שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא

תגובהדורך מיכל הירש » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:18 pm

די בארימטע פלאטפארמע דואלינגא וואס לערנט אויס שפראכן גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א פראגראם אויסצולערנען אידיש פאר ענגליש רעדנדע.

דערצו פרעגן זיי יעצט אן ביים ציבור וועלכע דיאלעקט זיי זאלן נוצן: חסידיש, ייווא יידיש, די ליטווישע אידיש.

עס וואלט געווען א גרויס תועלת אויב מען קען זיי איבערצייגן צו נוצן די חסידישע אידיש. סיי פאר ווער עס וויל זיך אויסשארפן זייער אידיש צו א פראפעסיאנאלע מדרגה, און אויך קען עס העלפן אידיש רעדנדע זיך פארבעסערן זייער ענגליש.

גיבט דא אפ אייער שטימע פאר חסידישע אידיש

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:03 pm

איך שטום פאר חסידישע, אבער סתם פאר די ידיעה: מיט וואס איז די חסידישע אידיש בעסער ווי אנדערע?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:03 pm

מיכל הירש האט געשריבן:די בארימטע פלאטפארמע דואלינגא וואס לערנט אויס שפראכן גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א פראגראם אויסצולערנען אידיש פאר ענגליש רעדנדע.

דערצו פרעגן זיי יעצט אן ביים ציבור וועלכע דיאלעקט זיי זאלן נוצן: חסידיש, ייווא יידיש, די ליטווישע אידיש.

עס וואלט געווען א גרויס תועלת אויב מען קען זיי איבערצייגן צו נוצן די חסידישע אידיש. סיי פאר ווער עס וויל זיך אויסשארפן זייער אידיש צו א פראפעסיאנאלע מדרגה, און אויך קען עס העלפן אידיש רעדנדע זיך פארבעסערן זייער ענגליש.

גיבט דא אפ אייער שטימע פאר חסידישע אידיש

ס'וואלט געווען אינטערעסאנט ווען זיי באשליסן למעשה צו נעמען דעם חסידי'שן ווי וועמען זיי וועלן פסק'ענען אויף די אלע זאכן וואס מ'רייסט זיך דא ארום. פילייכט וועלן זיי אויך קומען דא אויף אייוועלט אויסשמועסן זייערע ספקות... נו, דער עולם איז גרייט?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:11 pm

פעיק נוז האט געשריבן:איך שטום פאר חסידישע, אבער סתם פאר די ידיעה: מיט וואס איז די חסידישע אידיש בעסער ווי אנדערע?

פון א לינגוויסטישן פערספעקטיוו איז אונזער אידיש דוקא נישט דאס בעסטע; די גראמאטיק איז זייער פארנאכלעסיגט און ס'איז אויסגעמישט אסאך מיט ענגליש. למעשה איז עס אבער לכאורה זייער בעסטן אויסוואל, וויבאלד דאס איז דער איינציגער דיאלעקט וואס ווערט בכלל גערעדט היינט-צו-טאגס אויף א ברייטן פארנעם. פארשטייט זיך אז פאר אונז קען עס זיין א מעלה אז ס'ווערט אנערקערט אלס די אפיציעלע אידיש, ס'וועט מסתמא עווענטועל אויך געניצט ווערן דורך גוגל און אנדערע אינטערנאציאנאלע פלאטפארמעס. (צווישן פיר אויגן, דו ווילסט טאקע אז יעדער דעטעקטיוו זאל זיך קענען לערנען אונזער שפראך?)
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 7:18 am

ווי שטייט די נייעס ביי זיי?
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא

רודף שלום
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:33 am

מיר איז בעסער אז דער גוי זאל זיך נישט אויסלערנען מיין שפראך...

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:37 am

רודף שלום האט געשריבן:מיר איז בעסער אז דער גוי זאל זיך נישט אויסלערנען מיין שפראך...

balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:42 am

צוקער וואסער האט געשריבן:
רודף שלום האט געשריבן:מיר איז בעסער אז דער גוי זאל זיך נישט אויסלערנען מיין שפראך...

איך האלט אויך אזוי וואס פעלט אויס אז די גוי זאל קענען אינזער שפראך
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:48 am

טעכנאלאגיע ווערט נישט ווייניגער קלוג און דער גוי (וואס דו ווילסט נישט...) וועט סייווי קענען ליינען און פארשטיין דיין שפראך (און ער קען שוין). דער איינציגסטער חילוק איז אז דו (און אנדערע אידן) וועלן נישט אינאיינוועגס אויך הנאה האבן דערפון.

עס איז פשוט אז חסידישע אידיש איז דער איינציגסטער עכטער אויסוואל פאר א עכטע שפראך, א חוץ אויב זיי זענען א מוזיאום פאר שפראכן...

איך בין פערזענדליך געווען אביסל אינוואלווד אין קאנווינסען סוויפטקי קיבארד צו נוצן בעיסיקלי חסידישע אידיש פאר דער ספעל טשעק און סודזשעסטענס און היינט איז עס מיר גאר נוצבאר.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 9:13 am

קנאפער ידען האט געשריבן:...

איך בין פערזענדליך געווען אביסל אינוואלווד אין קאנווינסען סוויפטקי קיבארד צו נוצן בעיסיקלי חסידישע אידיש פאר דער ספעל טשעק און סודזשעסטענס און היינט איז עס מיר גאר נוצבאר.

גוגל פלעי לינק?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3892
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 9:19 am

שמארטיקל האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:...

איך בין פערזענדליך געווען אביסל אינוואלווד אין קאנווינסען סוויפטקי קיבארד צו נוצן בעיסיקלי חסידישע אידיש פאר דער ספעל טשעק און סודזשעסטענס און היינט איז עס מיר גאר נוצבאר.

גוגל פלעי לינק?

העי, דעמאלט האסטו נישט געוואלט איך זאל דיר דאנקען ברבים....
לינק צום לינק
viewtopic.php?p=1466486#p1466486
...

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 9:22 am

עין טובה האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:...

איך בין פערזענדליך געווען אביסל אינוואלווד אין קאנווינסען סוויפטקי קיבארד צו נוצן בעיסיקלי חסידישע אידיש פאר דער ספעל טשעק און סודזשעסטענס און היינט איז עס מיר גאר נוצבאר.

גוגל פלעי לינק?

העי, דעמאלט האסטו נישט געוואלט איך זאל דיר דאנקען ברבים....
לינק צום לינק
viewtopic.php?p=1466486#p1466486

דאנקע

מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

תגובהדורך מיכל הירש » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 9:23 am

balkishron האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:
רודף שלום האט געשריבן:מיר איז בעסער אז דער גוי זאל זיך נישט אויסלערנען מיין שפראך...

איך האלט אויך אזוי וואס פעלט אויס אז די גוי זאל קענען אינזער שפראך

ווייניג גוים האבן אן אינטערעסע צו קענען אידיש און וועלן נישט נעמען די מי זיך צו לערנען א שפראך וואס כמעט קיינער רעדט נישט.
עס איז בעיקר געצילט פאר סעקולערע אידן וואס ווילן אויפבויען א קשר מיט זייער היסטאריע.
און ווי איך האב געשריבן פריער שטייען מיר אויס צו פארדינען דאס מערסטע פון אזא זאך.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1648
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טראבל מעיקער » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:11 pm

א גוטע ניק האט געשריבן:ווי שטייט די נייעס ביי זיי?



https://incubator.duolingo.com/courses/yi/en/status
איזי

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:52 pm

צו אַלע חסידים, מיר פאַרשטייען אַז ענק קענען אויך רעדן ייִדיש, אָבער מיר ברויכן מענטשן וואָס קענען די חילוקים פון דער/דאָס/די, און אַזוי ווײַטער. מיר האָפן אַז ענק פאַרשטייען!
Best wishes,

The Yiddish Team

מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

תגובהדורך מיכל הירש » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 6:07 pm

מים חיים האט געשריבן:
צו אַלע חסידים, מיר פאַרשטייען אַז ענק קענען אויך רעדן ייִדיש, אָבער מיר ברויכן מענטשן וואָס קענען די חילוקים פון דער/דאָס/די, און אַזוי ווײַטער. מיר האָפן אַז ענק פאַרשטייען!
Best wishes,

The Yiddish Team

פון וואו איז דאס?

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 6:08 pm

מיכל הירש האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
צו אַלע חסידים, מיר פאַרשטייען אַז ענק קענען אויך רעדן ייִדיש, אָבער מיר ברויכן מענטשן וואָס קענען די חילוקים פון דער/דאָס/די, און אַזוי ווײַטער. מיר האָפן אַז ענק פאַרשטייען!
Best wishes,

The Yiddish Team

פון וואו איז דאס?

טראבל מעיקער האט געשריבן:
א גוטע ניק האט געשריבן:ווי שטייט די נייעס ביי זיי?



https://incubator.duolingo.com/courses/yi/en/status

מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

תגובהדורך מיכל הירש » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 6:17 pm

.

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 5:01 pm

לערנט אייך אויס צו שרייבן און רעדן יידיש אויפ'ן אונגארישן דיאלעקט. איר וועט אייך אויך אויסלערנען גראמאטיק און ווי אזוי צו באשטעלן א בייגל מיט שמיר. איר וועט שעפן נחת ביז א נישטיגער צייט.
https://www.duolingo.com/enroll/yi/en/Learn-Yiddish
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא

תגובהדורך מסתמא » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 5:43 pm

אין מיין מיינונג איז א גרויסער חורבן אויב דער גוי קען אידיש, בעסער זיי נישט ארויסהעלפן בכלל מיט גארנישט

כרגע איז זייער אידיש ממש א ליצנות

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא

תגובהדורך מסתמא » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 5:50 pm

גרשון האט געשריבן:לערנט אייך אויס צו שרייבן און רעדן יידיש אויפ'ן אונגארישן דיאלעקט. איר וועט אייך אויך אויסלערנען גראמאטיק און ווי אזוי צו באשטעלן א בייגל מיט שמיר. איר וועט שעפן נחת ביז א נישטיגער צייט.
https://www.duolingo.com/enroll/yi/en/Learn-Yiddish

זייער מיאוסע באגריפן, און נאך אויף מאמע לשון

ס'שמעקט מיך נישט

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 6:11 pm

לא יועיל ויזיק
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

עובדיה
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2021 12:01 pm

Re: שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא

תגובהדורך עובדיה » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 6:11 pm

פארוואס האבן זיי נישט א אויסווייל אויסצולערנען ענגליש פאר אידיש רעדענדע?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שטימט פאר חסידישע אידיש אויף דואלינגא

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 6:30 pm

עובדיה האט געשריבן:פארוואס האבן זיי נישט א אויסווייל אויסצולערנען ענגליש פאר אידיש רעדענדע?

מסתמא ווייל דער פארלאנג אויף דעם איז זייער קליין.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

קיינמאל אויפגעבן
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re:

תגובהדורך קיינמאל אויפגעבן » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 7:07 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:טעכנאלאגיע ווערט נישט ווייניגער קלוג און דער גוי (וואס דו ווילסט נישט...) וועט סייווי קענען ליינען און פארשטיין דיין שפראך (און ער קען שוין). דער איינציגסטער חילוק איז אז דו (און אנדערע אידן) וועלן נישט אינאיינוועגס אויך הנאה האבן דערפון.

עס איז פשוט אז חסידישע אידיש איז דער איינציגסטער עכטער אויסוואל פאר א עכטע שפראך, א חוץ אויב זיי זענען א מוזיאום פאר שפראכן...

איך בין פערזענדליך געווען אביסל אינוואלווד אין קאנווינסען סוויפטקי קיבארד צו נוצן בעיסיקלי חסידישע אידיש פאר דער ספעל טשעק און סודזשעסטענס און היינט איז עס מיר גאר נוצבאר.


סתם נייגעריג, וואס זאגסטו אויף אידיש פון דזשיבארד? (ס'נאר דא אויף ענדרויד נישט אייאויעס)


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט