בלאט 1 פון 7

גויאישע אויסדרוקן וואס פאסט נישט פאר ערליכע אידן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 11:49 pm
דורך גרויסע-גדולה
איך האב שוין באמערקט אסאך ווערטער וואס די היימישע עולם נוצט, מחמת אומוויסענדיגקייט.
למשל די אויסדרוק ''געבט נישט קיין דע--'' וואס ווערט פאררעכנט ווי א ניבול פה און קללה, און מען הערט ערליכע אינגעלייט נוצן עס. זיי מיינען עס מיינט dam...

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:09 am
דורך בעריש'ל
גרויסע-גדולה האט געשריבן:איך האב שוין באמערקט אסאך ווערטער וואס די היימישע עולם נוצט, מחמת אומוויסענדיגקייט.
למשל די אויסדרוק ''געבט נישט קיין דע--'' וואס ווערט פאררעכנט ווי א ניבול פה און קללה, און מען הערט ערליכע אינגעלייט נוצן עס. זיי מיינען עס מיינט dam...

לאל! איך האב טאקע נישט געוואוסט. יעצט בין איך שוין נייגעריג וואס דאס מיינט.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:26 am
דורך ווישוואש
ס'מיינט באמת גארנישט. אין אידיש איז עס פארדאמען/פארדאמט.

נישט ניבול, נישט קללה, אבי גערעדט. א שנעלע גוגל סוירטש וואלט דיר עס געוויזן.

שוין אפגערעדט פון די אידישע ווערסיע, 'דעקל'.

(אדער האט ער זיך טועה געווען מיט'ן 'פ' ווארט.. וואס איז טאקע ניבול. כ'געדענק אבער נישט עס צו האבן געהערט פון ערליכע איידעלע יונגעלייט)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 8:05 am
דורך גרויסע-גדולה
ווישוואש האט געשריבן:ס'מיינט באמת גארנישט. אין אידיש איז עס פארדאמען/פארדאמט.

נישט ניבול, נישט קללה, אבי גערעדט. א שנעלע גוגל סוירטש וואלט דיר עס געוויזן.

שוין אפגערעדט פון די אידישע ווערסיע, 'דעקל'.

(אדער האט ער זיך טועה געווען מיט'ן 'פ' ווארט.. וואס איז טאקע ניבול. כ'געדענק אבער נישט עס צו האבן געהערט פון ערליכע איידעלע יונגעלייט)

אנטשולדיגט. עס האט גארנישט מיטן ווארט פארדאמען.
און דא האסטו וואס אזא פשוט'ע גוגל סירטש האט געזאגט
https://forum.wordreference.com/threads ... n.1215899/

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 8:12 am
דורך הענדימען
גרויסע-גדולה האט געשריבן:איך האב שוין באמערקט אסאך ווערטער וואס די היימישע עולם נוצט, מחמת אומוויסענדיגקייט

איך וואונדער אייביג צו כ'זאל מעורר זיין דעם וואס כ'רעד מיט, אז די ווארט וואס ער זאגט פאסט נישט פאר אים (זעלבסטפארשטענדליך ווען יענער ווייסט נישט)

ס'הייסט טאקע נישט קיין ניבול פה פאר יענעם. אבער מיר גרידזשעט עס געפערליך

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 8:14 am
דורך גרויסע-גדולה
הענדימען האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:איך האב שוין באמערקט אסאך ווערטער וואס די היימישע עולם נוצט, מחמת אומוויסענדיגקייט

איך וואונדער אייביג צו כ'זאל מעורר זיין דעם וואס כ'רעד מיא, אז די ווארט וואס ער זאגט פאסט נישט פאר אים (זעלבסטפארשטענדליך ווען יענער ווייסט נישט)

ס'הייסט טאקע נישט קיין ניבול פה פאר יענעם. אבער מיר גרידזשעט עס געפערליך

בלי שום ספק אז יא.
אויב איז ער אן ערליכער אינגערמאן, וואלט ער זיכער געוואלט מען זאל איהם זאגן.

הלכות ניבול פה

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 8:41 am
דורך ווישוואש
גרויסע-גדולה האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:ס'מיינט באמת גארנישט. אין אידיש איז עס פארדאמען/פארדאמט.

נישט ניבול, נישט קללה, אבי גערעדט. א שנעלע גוגל סוירטש וואלט דיר עס געוויזן.

שוין אפגערעדט פון די אידישע ווערסיע, 'דעקל'.

(אדער האט ער זיך טועה געווען מיט'ן 'פ' ווארט.. וואס איז טאקע ניבול. כ'געדענק אבער נישט עס צו האבן געהערט פון ערליכע איידעלע יונגעלייט)

אנטשולדיגט. עס האט גארנישט מיטן ווארט פארדאמען.
און דא האסטו וואס אזא פשוט'ע גוגל סירטש האט געזאגט
https://forum.wordreference.com/threads ... n.1215899/

ר' איד, עס איז נישט קיין ניבול, און נישט קיין קללה.

https://www.google.com/search?q=damn+meaning

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 8:52 am
דורך געשיקטער
אן איידעלער אינגערמאן האט אין א שמיעס מיט מיר געזאגט THE WHOLE 9 YARDS
פרעג איך אים פון ווי שטאמט דער אויסדרוק
זאגט ער מיר "כ'ווייס נישט"
זאג איך אים דאס שטאמט םון FOOTBALL און עס איז בכלל נישט קיין ניבול פה

אבער פארוואס נוצט די אזעלכע אויסדריקען וואס די הערסט פון פראסטע גוים וואס
די ווייסט נישט וואס עס מיינט

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 8:59 am
דורך ווישוואש
Wikipedia האט געשריבן:There is still no consensus on the origin, though many early published quotations are now available for study. A vast number of explanations for this phrase has been suggested;[29][30] many of these are no longer viable in light of what is now known about the phrase's history.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 9:28 am
דורך קלוגער
נישט דעמם און נישט ניין יארדס איז אפילו א סרך ניבול און נישט קיין קללות, אבי געבלאזען א שטורעם אין א גלעזעל וואסער

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 9:29 am
דורך הענדימען
געשיקטער האט געשריבן:אן איידעלער אינגערמאן האט אין א שמיעס מיט מיר געזאגט THE WHOLE 9 YARDS

נישט פון דעם איז די רעדע

קלוגער האקט

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:01 am
דורך גרויסע-גדולה
קלוגער האט געשריבן:
נישט דעמם און נישט ניין יארדס איז אפילו א סרך ניבול און נישט קיין קללות, אבי געבלאזען א שטורעם אין א גלעזעל וואסער

איים סארי. עס איז קלאר א לשון פון קללה. די עולם האט פריער אראפגעברענגט א גוגל טרענסלעיט וואס זאגט עס בפירוש.
דיין תגובה איז א קלארע דוגמא פון אומוויסענדיגקייט, וואס מיט דעם האט זיך דא אנגעהויבן די שמועס.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:03 am
דורך גרויסע-גדולה
הענדימען האט געשריבן:
געשיקטער האט געשריבן:אן איידעלער אינגערמאן האט אין א שמיעס מיט מיר געזאגט THE WHOLE 9 YARDS

נישט פון דעם איז די רעדע

קלוגער האקט

דאס איז טאקע נישט אזוי געפערליך ווי אנדערע אויסדרוקן. אבער ווען דער מדבר וואלט געוויסט וואס דאס מיינט ביי אנדערע מענטשן , וואלט ער דאס מעגליך נישט געוואלט נוצן.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:22 pm
דורך אהרן הלוי
ויל"ע מצד חוקות הגויים \ החילונים ואביזרייהו

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:29 pm
דורך ווישוואש
גרויסע-גדולה האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:
נישט דעמם און נישט ניין יארדס איז אפילו א סרך ניבול און נישט קיין קללות, אבי געבלאזען א שטורעם אין א גלעזעל וואסער

איים סארי. עס איז קלאר א לשון פון קללה. די עולם האט פריער אראפגעברענגט א גוגל טרענסלעיט וואס זאגט עס בפירוש.
דיין תגובה איז א קלארע דוגמא פון אומוויסענדיגקייט, וואס מיט דעם האט זיך דא אנגעהויבן די שמועס.

ווייזט אויס אז דו ליינסט נישט, לייג איך איבער די לינק, אט איז וואס גוגל זאגט:

https://www.google.com/search?q=damn+meaning

קלאר וואס? האסט געברענגט א לינק צו א טשעט פון אומוויסנדע מענטשן. אין כאן לא גוגל ולא טרענסלעיט.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:31 pm
דורך ווישוואש
Damn איז א פארקורצערטע ווערסיע פון Condemn, וואס מיינט 'פארדאמען' אין אידיש.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:46 pm
דורך בענקעל
א לאזונג וואס איז טאקע נישט זייער טרעפלעך ביים היימישן ציבור, אבער פאר די ביסל וואס ניצן דאס, אדער ווען איהר הערט א גוי דאס זאגן, אז מען וועט וויסן פון וואו דאס שטאמט, וואלט דערגאנגען א גרויל דאס צו הערן אדער זאגן.

ווען מען פארציילט אז אן אומבאקאנטער מאן האט איינעם ארויסגעהאלפן אינמיטן וועג, רופט מען איהם אן "עי גוד סעמעריטען".

די מקור איז א משל פונעם ברי"ח. א מאן איז אריינגעפאלן צווישן רויבער און געווארן צושלאגן צובאלט און איבערגעלאזט אליין. גייט אריבער א כהן און העלפט איהם נישט. גייט אריבער א לוי און העלפט איהם אויך נישט. גייט אריבער א שומרני און העלפט איהם. ער איז דער 'שומרני הטוב'.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:52 pm
דורך כהאב נישט קיין ניק
געשיקטער האט געשריבן:אן איידעלער אינגערמאן האט אין א שמיעס מיט מיר געזאגט THE WHOLE 9 YARDS
פרעג איך אים פון ווי שטאמט דער אויסדרוק
זאגט ער מיר "כ'ווייס נישט"
זאג איך אים דאס שטאמט םון FOOTBALL און עס איז בכלל נישט קיין ניבול פה

אבער פארוואס נוצט די אזעלכע אויסדריקען וואס די הערסט פון פראסטע גוים וואס
די ווייסט נישט וואס עס מיינט

אין פאטבאלל איז נישטא 9 יארד.
די ווארט איז עלטער פין פאטבאל

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:04 pm
דורך צו געזונט
עס איז זיכער פערהאן גוישע לאזונגען וואס פאסט נישט פאר קיין שום איד צו נוצען, אבער צופעליג די צוויי משלים וואס מען האט געברענגט, האט מיט קיין מיאוסקייט און ניבול פה צו טוהן. ברענג עפעס בעסערס

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:38 pm
דורך גרויסע-גדולה
ווישוואש האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:
נישט דעמם און נישט ניין יארדס איז אפילו א סרך ניבול און נישט קיין קללות, אבי געבלאזען א שטורעם אין א גלעזעל וואסער

איים סארי. עס איז קלאר א לשון פון קללה. די עולם האט פריער אראפגעברענגט א גוגל טרענסלעיט וואס זאגט עס בפירוש.
דיין תגובה איז א קלארע דוגמא פון אומוויסענדיגקייט, וואס מיט דעם האט זיך דא אנגעהויבן די שמועס.

ווייזט אויס אז דו ליינסט נישט, לייג איך איבער די לינק, אט איז וואס גוגל זאגט:

https://www.google.com/search?q=damn+meaning

קלאר וואס? האסט געברענגט א לינק צו א טשעט פון אומוויסנדע מענטשן. אין כאן לא גוגל ולא טרענסלעיט.

Christian belief) be condemned by God to suffer eternal punishment in hell.
דאס איז פון דיין לינק

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:45 pm

בכלל, אין דעם איז נישט שייך אומוויסענדע מענשטן ; אויב ביי פשוטע גויים מיינט עס דאס, איז דאס שוין נישט אויף צום רעדן.
עכ''פ, שוין גענוג זיך ארומגע'טענה'ט, זאל יעדער פראבירן צו רעדן דאס ריינסטע וואס ער קען, און ווען איינער זאגט דיר אז עס איז נישט קיין ריינע שפראך, זיי מחליט צו דו ווילסט עס מקבל זיין. ותו לא מידי

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 4:06 pm
דורך ווישוואש
גרויסע-גדולה האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:
נישט דעמם און נישט ניין יארדס איז אפילו א סרך ניבול און נישט קיין קללות, אבי געבלאזען א שטורעם אין א גלעזעל וואסער

איים סארי. עס איז קלאר א לשון פון קללה. די עולם האט פריער אראפגעברענגט א גוגל טרענסלעיט וואס זאגט עס בפירוש.
דיין תגובה איז א קלארע דוגמא פון אומוויסענדיגקייט, וואס מיט דעם האט זיך דא אנגעהויבן די שמועס.

ווייזט אויס אז דו ליינסט נישט, לייג איך איבער די לינק, אט איז וואס גוגל זאגט:

https://www.google.com/search?q=damn+meaning

קלאר וואס? האסט געברענגט א לינק צו א טשעט פון אומוויסנדע מענטשן. אין כאן לא גוגל ולא טרענסלעיט.

Christian belief) be condemned by God to suffer eternal punishment in hell.
דאס איז פון דיין לינק

קודם כל, ברענג אלעס וואס שטייט דארט.

עניוועיס, פון מיין זייט איז די זינלאזע וויכוח געענדיגט, זעסט דאך דא אז רוב מענטשן האלטן אויך אז ס'איז גארנישט ראנג. נעקסט קעיס.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 6:05 pm
דורך יוד אלף
אויך וואלט גוט געווען צו געבן א טראכט
איבער street language וואס אן ארענטליכע גוי ניצט נישט אפילו עס איז נישט קיין קללה אדער ניבול
עס שטעכט ווען מען הערט אידן אזוי רעדן
צו מ'דארף מוחה זיין ווייסעכניש
אבער ס'שמעקט נישט

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 6:30 pm
דורך לכאורה
בענקעל האט געשריבן:א לאזונג וואס איז טאקע נישט זייער טרעפלעך ביים היימישן ציבור, אבער פאר די ביסל וואס ניצן דאס, אדער ווען איהר הערט א גוי דאס זאגן, אז מען וועט וויסן פון וואו דאס שטאמט, וואלט דערגאנגען א גרויל דאס צו הערן אדער זאגן.

ווען מען פארציילט אז אן אומבאקאנטער מאן האט איינעם ארויסגעהאלפן אינמיטן וועג, רופט מען איהם אן "עי גוד סעמעריטען".

די מקור איז א משל פונעם ברי"ח. א מאן איז אריינגעפאלן צווישן רויבער און געווארן צושלאגן צובאלט און איבערגעלאזט אליין. גייט אריבער א כהן און העלפט איהם נישט. גייט אריבער א לוי און העלפט איהם אויך נישט. גייט אריבער א שומרני און העלפט איהם. ער איז דער 'שומרני הטוב'.

דאסי נייעס!
אינטערסאנט, קיינמאל געהערט דערפון

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 6:35 pm
דורך פראהביטש
אז מרעדט שוין יא.. ווייזן די מיטעלטסטע פינגער הייסט עפעס א קללה?