בלאט 1 פון 7

טעותים אויף אייוועלט

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 6:57 pm
דורך קלאָצקאָפּ
ביים ליינען אויף אייוועלט שטויסט מען זיך אסאך אן אין גראמאטישע טעותים, און עס נישט פאסיג צו קאמענטירן אויפ'ן ארט. ע"כ זענען מיר מייחד דעם אשכול פאר הגהות און תיקונים אויף אייוועלט.

פאלגנד זענען עטליכע טעותים וועלכע קרענקען מיר שוין פון ווען איך האב מיך אנגעהויבן דרייען דא:

היימישע פארברענגן - צ"ל היימישע פארברענגען.

מילתא דבדיחותא - דאכט זיך אז ס'איז שוין דא דארט מער ווי איין תגובה... ויקרא שמו בישראל: "מילי דבדיחותא".

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 6:59 pm
דורך סוואליעווער אייניקל
וואס איז טייטש 'קרישקעלעך'?
דא איז מען צוגעוואוינט צו דעם ווארט...

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 7:19 pm
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:וואס איז טייטש 'קרישקעלעך'?
דא איז מען צוגעוואוינט צו דעם ווארט...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... ך#p1036773

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 7:21 pm
דורך סוואליעווער אייניקל
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:וואס איז טייטש 'קרישקעלעך'?
דא איז מען צוגעוואוינט צו דעם ווארט...

viewtopic.php?f=17&t=26300&p=1036773&hilit=קרישקעלעך#p1036773

א דאנק אייך!!

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 7:29 pm
דורך דריידל
וואס באדייט ivelt? ס'וואלט געדארפט הייסן yvelt. נישט אזוי?

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 7:32 pm
דורך קלאָצקאָפּ
כ'האב געעפנט דעם אשכול כדי נישט צו דארפן פארדרייען אנדערע אשכולות. אלזא, ביטע זיך האלטן צום ענין.

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 7:39 pm
דורך ממה נפשך
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:היימישע פארברענגן - צ"ל היימישע פארברענגען.


דאס איז מסתם פון די העברעאישע אפּפאל פון וואו אייוועלט שטאמט.

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 7:51 pm
דורך קלאָצקאָפּ
קאנקורענץ דא און דא - צ"ל קאנקורענט.

גרונם איז א קאנקורענט פאר גימפל, עס איז דא א שטארקע קאנקורענץ צווישן זיי...

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 8:11 pm
דורך פריילעך אידל
דריידל האט געשריבן:וואס באדייט ivelt? ס'וואלט געדארפט הייסן yvelt. נישט אזוי?

ביינונז שרייבט מען אידיש, נישט יודיש.

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 8:27 pm
דורך בשעה שיש
נו עס איז טאקע א קאנצעפט פון ביידע,
א "אידישע"-"וועבזייטעל"

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 9:12 pm
דורך פארוואס נישט
מער פון איין טעות

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 11:07 pm
דורך דריידל
פריילעך אידל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:וואס באדייט ivelt? ס'וואלט געדארפט הייסן yvelt. נישט אזוי?

ביינונז שרייבט מען אידיש, נישט יודיש.

אין ענגליש שרייבסטי אויך idish?

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 11:28 pm
דורך ראפאט קראמפלי
דריידל האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:וואס באדייט ivelt? ס'וואלט געדארפט הייסן yvelt. נישט אזוי?

ביינונז שרייבט מען אידיש, נישט יודיש.

אין ענגליש שרייבסטי אויך idish?

דו זאגסט טשינעזיש אדער כינעזיש?

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 11:51 pm
דורך אהרן הלוי
(אבער דו זאגסט דאך אויך נישט 'איד')

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2018 11:53 pm
דורך אהרן הלוי
"רעלעטיוויטי טעאריע", כצ''ל

געשריבן: דינסטאג יולי 10, 2018 12:06 am
דורך שטאלצער יוד
ivelt.PNG
ivelt.PNG (14.59 KiB) געזען 8151 מאל
ivelt2.PNG
ivelt2.PNG (36.79 KiB) געזען 8151 מאל

געשריבן: דינסטאג יולי 10, 2018 6:51 pm
דורך ווישוואש
אהרן הלוי האט געשריבן:"רעלאטיוויטי טעאריע", כצ''ל

כצ''ל

געשריבן: דינסטאג יולי 10, 2018 7:31 pm
דורך פארשער
ווישוואש האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:"רעלאטיוויטי טעאריע", כצ''ל

כצ''ל
רעלאטיוויטעט טעאריע. כצ"ל

געשריבן: דינסטאג יולי 10, 2018 8:19 pm
דורך קלאָצקאָפּ
image.png
image.png (1.01 KiB) געזען 8006 מאל

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2018 6:01 pm
דורך קלאָצקאָפּ
צ"ל שטיבער וכו'

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2018 12:32 am
דורך מאנטפיורי
ס'נישט נאר טעותים ביי די באהערדע.. ביי די ליינער איז דא פיהל מער:

פיל - פיהל.
ווי - וואו.
די - דו.
אויוון - אויבן.
צירוק - צוריק.

און נאך פיהל...

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2018 12:46 am
דורך בשעה שיש
די און דו דאס ווענט זיך ווען מען זאגט עס

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2018 12:54 am
דורך אסדר לסעודתא
מאנטפיורי האט געשריבן:ס'נישט נאר טעותים ביי די באהערדע.. ביי די ליינער איז דא פיהל מער:

פיל - פיהל.
ווי - וואו.
די - דו.
אויוון - אויבן.
צירוק - צוריק.

און נאך פיהל...

פיהל איז א טעות. מ'שרייבט פיל (מענטשן), אדער פול (מיט מענטשן).

ווי און וואו ווענד זיך אויך וואו מ'שריייבט עס, דאס זעלבע מיט אויוון און דו.

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2018 12:57 am
דורך בשעה שיש
נאך א מזל אז די ביסט אויף אזוי האב איך מיט וועם צו פארברענגען

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2018 12:59 am
דורך בשעה שיש
ווען מרעד פון סתם א זאך זאגט מען די פון א מענטש זאגט מען דו
אזוי ליגט מיר און קאפ