קוואטער - ביי א ברית
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- פרינץ
- שר העשר
- תגובות: 40
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2007 11:43 am
- לאקאציע: אין 'ווערצהויז'
קוואטער - ביי א ברית
מען זאגט ביי א ברית 'קוואטער',
וואס באדייט דאס? 'ברענגן דאס קינד', איז פון ווי איז דאס באשאפן געווארן די ווארט?
אמאל גראדע האב איך געהערט פון ר' ישראל דוד שלעזינגער, אז די גאנצע זאך נעמט זיך, אז אמאל פלעגט מען זאגן 'כבוד טיר' אין דאס האט געמיינט א כבוד ביזן טיר.
אין מיט די צייט איז דאס געווארן פארדרייט, אין עד כדי כך עס איז געווארן 'קוואטיר' אין דערנאך 'קוואטער'

לעצט פארראכטן דורך פרינץ אום זונטאג יאנואר 13, 2008 1:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאג שטענדיג דעם 'אמת'; אזוי וועסטו נישט דארפן געדענקען וואס דו האסט געזאגט 'לעצטע-מאל'
- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
Re: קוואטער - ביי א ברית
פרינץ האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך דער אויסדרוק 'קוואטער' פון ווי שטאמט דאס?
פון דייטשער "G-TT VATER"?
די וואָר הענגט אויף א האָר
פרינץ,
זייער אן אינטערעסאנטער טעמע, איבערהויפט אז ר' ישראל דוד זז"ג האט גערעדט דערוועגן, גלייב איך דאס האט מן-הסתם א קראנטער מקור.
[אגב, זייענדיג אחראי דא, קלער אז דער גאנצער נושא באלאנגט אין שפראך פורום, איך מעק עס נישט אויס כדי ליתן רשות להמחבר לעשות בו כטוב בעיניך]
ערנסטער,
וואס איז דער באדייט פון דער דייטשער אויסדריק וואס איר דערמאנט?

- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
אנדי,
מיר קענען דעם ג-ט-פאטער נאר פון דעם שחור בערל'ס אלעמען באקאנטער ווילי מעיז הא?
יא ערנסטער, אילו לא נברא פורום השפראך אלא בשביל זה דיינו, דאס איז א חידוש נפלא.

איך ווייס פון אפאר גאדפאדערס סיי זיי.מיללער האט געשריבן:אנדי,
מיר קענען דעם ג-ט-פאטער נאר פון דעם שחור בערל'ס אלעמען באקאנטער ווילי מעיז הא?
יא ערנסטער, אילו לא נברא פורום השפראך אלא בשביל זה דיינו, דאס איז א חידוש נפלא.
די ארגנעלע איז ביי די קריסטען ברענגען זיי די קינד אין קלויסטער און די מאן וואס האלט אים/איר איז די גאדפאדער און די פרוי וואס האלט אים/איר איז די גאדמאדער.
די וואס זענען נישט קיין פרומע קריסטען מאכען אזא מין האנארערי גאדפאדער און גאדמאדער.
ביי די איטאליענער מאפיע איז די באסס (די הויפט) די גאדפאדער.
אויב איז אמת וואס ערענסטער זאגט אז קוואטער איז מלשון גאדפאדער פארוואס טרעפ'מיר נישט קיין קוואמע"ר?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
אנדי פעטיט האט געשריבן:די שאלה איז יעצט ווער האט עס גענומען פון וועמען? די גויים פון די אידען אדער די אידען פון די גוים?
למאי נ"מ כל כך? ס'דאך לית מאן דפליג אז קוואטעריי איז א מנהג ישראל תורה.
ובאשר צו דער ווארט 'קוואטער' איז הסברה נותנת אז מיר האבן דאס גענומען פון די אוראלטע דייטשן צוזאמען מיט דער שפראך וואס איז אנגערופן געווארן (פון אנהייב טאקע 'לשון אשכנז', אבער ברבות הימים - ) אידיש.
לענ"ד אין חסידות דאס הייסט 'בירור הקליפה'.
מיללער האט געשריבן:יא ערנסטער, אילו לא נברא פורום השפראך אלא בשביל זה דיינו, דאס איז א חידוש נפלא.
איך האב דוקא געהערט דאס פונלאנג און כ'האב בכלל נישט גערעכנט אז עס זאל זיין א 'חידוש' פאר עמיצן.
אנדי פעטיט האט געשריבן:ביי די איטאליענער מאפיע איז די באסס (די הויפט) די גאדפאדער.
ווייסטו ווי רופט מען צו דעם אין היינטישן 'עברית ישראלית מדוברת'? הסנדק.
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7% ... 7%93%D7%A7
אויב איז אמת וואס ערענסטער זאגט אז קוואטער איז מלשון גאדפאדער פארוואס טרעפ'מיר נישט קיין קוואמע"ר?
1. מיר האבן געבארגט ביי די דייטשן נאר די ווארט (נישט דעם מנהג אליין).
2. אפשר אמאל (דאך עפעס א טויזנט יאר צוריק!) ביי זיי איז געווען נאר א Gottvater און די Gottmuter האט מען צוגעגעבן שפעטער (אלס א טייל פון דער עמאנציפאציע אד"ג).
3. אויך יעצט ביי די גויים דער Godfather איז א סך מער דאמינאנט (באוואוסט, חשוב וכו') ווי די Godmother (איז דאן האט מען גענומען נאר דעם לשון זכר וואריאנט, און לשון נקבה - קוואטערין - געמאכט אליין).
אט צום ביישפיל די רוסן האבן געבארגט פון ענגליש די ווארט 'ספארטסמען' (sportsman). און ווי איז אין רוסיש די לשון נקבה פון דער ווארט? 'ספארטסוואומען' (sportswoman) ווי אין ענגליש?
ניין ! 'ספארטסמענקא'.
איז עפעס ענלעך האט מסתמא פאסירט אויך אין אונזער פאל.
די וואָר הענגט אויף א האָר
ערנסטער,
זייער שיין מסודר, הערליך, יישר-כחך, עס איז זייער מסתבר דער צושטעל.
וואס אנבאלאנגט אנדי'ס קשיא בנוגע "קוואמער", איז זייער אננעמבאר דעם צושטעל פון ספארטמען, אבער לפע"ד ברויך מען נישט אנקומען דערצו, ווייל פונקט ווי דער 'קוואטער' קומט פון 'גט-פאטער' קען דאך עס קומען פון 'גט-מוטער', חוץ אויב אנדי מיינט צו פרעגן אז מען זאל זאגן 'קמאטער', דאן ברויך מען אנקומען צו ערנסטער'ס הסבר.
שוין האמיר שוין געלערנט עפעס היינט.........
זייער שיין מסודר, הערליך, יישר-כחך, עס איז זייער מסתבר דער צושטעל.
וואס אנבאלאנגט אנדי'ס קשיא בנוגע "קוואמער", איז זייער אננעמבאר דעם צושטעל פון ספארטמען, אבער לפע"ד ברויך מען נישט אנקומען דערצו, ווייל פונקט ווי דער 'קוואטער' קומט פון 'גט-פאטער' קען דאך עס קומען פון 'גט-מוטער', חוץ אויב אנדי מיינט צו פרעגן אז מען זאל זאגן 'קמאטער', דאן ברויך מען אנקומען צו ערנסטער'ס הסבר.
שוין האמיר שוין געלערנט עפעס היינט.........
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
מיר האט דאס פארשאפט א הילכיגע געלעכטער...
שפעטער האב איך טאקע געזען אין באבילאן אז זיי טייטשן אפיציעל איבער די ווארט "סנדק" אזוי: godfather, godparent; sponsor
און אויף עברית: מי שמחזיק את הנימול; לוקח תחת חסותו, מאמץ, אחראי, אפוטרופוס, ספונסור, מממן, תומך
יישר כח ערנסטער פאר די באלערנדע שמועסן, עס איז צייט דו זאלסט אונז מיטטיילן אנדערע ידיעות וואס דו מיינסט זיי זענען פשוט, כי אם פשוטים הם בעיניך, בעינינו המה דברים חדשים.

-
- שר האלף
- תגובות: 1229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm
אין ספר הנפלא פאר דוד ברית מילה פין ר' דוד דוב מייזליש פין סיגעט ברענגט ער עטליכע טעמים
א) פין ערוך השלחן
מלשון קטורת וייל מילה איז ווי קטורת כידוע ווערטער אנגעריפען דיר וואס ברענגט עם צי קטורת קוטור
עיין עוד שם
ב) שו''ת לבושי מכלול
מלשון כבוד איינער
וואס גייט ארויף אויף די וייב צ'י מודיע זיין אז זיין וויס איז ביי די טיר מיטען קינד
א) פין ערוך השלחן
מלשון קטורת וייל מילה איז ווי קטורת כידוע ווערטער אנגעריפען דיר וואס ברענגט עם צי קטורת קוטור
עיין עוד שם
ב) שו''ת לבושי מכלול
מלשון כבוד איינער
וואס גייט ארויף אויף די וייב צ'י מודיע זיין אז זיין וויס איז ביי די טיר מיטען קינד
-
- שר האלף
- תגובות: 1229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm
צד תמות האט געשריבן:געדענקט האט געשריבן:אין ספר הנפלא פאר דוד ברית מילה פין ר' דוד דוב מייזליש פין סיגעט ברענגט ער עטליכע טעמים
אינטערעסאנט. אבער די תורה איז נדרש בפרד"ס, און עפ"י פשט איז דערווייל גאדפאדער די ריכטיגע כוונה.
איז דארט אויך דא פארשידענע ערליי קוגלען לכבוד א ברית?
נישט גאדפאדער! געפאדער יו מיסינג די חידוש
יעדע ווארט וואס מ'ווייסט נישט זאגט מען רמזים. אפילו מ'ווייסט יא קען מען אויך זאגן רמזים אבער ווען מ'ווייסט נישט מוז מען זאגן.. ווען מ'ווייסט ווען נישט וואס בילקעלע מיינט ווייסט וואסערע רמזים ס'וואלט געווען
צד תמות האט געשריבן:געדענקט האט געשריבן:אין ספר הנפלא פאר דוד ברית מילה פין ר' דוד דוב מייזליש פין סיגעט ברענגט ער עטליכע טעמים
אינטערעסאנט. אבער די תורה איז נדרש בפרד"ס, און עפ"י פשט איז דערווייל גאדפאדער די ריכטיגע כוונה.
איז דארט אויך דא פארשידענע ערליי קוגלען לכבוד א ברית?
האב איך יעצט נאכגעקוקט
ער האט פארשידענע מנהגים פין מאכלים
אבער נישט פין קיגעל.
ווי למשל עסן אייער ווי אויכעט צימעס
פערפל
ערנסטער האט געשריבן:ווייסטו ווי רופט מען צו דעם אין היינטישן 'עברית ישראלית מדוברת'? הסנדק.
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7% ... 7%93%D7%A7
עברית ישראלית מדוברת? לאוו דווקא!
דער 'חתם סופר' אין תשובות רופט אן דעם קוואטער מיטן לשון 'סנדק' איך וועל בל"נ צוצייכענען פונקט ווי אויב איינער וועט בעטן.
לאנג און זיס