דילעמעס פון א מגיה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג יוני 08, 2017 9:22 am

אין אלע אייראפעיאישע שפראכן ווערט די ענגלישע ווארט proofreader איבערגעטייטשט צו קארעקטער, פונעם לאטיינישן rect, וואס פון דארט האבן מיר correct, rectangle, דעם דייטשן recht און דעם אידישן גערעכט וכו'.

אינטרעסאנט אנצומערקן אז אין דייטש איז דא נאך א ווארט פאר proofreader, בעריכטיגער (Berichtiger).

איטשע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 08, 2017 9:41 am

עפען א יודישע ווערטער בוך!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 08, 2017 9:52 am

בראשית ברא האט געשריבן:
גין-גאלד האט געשריבן:
כוכבי לכת האט געשריבן:
גין-גאלד האט געשריבן: ...האב איך דערזען אז סטוהט זיך דא אפ א שטיקל צומישעניש, ...כ'האב מיר אומגעקוקט זייער צווייפילהאפטיג אויף די גאנצע פארשעריי איבער די אידישע גראמאטיק. ...און אינטערן רושם פון דעם צומישעניש, ...אונזער חשובע מגיה מיטן ניק מגיה, ...ווער ס'האט נישט קיין געדולט דערצו מוז זיך בכלל נישט אריינטוהן דערין.

וכו'

יישר כח פארן מאכן אויפמערקזאם.
אפשר וואלסטו געקענט זיין אזוי גוט, און אנווייזן וויאזוי דען דארף מען צו שרייבן די אלע ווערטער וואס דו האסט אנגעצייכענט אלץ נישט ריכטיג?, (נאר די ווערטער וואס איך האב דא ציטירט).

קענסט רואיג מפענח זיין דעם וכו' וואס דו האסט געשריבן, כ'האב זייער הנאה ווען מען פארבעסערט מיר. מיט דאנק פון פאראויס.

ס'טוט
צווייפלהאפטיג
אונטערן
חשוב'ע
חשוב'ער

געדולד

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 08, 2017 9:59 am

איטשע האט געשריבן:עפען א יודישע ווערטער בוך!

מעגליך איר זענט גערעכט, אבער די ראיה פון 'קארעקט' איז אומקארעקט.

קארעקט איז פארשטייט זיך אן אידישע ווארט, אבער דאס מיינט נישט אז א מגיה גייט ווערן 'קארעקטאר'.

אין ענגליש ווערט פון קארעקט קארעקטאר, און אין אידיש ווערט עס קארעגירער וואס קומט ווארשיינליך אויך פון קארעקט

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

what's up? וואס טוט זיך?

תגובהדורך מגיה » פרייטאג יולי 14, 2017 2:54 pm

"יעדער האט זיך זיינע ארויפס און אראפס," האט געשריבן דער שרייבער.

ווי איך בין מגיה די ווערטער, ווערט מיר קלאר אז יענער האט מסתם איבערגעזעצט פון ענגליש (everyone has their ups and downs). אבער פארוואס בארגן ווערטער וואס געבן איבער די כוונה פון די ווערטער אויף א שטומפיגן אומפליסיגן אופן, ווען אידיש האט ב"ה גענוג אייגענע ווערטער. וואס איז שלעכט מיט "יעדער גייט דורך גוטע און שווערע צייטן" אדער "יעדן גייט אמאל בעסער און אמאל ערגער", אדער אנדערע אופנים וויאזוי מ'קען זאגן די זעלבע זאך, נאר שענער, קלארער, און טאקע אידיש, אנשטאט ענגלידיש.

עס איז דא אמאל ווען up and down דארף מען יא איבערזעצן "ארויף און אראפ", למשל אויב עס רעדט זיך אז יענער איז געגאנגען "ארויף און אראפ" די טרעפ, אדער ווען יענער האט זיך געדרייט "ארויף און אראפ" אין צימער (אדער "אהין און צוריק"). עס ווענדט זיך אלץ וואו דער אייזל שטייט איין, און דאס איז איינע פון די זאכן אויף וואס דער בעל מגיה דארף האלטן אפן זיינע אויגן.

צו איבערצוגעבן דעם באדייט פון ווערטער אין אנדערע שפראכן קען מען נישט סתם טרענסלעיטן, נאר מ'דארף איבערזעצן און איבערגעבן די ווערטער און כוונה אויפ'ן ריכטיגן אופן לויט יענע שפראך.

פון די גוטע ביישפילן קען מען טאקע ניצן דאס ווארט וואס דער שרייבער האט דא געוואלט איבערזעצן. דאס ענגלישע ווארט up איז פון די באקאנטע ווערטער וואס קען האבן אומצאליגע באדייטן (עס קען זיין א זאך-ווארט, טאט-ווארט, שילדערונגס-ווארט, אדווערב, אדער פרעפאזיציע), געוואנדן לויט ווי דער אייזל שטייט איין.

איך וועל דא ברענגען עטליכע דוגמאות וואו דאס ווארט ווערט גענוצט און ביי יעדע פון זיי צושרייבן אויך א אידישע איבערזעצונג (איך וועל שרייבן בלויז איין אופן, אבער אפט קען די גענויע כוונה זיך ווענדן לויט די ארומיגע ווערטער):

coming up – עס קומט אויף

write up – אפשרייבן

i'm up – איך בין אויף/וואַך

i'm up for – כ'בין גרייט פאר...

call up – רוף אן

up for renewal – צייט צו באנייען

lock up – איינשפאַרן

up above – אויבן אין הימל

clean up – אפרייניגן

up-and-coming – אויפגייענדיגע

look up – אויפזוכן / ארויפקוקן

mess up – קאליע מאכן / באלאגאן

mix up – פארמישן

wake me up – וועק מיך אויף

warm up – אנווארעמען

up to – ביז

up to it – גרייט דערויף / האלטן דערביי

dry up – אויסטריקענען

taking up – אויפנעמען

shut up – שווייג / זיי שטיל!

נו, what's up? – וואס הערט זיך? כאפסט די נקודה? יעצט שטעל דיך פאר אויב דער אידיש שרייבער זאל שטענדיג איבערזעצן דאס ווארט up מיט "ארויף"'. די ליינערס וואלטן זיכער געווען up in arms, זייער גערעגט, און וואלטן טאקע געהאט, ווי יענער זאגט, אסאך "ארויפס און אראפס"...
אקעי, ס'ווערט שפעט, !time is up, צייט צו גיין!

חיי אריכי
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » פרייטאג יולי 14, 2017 4:50 pm

מגיה האט געשריבן:"יעדער האט זיך זיינע ארויפס און אראפס," האט געשריבן דער שרייבער.

זעהר שיין ארויסגעברענגט, אבער לשיטתך ביסטו דיך סותר, דו שרייבסט: געוואנדן לויט ווי דער ״אייזל״ שטייט איין.
דו ניצט דעם מליצה פון ״חמר״ וואס אין לשה״ק איז דאס א שיינע מליצה, אבער אין אידיש איז דאס אזוי ווי יענער שרייבט ״ארויף און אראפ׳ס...
לחידודי בעלמא

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » מיטוואך יולי 19, 2017 11:46 pm

חיי אריכי האט געשריבן:זעהר שיין ארויסגעברענגט, אבער לשיטתך ביסטו דיך סותר, דו שרייבסט: געוואנדן לויט ווי דער ״אייזל״ שטייט איין.
דו ניצט דעם מליצה פון ״חמר״ וואס אין לשה״ק איז דאס א שיינע מליצה, אבער אין אידיש איז דאס אזוי ווי יענער שרייבט ״ארויף און אראפ׳ס...
לחידודי בעלמא

צו דארפן מסביר זיין א שטיקל שריפט קען אוועקנעמען פון דעם טעם, אבער לאמיר עס ניצן אלס נאך א ביישפיל ווי ביים שרייבן דארף מען וויסן וואס יא און וואס נישט, וואס איז מוסיף און וואס איז גורע.

איך האב דוקא געטוישט פון די געווענליכע 'חמר' צו 'אייזל' כדי צו באווירצן און אביסל 'אויפפרישן דעם פנים' פון דעם גאר באקאנטן און אויסגעדראשענעם "ווענדט זיך וואו דער חמר שטייט איין". אן אויסדרוק אדער פראזע וואס איז שוין גענוצט געווארן ביז עס קריכט פון דער נאז הייסט א קלישע און גוטע שרייבערס וועלן דאס פרובירן אויסמיידן, ווייל עס איז אומאינטערעסאנט און דוקא לאנגווייליג.

איין ביישפיל איז, מענטשן טענה'ן זיך אסאך און נאטירליך באקומט מען אפט אן ענטפער שלא מן הטענה, איז אין אזא פאל פאסיג און נוצבאר די ווערטער פון דער גמרא "טענו בחטין והודה לו בשעורים" וואס קען דינען אלס פיינע מליצה. אבער וויבאלד דאס איז שוין אזויפיל גענוצט געווארן (איבערהויפט זינט די נאכאנאנדע שמועסן און טענה'רייען אויף וואטסעפ און אייוועלט...), האט מען שוין געמאכט א מליצה אויף די מליצה און היינט הערט מען שוין מער דעם "טענו בחטין והודו לזכר קדשו", וואס דו קענסט טענה'ן אז "מ'האט גע'הרג'עט די מליצה" און בעצם זאגט עס יעצט גארנישט (אז עס שטייט נישט 'והודה לו בשעורים' איז עיקר חסר מן הספר), אבער יעדער ווייסט גענוי די באדייט דערפון און די באקאנטע מליצה האט דוקא באקומען א געוויסע פרישקייט. היינט, מיין איך, הייבט דאס שוין אן ווערן באלד מער אויסגעדראשן ווי דעם אריגינעלן. איינער קען אויפקומען מיט עפעס פריש?

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:52 am

מגיה האט געשריבן:היינט, מיין איך, הייבט דאס שוין אן ווערן באלד מער אויסגעדראשן ווי דעם אריגינעלן. איינער קען אויפקומען מיט עפעס פריש?

אפשר: טענו כפתים לפני קרתו מי יעמוד?
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » דאנארשטאג יולי 20, 2017 10:26 am

וויל זיין גוט האט געשריבן:
מגיה האט געשריבן:היינט, מיין איך, הייבט דאס שוין אן ווערן באלד מער אויסגעדראשן ווי דעם אריגינעלן. איינער קען אויפקומען מיט עפעס פריש?

אפשר: טענו כפתים לפני קרתו מי יעמוד?

זיס!
לאמיר אויך פרובירן: טענו בבונדלעך והודו לו בלאקשן!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג יולי 23, 2017 9:57 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:עפען א יודישע ווערטער בוך!

מעגליך איר זענט גערעכט, אבער די ראיה פון 'קארעקט' איז אומקארעקט.

קארעקט איז פארשטייט זיך אן אידישע ווארט, אבער דאס מיינט נישט אז א מגיה גייט ווערן 'קארעקטאר'.

אין ענגליש ווערט פון קארעקט קארעקטאר, און אין אידיש ווערט עס קארעגירער וואס קומט ווארשיינליך אויך פון קארעקט

'אן' אידישע ווארט קלינגט אומריכטיג. 'אידיש' הייבט זיך טאקע אן מיט אן א', אבער מ'ליינט עס מיט א י'.
כאפצעם האט געשריבן:העלטקעיר איז אין דר'ערד, מענטשן קרעכצן פון די הויעכע פרימיומס, אינשורענס מארקעטס ברעכן אונטער.

מנהלים, ביטע נישט אראפנעמען די חתימה כל זמן מען שטעלט נישט אפ דאס טראללן. אלעס האט א שיעור.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג יולי 23, 2017 9:58 pm

ס'קלינגט?

נישט אלעס וואס קלינגט איז גאלד

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג יולי 23, 2017 10:08 pm

געמיינט צו זאגן אז אין די אויערן פון איינער וואס האלט זיך פאר א שפראך קענער קלינגט עס אומריכטיג.
כאפצעם האט געשריבן:העלטקעיר איז אין דר'ערד, מענטשן קרעכצן פון די הויעכע פרימיומס, אינשורענס מארקעטס ברעכן אונטער.

מנהלים, ביטע נישט אראפנעמען די חתימה כל זמן מען שטעלט נישט אפ דאס טראללן. אלעס האט א שיעור.

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » דינסטאג יולי 25, 2017 9:31 pm

מגיה האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
מגיה האט געשריבן:היינט, מיין איך, הייבט דאס שוין אן ווערן באלד מער אויסגעדראשן ווי דעם אריגינעלן. איינער קען אויפקומען מיט עפעס פריש?

אפשר: טענו כפתים לפני קרתו מי יעמוד?

זיס!
לאמיר אויך פרובירן: טענו בבונדלעך והודו לו בלאקשן!

מ'קען נאך פארשלאגן נאך א הצעה?
טענו בשעורין והודו לו בחיטין!
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט