רב טקסט האט געשריבן:די טראפ פון נערמו איז אודאי נישט קיין טעות, און די זעלבע איז אין איכה: שרקו ויחרקו שן, די טראפ אויפן יו"ד, אויב דענק איך גוט איז דא נאך אזא זאך בקצת ספרים ערגעץ אין די געגנט פון האזינו וזאת הברכה.
עס איז יערפו-טל אין וזאת הברכה.
יעצט זעה איך אין די לעצטע תגובה פון מיגו האט ער מרמז געווען אויף נאך אזא פאל, נעמדה יחד, אין איינע פון די הפטרות, כ'מיין פרשת עקב.
מיגו האט געשריבן:לגבי פתח גנובה איז טאקע אינטערעסאנט דער בוצע און בוקע, און באמת ווי געשריבן אויבן ביי א פתח גנובה אפי' אויב דער ניגון איז אויפן תנועה השנית (פאר מתחילים: תנועה ראשונה איז די לעצטע, תנועה השני איז איינס פאר די לעצטע, און תנועה השלישית איז צוויי ארויף ווי אין נערמו און נעמדה) קען עס נאך ווערן גערופען מלרע, און דאס איז מיר געווען א גאר א גרויסער חידוש ווען איך האב א צייט צוריק געזען אין א ספר וואס רופט א ווארט מיט א פתח גנובה א מלרע, אבער אזוי איז עס.
דאס אז די ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א פתח גנובה הייסט מלרע, זעהט מען:
א. אין די דערמאנטע פסוקים ווי מען זעהט אז עס איז דא דא א קירוב הטעמים וואס ברענגט א נסיגה.
ב. לגבי די תרין פשטין, לפי ספרי ספרד וואס מאכן געווענליך צוויי פשטא'ס ביי א מלעיל אבער נישט ביי א פתח גנובה ווי נח, מזבח, עי' אור תורה ומנחת שי פ' נח, לך. (די פשט אין דעם איז ווייל מען ליינט אנדערש א פשטא ווי א תרין פשטין, כ'קאן אבער יעצט נישט אריינקריכן אין דעם באריכות מיט די מקורות).
ג. אסאך פון די משוררים רעכענען נישט די לעצטע תנועה - די פתח גנובה, אין די מנין התנועות, אין די משקל השיר.
ועי'
כאן ווי הר"ר מנחם לונזאנו שרייבט קעגן דער מהלך (וז"ל שאומר לכל שיח צח יואל והייתי אומר כי שיח הוא ב' תנועות והוא רוצה לעשותו תנועה א' ואינו יכול), עס איז אבער פארט געווען אנגענומען ביי פילע.
די פשט אין דעם איז אז א געווענליכע מלעיל, פארמאגט א שטערקערע קוועטש ווי א מלרע, אריינצונעמען אין זיך אויך די נעקסטע תנועה. אבער ביי די פתח גנובה ווערט עס אינגאנצן איינגעשלינגען אין די פריערדיגע תנועה. (כ'האב צומאל מענטשן וואס טענה'ן אז איך ליין נישט די אות מיט א פתח. ואין בידי להסביר יותר בכתב).