איז עפעס אנדערש, ווען מען שרייבט פאר קינדער?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

איז עפעס אנדערש, ווען מען שרייבט פאר קינדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

לאמיר הערן אייער ערפארונג אין דעם געביט. ׳שרייבן פאר קינדער׳.

איז דאס אנדערש גראמאטיש?

נוצט מען אנדערע טערמינען?

איז דאס אויף א נידריגערע ניווא, אדער איז דאס ׳קינדעריש?

וכו׳
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

ווענצעך אין וועלכע אויסגאבע.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

אויב ווילסטו וויסן צי מען דארף שרייבן אנדערש, איז דער תירוץ פון מיין עקספיריענס 'יא און אודאי', נאר עס זענען פארהאן געוויסע געשרייבעכטסער וואס זענען ערגעץ אינדערמיט צווישן ערוואקסענע און קינדער, אז פאר ביידן איז עס נישט צו שלעכט.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

למשל די פתיחה פון קינדליין נוצט מען אזאלכע מעשיות און אויסדריקן פאר קינדער פאר ערווארסענע וואלט מען אנדערש געשריבן כמובן (על אף וואס ערוואקסענע ליינענעס)
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

אז עס איז אנדערש ווייס איך געוויס, איך רעד פון דעטאלן וועלכע נקודות זענען אנדערש
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

קודם כל די שפראך איז לייכטער, מ'לייגט נישט אריין טיפערע אויסדרוקן, און מען לייגט צו הסבר, זאלץ צוקער און פעפער, און בעיקר זאל מען זען נישט צו איבערטרייבן, ווייל קינדער זענען זייער בתמימות און קויפן אלעס אפ אזויווי מ'האט עס זיי פארקויפט.

זאג פון וועלכע ספעציפישע נושא דו רעדסט, וועט מען קענען געבן אביסל קלארערע עדווייס.

אסאך הצלחה!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:קודם כל די שפראך איז לייכטער, מ'לייגט נישט אריין טיפערע אויסדרוקן, און מען לייגט צו הסבר, זאלץ צוקער און פעפער, און בעיקר זאל מען זען נישט צו איבערטרייבן, ווייל קינדער זענען זייער בתמימות און קויפן אלעס אפ אזויווי מ'האט עס זיי פארקויפט.

זאג פון וועלכע ספעציפישע נושא דו רעדסט, וועט מען קענען געבן אביסל קלארערע עדווייס.

אסאך הצלחה!


איך רעד נישט פון גארנישט ספעציפיש, איך רעד בכלליות. ס׳איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו שרייבן פאר קינדער געוויסע זאכן; מעשיות און ארטיקלען, און איך האב געשפירט א גאנצען צייט ווי עס זענען פאראן אנדערע הלכות ווען מען שרייבט פאר קינדער ווי ווען מען שרייבט פאר ערוואקסענע.

אמת, די אלע זאכן וואס איר ר׳ שמעלקא האט אנגעמערקט איז ריכטיגע פונקטן, איך קען אבער באשטיין אז דער עולם; וועלכע האט ערפארונג אין דעם געביט זאל אריינקומען מיט קלארע ביישפילן.

פאר א דוגמא, לאמיך שרייבן א פאראגראף צוויי, און איך וועל ווייזן וואו איך האב געטראפן אנדערשקייטן.

אזוי וואלט איך געשריבן פאר קינדער:

ר׳ יענקל, איז געווען א איד, א סוחר; ער האט פארמאגט פילע געשעפטן און דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארדינט אסאך געלט און איז געווען א גרויסע עושר.

איין טאג, האט אים זיין חבר וואס האט געהייסן ברוך געטראפן, און ברוך האט געזען אז ר׳ יענקל; וועמען ער קען שוין כמעט צוואנציג יאר, קוקט אויס צו זיין אביסל באזארגט. ר׳ יענקל׳ס פנים האט אויסגעזען זייער ערענסט, און ער האט כמעט נישט געשמייכעלט.

ברוך, דער גוטער פריינט, האט דאס נישט געקענט צוקוקן; עס האט אים שטארק וויי געטון אז זיין נאנטער ידיד ר׳ יענקל גייט אריבער עפעס א צרה, ברוך האט באשלאסן אז ער גייט פרעגן ר׳ יענקל וואס ס׳גייט פאר מיט אים.

יעצט לאמיר זען וויאזוי מען וואלט געשריבן פאר ערוואקסענע.

ר׳ יענקל איז א פארנומענע ביזנעסמאן, ער פארמאגט מערערע געשעפטן, און רעכענט זיך צו זיין פון די גרויסע עשירים אין שטאט.

אין א שיינעם טאג, באגעגענט אים זיין לאנג-יעריגער פריינט ברוך, און ווען ברוך באגריסט אים, ווערט ער אביסל שאקירט אז ר׳ יענקל ענטפערט אים נישט אויף זיין גווענליכע גוטמוטיגע שטייגער, נאר ער ווארפט אין צו א לייכטע שאקל מיטן קאפ און גייט זיך ווייטער.

פארוואונדערט ביז גאר, מאכט זיך ברוך א חשבון אז עפעס איז נישט ווי עס דארף צו זיין; עפעס דרוקט אויף ר׳ יענקלן, ס׳דא דארט עפעס וואס קוועטשט אים.

ער טראכט נישט קיין צוויי, און גייט צו צו ר׳ יענקל, ער לייגט ארויף זיין האנט אויפן פלייצע און מיט א ווארעמקייט זאגט ער אים, ״יענקל, אפשר פארציילסטו מיר וואס ס׳גייט פאר?״
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”