זכר בונדל מהו?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וועלכע פון די פאלגנדע בונדלעך רופט מען "זכר בונדל"?

ארבעס / טשיק פיעס
71
71%
ליימע ביענס
29
29%
 
סך הכול שטימען: 100

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

זכר בונדל מהו?

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 09, 2017 11:16 am

אין א דערנעבנדיגע אשכול איז ענטשטאנען א שטיקל חילוקי דיעות איבער דעם אידענטיטעט פונעם אזויגערופענעם "זכר בונדל", יש אומרים אז ארבעס המכונה בעבעלאך איז דאס וואס רופט זיך מיט דעם נאמען "זכר בונדל", בשעת אנדערע טענה'ן אז די ליימע-ביענס איז גאר דער ריכטיגער "זכר בונדל".

לאמיר זיך צוזאמציילן און זעהן ווער עס איז מיט ארבעס און ווער מיט ליימע ביענס...
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג מאי 09, 2017 11:30 am

זעה איך שוין נאך א מחלוקת צו ארבעס = בעבעלאך
ווי ווייט איך ווייס איז ארבעס = טשיק פיעס
אופס זעה איך און די אנקעטע האסטו אזוי געשריבען און אינעווייניג האסטו געשריבען אנדערש
לעצט פאראכטן דורך קאמפיוטער עקספערט אום דינסטאג מאי 09, 2017 11:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 09, 2017 11:31 am

אויב מעגליך שרייבט דא אויף וואס איר האט געשטומט.

איך האב געשטומט אויף "ארבעס" [דערווייל - מיט 9 שטומעס - איז רוב עולם אויף מיין זייט]
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 09, 2017 11:32 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:זעה איך שוין נאך א מחלוקת צו ארבעס = בעבעלאך
ווי ווייט איך ווייס איז ארבעס = טשיק פיעס

דאס איז נישט קיין סתירה, ווייל אויף ירושלימ'ער אידיש איז עס בעבאלעך און אויף ענגליש טשיק-פיעס
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג מאי 09, 2017 11:34 am

טשיק פיעס
פשוט ווייל דאס אנדערע גלייכן ביי מיר די נקיבות נישט די זכרים...
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דינסטאג מאי 09, 2017 11:38 am

ארבעס ווייל ס'איז רינדעכיג, און א זכר איז געמאכט צו טרייסטן.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג מאי 09, 2017 11:42 am

לכאורה האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:זעה איך שוין נאך א מחלוקת צו ארבעס = בעבעלאך
ווי ווייט איך ווייס איז ארבעס = טשיק פיעס

דאס איז נישט קיין סתירה, ווייל אויף ירושלימ'ער אידיש איז עס בעבאלעך און אויף ענגליש טשיק-פיעס

ליימע ביענס איז בעבאלעך
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג מאי 09, 2017 11:49 am

געוואוט אויף ארבעס/טשיק פיעס.

אויב וועט איר מאכן נאך אן אנקעטע "וואס איז בעבאלעך, טשיק פיעס אדער ליימע ביענס?" וועל איך - בל"נ - וואוטן אויף ליימע ביענס :wink:
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 09, 2017 11:50 am

אומגלויבליך ווי ווייט כלל ישראל איז היינט צוטיילט אין אזויפיל שיכטן און קרייזן...
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מאי 09, 2017 11:59 am

חחחחחחחחחחח לכאורה, יאך מיין אז ס'ליימע ביענס, כ'געדענק אז ס'אנדערש ווי כאב אלעמאל געוואוסט, אבער כ'בין שוין צעמישט וואס כאגעוואוסט....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 09, 2017 12:00 pm

בעבלאך איז א שם הכולל פאר אלע בונדלעך חוץ ארבעס - טשיק-פיעס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דינסטאג מאי 09, 2017 12:01 pm

געשטימט ווי רוב.
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מאי 09, 2017 12:01 pm

און דו שרייבסט צוויי מאל ס'דרשה....

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3742
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג מאי 09, 2017 12:03 pm

טשיק פיעס איז ארבעס איז זכר באנדלעך.

די גרעסערע (butterbeans בלע"ז) זענען באבעלעך\בעבלעך\באבעס
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג מאי 09, 2017 12:21 pm

נישט געוואלט שטימען, ווארום ביידע זענען זכר בונדלעך אויב סערווירט מען זיי ביי א זכר, פונקט ווי יענע ביר איז זכר ביר ווייל מ'סערווירט זיי ביי א זכר.
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אנפין נהירין
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 2:01 pm

תגובהדורך אנפין נהירין » דינסטאג מאי 09, 2017 1:00 pm

וועלכע אשכול?
[image][/image]
לכאורה האט געשריבן:אין א דערנעבנדיגע אשכול איז ענטשטאנען א שטיקל חילוקי דיעות איבער דעם אידענטיטעט פונעם אזויגערופענעם "זכר בונדל", יש אומרים אז ארבעס המכונה בעבעלאך איז דאס וואס רופט זיך מיט דעם נאמען "זכר בונדל", בשעת אנדערע טענה'ן אז די ליימע-ביענס איז גאר דער ריכטיגער "זכר בונדל".

לאמיר זיך צוזאמציילן און זעהן ווער עס איז מיט ארבעס און ווער מיט ליימע ביענס...

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מאי 09, 2017 1:12 pm

שלום דער זכר פיינפולע סיטואציע

אופס 'לכאורה'. וואטשט-אוט מ'מופט. סיעט בעלטס....
לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום דינסטאג מאי 09, 2017 1:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 09, 2017 1:13 pm

אנפין נהירין האט געשריבן:[image][/image]
לכאורה האט געשריבן:אין א דערנעבנדיגע אשכול איז ענטשטאנען א שטיקל חילוקי דיעות איבער דעם אידענטיטעט פונעם אזויגערופענעם "זכר בונדל", יש אומרים אז ארבעס המכונה בעבעלאך איז דאס וואס רופט זיך מיט דעם נאמען "זכר בונדל", בשעת אנדערע טענה'ן אז די ליימע-ביענס איז גאר דער ריכטיגער "זכר בונדל".

לאמיר זיך צוזאמציילן און זעהן ווער עס איז מיט ארבעס און ווער מיט ליימע ביענס...

וועלכע אשכול?

viewtopic.php?f=3&t=33655
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מאי 09, 2017 2:07 pm

נעוועדא האמיר געשטימט פאר ארבעס/טשיק פיעס.

די טעם הדבר איז ווייל אין דעם אין מרומז הויחע זאכן.

"ארבעס" - דאס איז א ברכה מלשון "הרבה ארבה את זרעך", און פארדעם עס מען דאס, אזוי ווי מ'עסט ר"ה ביינאכט מאכלים לסימנא טובא.

"טשיק פיעס" - טשיק דאס איז דאך 'עלגאנט' 'אהערגעשטעלט' (מלשון 'קידי-טשיק'), פיעס איז "שלום", אן עלגאנטע שלום זכר...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1652
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג מאי 09, 2017 2:20 pm

אולי יש לחלק בין בעבעלאך, לבובעס [ביבעס\באבעס].
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג מאי 09, 2017 2:33 pm

וואס איז שייך צו מאכן א וואוט. כאילו דעת הציבור איז מכריע אויפן מציאות? די וועג געוואר צו ווערן איז זיך צו דערגרינטעוון וועלכע מען האט ארגינעל גערופן זכר בונדלעך און וועלכע עס איז געווארן פארדרייט.

עס איז דא א ספר שלחן השבת פון הרב מייזליש פון סיגעיט. דארט רעדט ער מסתמא דערפון
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג מאי 09, 2017 2:37 pm

סידיראם, לאמיר עס טאקע נאכגיין אין א שנעלע בליק.

עס איז קלאר די טשיק פיעס, עיין בדרישה יו"ד סי' רס"ד סק"ב, אז מ'פירט זיך צו סערווירן "רינדעכיגע" בונדלעך ביי א שלום זכר, צו סימבאליזירן פארן רך הנולד דעם "בע"כ אתה חי ובע"כ אתה מת", און רינדעכיגע מאכלים איז מאכלי אבילות, מיט וואס מ'טרויערט צוזאמען מיטן ניי געבוירן קינד פארן פארלירן די מלאך וואס האט מיט אים ביז דאן געלערנט תורה.

די ביענס זענען טאקע רינדעכיג, אבער נישט אזוי שטארק ווי די טשיק פיעס.

נא_שכל, עס איז ריכטיג אז דער מאכל ארבעס איז מרמז אויף וְהַרְבָּה אַרְבֶּה אֶת זַרְעֲךָ כְּכוֹכְבֵי הַשָּׁמַיִם.
אז דו ווילסט מיטהאלטן די ענדע פון "די מיסטריעזע טאשקע", זיי מוחל שרייב ווי א באזעסענער מענטש!



אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1652
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג מאי 09, 2017 2:45 pm

ואולי שמעינן מהדא
קרעמער האט געשריבן:איך זוך אן אכסניא מיט א וועג ארויס און אריין.

בשעת מעשה וויל איך דזשעלי-רינגס מיט קאלטע ביר (עני פירמע)

אה, יא, שיער נישט פארגעסן: גאלדען טעיסט זכר בונדלעך און ליימע ביענס!
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

א קאנאדער
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » דינסטאג מאי 09, 2017 2:50 pm

האבן מיר געמאכט אביסל homework הער איך פון עלטערע חסידים אז טשיק פיעס איז א נייע מאדערנער מאדע וואס האט זיך ליידער אריין געכאפט ביי שלום זכורס ביים היימישן עולם, מען פלעגט אלע יארן נאר עסן ליימע בינס ביי א זכור,

א קאנאדער
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » דינסטאג מאי 09, 2017 2:51 pm

עס איז דא ערנסטע פלענער פון א מחאה אנטקעגן די טשיק פיעס :lol:


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט