אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ODOM
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 1:51 pm

דריידל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ס'איז דאס סידורים ווי ס'שטייט די ה"א מיט א חט"ף סגו"ל,דער שו"א איז א נח, די חילוק למעשה אין הברה איז גאר גאר א קליינער.


מיינסט צו זאגן נע?
טאמער איז עס א נח זאגט מען דאך עס נישט ארויס


די אותיות א'ה'ח'ע' קומען קיינמאל נישט מיט א שו"א נע, דאס ווערט א חט"ף, אויב מען זאגט אז דער ה' פון נהגה איז א שו"א, מיינט דאס נאר א שו"א נח.
און דאס הערט זיך אזוי ווי א מפיק-ה"א, צום ענדע פון א ווארט.

דער אונטערשייד איז אין דעם גימ"ל, וואס נאך דעם שו"א נח קומט אין עם א דגש פון בג"ד כפ"ת, אבער ביי אשכנזים איז נישט באוואסט דער אונטער שייד פון א דגוש אדער א א רפה.

דער ביי שפיל איז דער "ויתמהמה", פון לוט אין פ' וירא, דער ערשטער ה' איז מיט א שו"א נח, און דער צווייטער איז מיט א מפיק-ה"א, און צו אלעס האט ער נאך א שלשלת איבער זיך...
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

ODOM
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 2:00 pm

קוראים אל ה', דער רי"ש איז מיט א חירי"ק, און דער אל"ף איז באהאלטן, ס'הערט זיך אזוי ווי "קורים".
יראו את ה' קדושיו, דער יו"ד איז מיט א שו"א-נע, און דער מלאפו"ם איז אויף דעם ר', ווי ס'וואלט געשטאנען "ירו".
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

עזריאל
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 12:22 pm

תגובהדורך עזריאל » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 2:45 pm

ODOM האט געשריבן:קוראים אל ה', דער רי"ש איז מיט א חירי"ק, און דער אל"ף איז באהאלטן, ס'הערט זיך אזוי ווי "קורים".
יראו את ה' קדושיו, דער יו"ד איז מיט א שו"א-נע, און דער מלאפו"ם איז אויף דעם ר', ווי ס'וואלט געשטאנען "ירו".

און לאידך גיסא, יאמרו נא יראי ה' זאגט מען יא מיט אן א' צרויה.

ODOM
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 6:30 am

די פסוקים פון "ויושע" פאר שירת הים: "וייראו העם את ה'" - דער ר' איז מיט א שו"א-נע (ווייל דער חירי"ק פאר עם איז מיט א יו"ד, ס'איז א תנועה גדולה), און דאס מיינט, זיי האבין מורא גיהט. ווער ס'זאגט דעם ר' מיט א שו"א-נח, מיינט דאס אז זי האבין געזען (לשון ראיה).
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

אפטע טעותים ביים זעצן די ווערטער

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 3:13 pm

איך ווייס נישט אויב דאס קומט פון נישט אינזין האבן ביים דאווענען, אדער פון נישט קענען לשה"ק, אבער מ'הערט זייער אסאך מאל ביים דאווענען ווי די ווערטער ווערן שלעכט געזעצט, צומאל אפי' דורך פראפעציאנעלע בעלי תפילה, און אסאך זענען שוין אזוי אריין אינעם אנגענומעם נוסח.

פאלגנד זענען עטליכע דוגמאות וואס קומען מיר יעצט אויפ'ן געדאנק, צוטיילט ריכטיג מיט שטריכלעך.

תפילת ערבית:
    אהבת עולם, בית ישראל עמך, אהבת
    משה ובני ישראל לך ענו שירה בשמחה רבה, ואמרו כלם (מי כמכה וכו')
    זה קלי ענו, ואמרו (ה' ימלוך וכו') [והנוהגים לומר "יחד כלם הודו והמליכו" צריכים ג"כ לומר "ענו"]
קדושה:
    כנועם שיח, סוד שרפי קודש
    (שבת) אז, בקול רעש גדול אדיר וחזק, משמיעים קול
סליחות (שמע קולנו):
    אל תעזבנו ה', אלקינו אל תרחק ממנו
אויב קלינגט עס, איז א סימן אז ס'איז קליינגעלט.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 11:30 pm

היום, יום ראשון בשבת - דער פשט איז: היינט, איז דער ערשטער טאג צו שבת וכו', און נישט היום יום, ראשון בשבת

דער נייער אויסדריק כהיום יום געפינט זיך וכו' איז זייער אן עמ-הארצ'ישער.
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

ODOM
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 2:00 am

היינט, ביי שיר של יום, האט דער חזן אויסגיפירט: "ויאכילהו מחלב חטה, ומצור דבש - אשביעך".
ס'איז נישטא אזא זאך "צור דבש". "ומצור" און פון דעם שטארקן שטיין "דבש אשביעך" וועל איך דיר זאט מאכען פון האניג.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

בראשית ברא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 2:03 am

קענסט זינגען וויאזוי דו ווילסט, נישט קיין נפקא מינה, ווילאנג דו זאגסט ארויס אלע ווערטער שטייסטו גוט.
ענדערש מכוון זיין די ווערטער ווי זעצן לשם זעצן..

ODOM
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 5:29 am

צום ביי שפיל, א פסוק אין פרשת במדבר:
פְּקֻדֵיהֶם לְמַטֵּה רְאוּבֵן שִׁשָּׁה וְאַרְבָּעִים אֶלֶף וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת.
זאגט מען שִׁשָּׁה וְאַרְבָּעִים, אֶלֶף וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת. מיינט דאס 1,546.
זאגט מען שִׁשָּׁה וְאַרְבָּעִים אֶלֶף, וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת. מיינט דאס 46,500.
און נאך...
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 6:00 am

די תורה איז א לימוד
תפלה איז לב.

אוועטאר
הכל בכתב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2016 1:38 am

תגובהדורך הכל בכתב » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 1:45 pm

כדין שירותא דצלותא, לברכא לה בחדוה, בנהירו דאנפין ולומר: ברכו ....

מיין בעל תפלה זאגט:
כדין שירותא דצלותא, לברכא לה, בחדוה בנהירו דאנפין, ולומר: ברכו ....

דארף מען נאר קענען גוט דרייען דעם ולומר...

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3704
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 8:37 pm

ODOM האט געשריבן:צום ביי שפיל, א פסוק אין פרשת במדבר:
פְּקֻדֵיהֶם לְמַטֵּה רְאוּבֵן שִׁשָּׁה וְאַרְבָּעִים אֶלֶף וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת.
זאגט מען שִׁשָּׁה וְאַרְבָּעִים, אֶלֶף וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת. מיינט דאס 1,546.
זאגט מען שִׁשָּׁה וְאַרְבָּעִים אֶלֶף, וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת. מיינט דאס 46,500.
און נאך...

דער טעות נעמט זיך פון דעם וואס אויפ'ן ששה איז דא א דרגא און אויפן'ן וארבעים איז דא א תביר, דאס מאכט אויטאמאטיש מ'זאל זיך גיבן א שטיקל שטעל-אפ. די וואס ווייסן אז תביר איז עכט א משרת און אז דער טיפחא איז א שטארקע מפסיק, ווייסן וויזוי דאס אפציזינגן.
נאט אייך א גרינע...


גלאזער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 8:55 pm

ס'קען נישט מיינען 1546 ווייל ווען יא וואלט געשטאנען, אלף וחמש מאות וארבעים ושש

אוועטאר
יין ישן
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

הערה נחוצה

תגובהדורך יין ישן » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 10:00 pm

אז מ'רעדט שוין וועגן דעם נושא, איז כדאי מציין צו זיין וואס עס שרייבט הגה"ק מסקולען זי"ע (נועם אליעזר על תפלת שחרית), אז מ'דארף מפסיק זיין ביי ברכת שומע תפלה צווישן מלכנו און ריקם אזוי:
ומלפניך מלכנו, ריקם אל תשיבנו
און נישט צוזאמכאפן ומלפניך מלכנו ריקם וכו' וואס הערט זיך כעין חירוף וגידוף.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
הלא תדעו הלא תבינו-
שיותר ממה שקריתי לפניכם נשאר בקולמוסי,
אי מחמת תקנת המקום אי מחמת חשש גילוי!

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 11:30 pm

ביי כתר
יחד כולם, קדושה לך ישלשו

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 2:43 am

חזק מיחד כאחד, עשר ספירות
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 9:06 am

הכל בכתב האט געשריבן:כדין שירותא דצלותא, לברכא לה בחדוה, בנהירו דאנפין ולומר: ברכו ....

מיין בעל תפלה זאגט:
כדין שירותא דצלותא, לברכא לה, בחדוה בנהירו דאנפין, ולומר: ברכו ....

דארף מען נאר קענען גוט דרייען דעם ולומר...

ער זאגט לכאורה נישט שלעכט דיין בעל תפלה,
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 9:07 am

גלאזער האט געשריבן:ס'קען נישט מיינען 1546 ווייל ווען יא וואלט געשטאנען, אלף וחמש מאות וארבעים ושש

גערעכט, עס מיינט דעמאלס 46 און 1500
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 11:16 am

ישיחנה האט געשריבן:תפלה למשה איש... ומעולם "עד" עולם, נישט "ועד".
"הנוי" והנצח - אמאליגע סידורים מיט די פיצקעלע אותיות, האבן די קינדער נישט געקענט אפמאכן צו ס'איז א ג', "הגוי".
געהערט אמאל ווי איינער זינגט "קומס" קהל עדת מי מנה... מיט א סמ"ך.
געהערט אמאל ווי איינער זינגט כתר "הילולים" על ראשם יצור...
די ניגון "זאת נחמתי", זינגן מאנכע נאך פון די זינגערס נחמתי מיט א שו"א אינטער די חי"ת.


אמאל פלעגט שטיין אין די סידורים פאר מודה אני:
"ברכה זאגן 'פיר' קינדער"
.


דאס איז פשוט אלט (באבע טייטש) אידיש

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג נובעמבער 26, 2017 12:27 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:סליחות (שמע קולנו):
אל תעזבנו ה', אלקינו אל תרחק ממנו


אין מנהג ישראל תורה זאגט ער א טעם פארוואס די וועלט פירט זיך צוזאגן די נוסח אז אלוקינו גייט אויף ארויף.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3704
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 26, 2017 2:06 am

דונש האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:ס'קען נישט מיינען 1546 ווייל ווען יא וואלט געשטאנען, אלף וחמש מאות וארבעים ושש

גערעכט, עס מיינט דעמאלס 46 און 1500

46,500.
נאט אייך א גרינע...


וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 12:32 pm

געהערט עטליכע אידן זאגן ביי כגונא: למהוי עמהון, לעילא חד, לקבל חד, קודשא בריך הוא אחד

אנשטאט: למהוי עמהון לעילא, חד לקבל חד. קודשא בריך הוא אחד
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 2:50 pm

נודה לך האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:סליחות (שמע קולנו):
אל תעזבנו ה', אלקינו אל תרחק ממנו


אין מנהג ישראל תורה זאגט ער א טעם פארוואס די וועלט פירט זיך צוזאגן די נוסח אז אלוקינו גייט אויף ארויף.

וואס איז דער טעם?

(די סיבה איז זיכער ע"פ טעות, אבער א טעם קען מען אפשר זאגן.)
אויב קלינגט עס, איז א סימן אז ס'איז קליינגעלט.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 3:05 pm

שווער צו זאגן אז סאיז א טעות ווען סאיז כמעט נישט בנמצא מזאל הערן איינעם זאגן די נוסח אנדערש. איך רעד באופן כללי ביי אלע בעלי תפילות במשך די יארן.

ער זאגט אז א'לקים איז מידת הדין וואס מוויל נישט די צווייטע העלפט פסוק זאל זיך באציען אויף מידת הדין.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 3:07 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:געהערט עטליכע אידן זאגן ביי כגונא: למהוי עמהון, לעילא חד, לקבל חד, קודשא בריך הוא אחד

אנשטאט: למהוי עמהון לעילא, חד לקבל חד. קודשא בריך הוא אחד


ממש אזוי? ד.מ. אז איך זאג נישט גוט? כגלייב נישט.. מאך קלאר ביטע וואס איז די ריכטיגע וועג?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Yahoo [Bot] און 6 געסט