ליינען און פארשטיין דיין שפראך (און ער קען שוין). דער איינציגסטער חילוק איז אז דו (און אנדערע אידן) וועלן נישט אינאיינוועגס אויך הנאה האבן דערפון.
עס איז פשוט אז חסידישע אידיש איז דער איינציגסטער עכטער אויסוואל פאר א עכטע שפראך, א חוץ אויב זיי זענען א מוזיאום פאר שפראכן...
איך בין פערזענדליך געווען אביסל אינוואלווד אין קאנווינסען סוויפטקי קיבארד צו נוצן בעיסיקלי חסידישע אידיש פאר דער ספעל טשעק און סודזשעסטענס און היינט איז עס מיר גאר נוצבאר.
סתם נייגעריג, וואס זאגסטו אויף אידיש פון דזשיבארד? (ס'נאר דא אויף ענדרויד נישט אייאויעס)
צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט