קוואטער - ביי א ברית

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

זיסקינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקינד »

דער ווארט קוואטער ווערט שוין געבריינגט אין די פריערדיגע פוסקים ווי צ.ב.ש. אין ספר שערי תשובה וואס איז שוין געדרוקט געווארן מיט 200 יאהר צוריק ווערט דאס אנגערופן קוואטער שאפט,
כי טוב השם
abc12345
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 26, 2022 5:35 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abc12345 »

בראשית ברא האט געשריבן:יא דאס איז געוואלדיג ממש דאס איז די גרעסטע חידוש אין שפראך וואס איך בין געוואויר געווארן אין לאנגע יארן
נישט נאר שפראך נאר אין איינוועגס מנהג ישראל

גא"מ
abc12345
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 26, 2022 5:35 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abc12345 »

הערסט? האט געשריבן:
ערנסטער האט געשריבן:ווייסטו ווי רופט מען צו דעם אין היינטישן 'עברית ישראלית מדוברת'? הסנדק. :grin:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7% ... 7%93%D7%A7

עברית ישראלית מדוברת? לאוו דווקא!
דער 'חתם סופר' אין תשובות רופט אן דעם קוואטער מיטן לשון 'סנדק' איך וועל בל"נ צוצייכענען פונקט ווי אויב איינער וועט בעטן.

איך בעט.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קוואטער - ביי א ברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

לעצטענס ארויסגעקומען א שיין ספר יומא דמהולתא אויף ברית מילה, האב איך געזען ער האט דארט א שמועס וועגן דעם נאמען קוואטער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
abc12345
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 26, 2022 5:35 pm

Re: קוואטער - ביי א ברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abc12345 »

מי יודע האט געשריבן:לעצטענס ארויסגעקומען א שיין ספר יומא דמהולתא אויף ברית מילה, האב איך געזען ער האט דארט א שמועס וועגן דעם נאמען קוואטער

נא וואס זאגט ער?
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: קוואטער - ביי א ברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

די מקור פון אונזער היינטיג באנוצטע ווארט "קוואטער" נעמט זיך פון די אור-אלטע דויטשע ווארט Gevatter (ווי איינער האט שוין דערמאנט.)

עס זענען פארהאן דויטש אפשטאמיגע ווערטער וואס זענען ערהאלטן געווארן אין יידיש אבער זענען שוין פארגעסן געווארן פון די דייטשע לעקסיקאן; 'געפאטער' איז איינע פון זיי.

"געפאטער" איז געבויט אויף די זעלבע גאנג ווי "געשוויסטער" אבער איז געווארן באנוצט אויף אן אנדער אופן, די עכטע וועג אפצוטייטשן דאס ווארט איז "טאטע'לע" (קליינע טאטע'לע/Vaterchen).

ביי די גוים האט מען דערמיט באצייכענט דער יעניגער וואס האט באקומען די צערעמאניאלע כיבוד צו דינען אלץ Godfather (היינטיגע דייטש: Pate). די יודען האבן אדאפטירט דאס ווארט און ארויפגעסטעמפעלט אויף דער וואס האט די זכי'ה אריינצוברענגן דאס קינד צום מעמד הברית.

אין דייטשע ביכער פון ביז 40-50 יאר צוריק האב איך שוין געזעהן מעהרערע מאל אז Gevatter קען אויך ווערן באנוצט אנצורופן א פעטער (בלשון חיבה/כבוד/ידידות - וואס "פעטער" אליינס איז פון די זעלבע שורש פון Vater "פאטער" (טאטע)) אדער אפילו א פרעמדע מענטש וואס מען איז נאנט צו איהם און מען באציט זיך צו איהם ווי א פעטער (למשל, דער עלטערע עלענדע יוד וואס קומט כסדר שבת צו גאסט וכדו'.)
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: קוואטער - ביי א ברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שמחת עולם האט געשריבן:די מקור פון אונזער היינטיג באנוצטע ווארט "קוואטער" נעמט זיך פון די אור-אלטע דויטשע ווארט Gevatter (ווי איינער האט שוין דערמאנט.)


ענדליך קלאר געשטעלט די מקור. יישר כח.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
הערסט?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 18, 2017 5:40 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערסט? »

abc12345 האט געשריבן:
הערסט? האט געשריבן:
ערנסטער האט געשריבן:ווייסטו ווי רופט מען צו דעם אין היינטישן 'עברית ישראלית מדוברת'? הסנדק. :grin:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7% ... 7%93%D7%A7

עברית ישראלית מדוברת? לאוו דווקא!
דער 'חתם סופר' אין תשובות רופט אן דעם קוואטער מיטן לשון 'סנדק' איך וועל בל"נ צוצייכענען פונקט ווי אויב איינער וועט בעטן.

איך בעט.

תשובות חתם סופר יו"ד קס"ב
און אזוי אויך אין אבני צדק (פונעם ייטב לב!) יו"ד סי' ע"ו.
און אין דרכי תשובה (פונעם מנחת אלעזר!) יו"ד סי' קפ"ה סקכ"ה. (דארט טייטשט ער שוין טאקע און שרייבט צו פארינגלט "קוואטערשאפט").
לאנג און זיס
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

געדענקט האט געשריבן:אין ספר הנפלא פאר דוד ברית מילה פין ר' דוד דוב מייזליש פין סיגעט ברענגט ער עטליכע טעמים
א) פין ערוך השלחן
מלשון קטורת וייל מילה איז ווי קטורת כידוע ווערטער אנגעריפען דיר וואס ברענגט עם צי קטורת קוטור
עיין עוד שם
וז"ל
טעם שנקרא קוואט"ר, משום שקוואטע"ר הוא מלשון 'קטורת', שהרי המביאו מקרב התינוק לסנדק שהוא כמקטיר טקורת, על כן נקרא קוואט"ר.
(ערוך השלחן סי' רס"ה)
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: קוואטער - ביי א ברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אויב אזוי וואס מיינט סנדק?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: קוואטער - ביי א ברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

תפלה
אטעטשמענטס
YKT.jpg
YKT.jpg (255.07 KiB) געזען 319 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זיגל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 26, 2020 5:07 am

Re: קוואטער - ביי א ברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיגל »

עי' במצו"ב ווי ס'שטייט שוין און 'לקט יושר' וואס האט דעלעבט א קיי"ל פון צוווישן 400 און 500 יאהר צוריק.
אטעטשמענטס
סנדק לבן נינו.pdf
(122.11 KiB) געווארן דאונלאודעד 26 מאל
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

Re: קוואטער - ביי א ברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

זיגל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:34 pm
עי' במצו"ב ווי ס'שטייט שוין און 'לקט יושר' וואס האט דעלעבט א קיי"ל פון צוווישן 400 און 500 יאהר צוריק.
וואס איז די ראשי תיבות פון במצו״ב ?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: קוואטער - ביי א ברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

במצורף בזה
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”