צענדליגע(ר?), הונדערטע(ר?), טויזענטע(ר?)
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים
- תגובות: 64
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
- לאקאציע: 99% ...Recalculating
צענדליגע(ר?), הונדערטע(ר?), טויזענטע(ר?)
בעניות דעתי קען איך נישט כאפן פארוואס און פארווען זאל מען שרייבן צענדליגער/ הונדערטער/ טויזענטער, מיט א ר' צום סוף.
צענדליגע מיינט, אפאר מאל צעהן; הונדערטע מיינט, אפאר מאל הונדערט; טויזענטע מיינט, אפאר טויזענט,
איז טייטש מ'רעדט דא א לשון רבים, וואס דאן איז די נאכזילבע פארן שילדערונגס-ווארט בלויז אן ע', אפגעזען צו דער זאך-ווארט איז א זכר, נקיבה, אדער נייטראל.
אויב אזוי, פארוואס זעה איך אזויפיל מאל געשריבן הונדערטער, טויזענטער?
אפילו זאל זיך עס רעדן פון טויזענטע מענער, דארף מען נאך אלץ נישט שרייבן קיין 'ער, נאר בלויז אן 'ע.

איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
-
- שר חמישים
- תגובות: 64
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
- לאקאציע: 99% ...Recalculating
ממש אזוי?
הייסט עס, מ'שרייבט אלעמאל אמעריקאנער? מ'וועט שרייבן די אמעריקאנער רעגירונג, און נישט אמעריקאנע, כאטש רעגירונג איז נקיבה?
אויך אין דאטיוו וועט עס נישט אננעמען די כללים אפילו ווען מ'וועט רעדן פונעם אמעריקאנעםר פאלק?
ווער זאגט אז מ'שרייבט ''סאטמארער'' ווען מ'רעדט פון מער ווי איין חסיד?
צו שרייבט מען דען די וויזניצער חסידים?
סאטמארער אויף א רבים איז אפשר אויך בלויז א טעות.
די זאך ברויך נאך מער הסבר.

אין אידיש פעלט בכלל נישט אויס צו שרייבן א ווארט ווי of אין ענגליש, איך רעד ביי אזא פאל.
למשל, ''מיר פארטיילן קעסטלעך פלייש.''
מ'דארף נישט שרייבן ''קעסטלעך פון פלייש'', אבער אין ענגליש פארלאנג זיך יא דער boxes of meat'' .of''
למשל, ''מיר פארטיילן קעסטלעך פלייש.''
מ'דארף נישט שרייבן ''קעסטלעך פון פלייש'', אבער אין ענגליש פארלאנג זיך יא דער boxes of meat'' .of''
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
באקומען אמאל פון א ידיד וואס האט באקומען אן אנטווארט פון 'מרת מעלות' (כ'האף מ'מעג מפרסם זיין):
אידישע, צאנזער, פוילישע, גערער, וויליאמסבורגער, אונגארישע.
כמיין דער כלל איז אויב דער נאמען פון דעם מקום בלייבט אריגינעל איז עס -ער. אויב מאיז עס משנה, איז עס -ע. צאנז - צאנזער, ווילנע - ווילנער. פוילן - פוילישע, ליטע - ליטווישע. אידישע איז אפשר אן אויסנאם ווייל סאיז נישט אויפ'ן נאמען פון א פלאץ, נאר סאיז מער ווי אן אדיעקטיוו, ווי גוישע, גוטע, שלעכטע.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
- קיטשי
- שר האלף
- תגובות: 1623
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
- לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין
האפ קאזאק האט געשריבן:אין אידיש פעלט בכלל נישט אויס צו שרייבן א ווארט ווי of אין ענגליש, איך רעד ביי אזא פאל.
למשל, ''מיר פארטיילן קעסטלעך פלייש.''
מ'דארף נישט שרייבן ''קעסטלעך פון פלייש'', אבער אין ענגליש פארלאנג זיך יא דער boxes of meat'' .of''
קען זיין עס פעלט טאקע נישט אויס אבער משרייבט אזוי
אן אמעריקאנער איד מיינט א איד פון אמעריקע, ניין?
איך פרוביר עס נאר צו פארענטפערן בדוחק, ווי געשריבן הערט זיך אייער טענה גערעכט
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:באקומען אמאל פון א ידיד וואס האט באקומען אן אנטווארט פון 'מרת מעלות' (כ'האף מ'מעג מפרסם זיין):אידישע, צאנזער, פוילישע, גערער, וויליאמסבורגער, אונגארישע.
כמיין דער כלל איז אויב דער נאמען פון דעם מקום בלייבט אריגינעל איז עס -ער. אויב מאיז עס משנה, איז עס -ע. צאנז - צאנזער, ווילנע - ווילנער. פוילן - פוילישע, ליטע - ליטווישע. אידישע איז אפשר אן אויסנאם ווייל סאיז נישט אויפ'ן נאמען פון א פלאץ, נאר סאיז מער ווי אן אדיעקטיוו, ווי גוישע, גוטע, שלעכטע.
זייער קלאר!
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1173
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm
מישרייבט אלץ צענדליגער, הונדערטער, טויזנטער, סאטמארער, ווינער, וויזניצער, גורער, קלאוזנבערגער, וכו' פשטות ווייל די רי"ש בסוף איז להבדיל ווי די S אויף ענגליש לשון רבים.
אבער לפלא אז אמאל איז פארקערט, "קלוגער מענטש" און "קלוגע מענטשן," אויך פשטות אז מירעדט פון שם דבר בהיפוך פון יחיד-רבים.

אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5681
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
עס האט דייקא יא מיט לשון רבים, כאטש נישט 'נאר' מיט לשון רבים נאר אויך מיט זכר-נקיבה, און מעגליך נאך פאקטארן.
מרת וואטעווער איז אנגעקומען די ערשטע (נישט די ערשטער), אבער דערנאך זענען געקומען נאך צענדליגער (נישט צענדליגע) פרויען.

אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- קיטשי
- שר האלף
- תגובות: 1623
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
- לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין
Think and Thank האט געשריבן:עס האט דייקא יא מיט לשון רבים, כאטש נישט 'נאר' מיט לשון רבים נאר אויך מיט זכר-נקיבה, און מעגליך נאך פאקטארן.
מרת וואטעווער איז אנגעקומען די ערשטע (נישט די ערשטער), אבער דערנאך זענען געקומען נאך צענדליגער (נישט צענדליגע) פרויען.
דאס איז די קשיא דא, וואס טוט דזשסטיפייען דעם 'ר' פון צענדליגער, פשטות איז עס איבריג. די 'ע' מאכט עס פאר א לשון רבים
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5681
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
פארוואס דארף עס דזשאסטיפיקעחשאן? פארוואס עפעס זאל ע' מאכן לשון רבים מער ווי 'ער'?
פארוואס ביי 'מענער' למשל האסטו נישט די קשיא?
פארוואס ביי 'מענער' למשל האסטו נישט די קשיא?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
Think and Thank האט געשריבן:עס האט דייקא יא מיט לשון רבים, כאטש נישט 'נאר' מיט לשון רבים נאר אויך מיט זכר-נקיבה, און מעגליך נאך פאקטארן.
מרת וואטעווער איז אנגעקומען די ערשטע (נישט די ערשטער), אבער דערנאך זענען געקומען נאך צענדליגער (נישט צענדליגע) פרויען.
מ'שרייבט אבער אמעריקאנער פרוי, ריבניצער רביצין האט עס נישט בלויז מיט נקיבה.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm
-
- שר חמישים
- תגובות: 64
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
- לאקאציע: 99% ...Recalculating
Think and Thank האט געשריבן:פארוואס דארף עס דזשאסטיפיקעחשאן? פארוואס עפעס זאל ע' מאכן לשון רבים מער ווי 'ער'?
פארוואס ביי 'מענער' למשל האסטו נישט די קשיא?
נאכאמאל:
די שאלה איז נישט, צו ע' מאכט לשון רבים צו נישט.
די שאלה איז נישט, צו נאכזילבעס (suffix) האט צו טון נאר מיט רבים, אדער אויך מיט זכר, נקיבה, סתמי. מ'איז נישט געקומען דא לערנען ''כללים פון נאכזילבעס''.
דאס איז זיכער, אז געווענדליך ביי לשון רבים איז די נאכזילבע פאר שילדערונגס-ווערטער (adjectives) דער אות ע', און עס וועט נישט כאפן קיין חילוק צווישן זכר, נקיבה, נייטראל; נאמינוטיוו, דימינוטיוו, דאטיוו, אקוזאטיוו.
וועגן ''מענער'' מישט נישט אריין דא, ווייל דאס איז זאך-ווארט (noun), וואס דאן איז דא אנדערע כללים אינגאנצן. מ'וועט נישט שרייבן טישער, אויך נישט טישע, נאר טישן. פשוט.
נומערן, זענען געווענדליך שילדערונגס-ווערטער. (adjectives), עס זאגט וויפיל פון א נאו''ן איז פארהאן.
נעמען פון פלעצער, ווען עס איז צו שילדערן דעם נאון, איז דאך אויך א שילדערונגס-ווארט.
מיר האבן דערשפירט אז ס'זענען דא געוויסע היכי תמצא'ס, וואס אפי' ביי לשון רבים, און ווי אונז ווייס מיר שוין יעצט אויך ביי לשון נקיבה, וועט זיין אן אויסנאם און מ'וועט נוצן דעם 'ער אלס נאכזילבע פארן שילדערונגס-ווארט, און דאס האבן מיר געוואלט דערגיין.
---
יעצט דארף מען למעשה זען די אונטערשטע שורה, וועלכע זענען די יוצאים מן הכלל צו שרייבן אייביג בלשון זכר, און ביי דאטיוו אזויווי זכר+דאטיוו.
איך האלט עס נאך אינמיטן צאמנעמען אין מיין קאפ.
יישר כח פאר בראשית פארן לינק.
און אויך פאר קיטשי פארן פארשטיין מיין שאלה.
און פאר אסדר פארן ענטפערן.