2 ווערטער סינאנים געשעעניש אויסדריקן

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

2 ווערטער סינאנים געשעעניש אויסדריקן

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 25, 2017 5:18 pm

וואס איז פשט אז אין דער אידיש-אונגאריש פרא-רוחניות לעקסיקאן איז פאראן מערערע ווערטער שם-דבר אויסדרוקן פון אינצידענטן וועלכע באשטייט פון 2 ווערטער סינאנים וועלכע ענדיקט זיך מיט אן ענדע נו"ן און גיט אנצוהערן דעם פראפיסיאנאלן חניאקיש'ן מיטל-נאכט אפקלאנג, ווי למשל,

טיש-דעקן הושנות-קלאפן
כפרות-שלאגן שול-פירן
האניג-לעקן אתרוג-בענטשן
מגילה-לייענען חלה-נעמען
ליכט-בענטשן קידוש-מאכן
שופר-בלאזן תפילין-לייגן
מציבה-שטעלן חתונה-מאכן
שלאפן-לייגן מזוזה-קלאפן
מצות-באקן טיש-פירן
חופה-שטעלן שלאכמאנעס-שיקן
תהילים-זאגן פארהער-שטעלן
חוזק-מאכן תנאים-לייענען
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » מיטוואך ינואר 25, 2017 5:35 pm

וואס איז די שאלה? ווען סאיז געווארן? ווער סהאט עס געמאכט? וואס הייסט וואס איז פשט??
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך ינואר 25, 2017 5:36 pm

די חלק פון ענדיגן מיט אן ענדע נו"ן מאכט עס פאר א לשון עבר.
דעק - דעקן
קלאפ - קלאפן

און אזוי ווייטער
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 25, 2017 5:49 pm

איך טראכט אז נארמאל קומט "מ'גייט שלאגן כפרות" נישט מ'גייט כפרות שלאגן. "מ'גייט ליינען די מגילה", נישט מ'גייט מגילה ליינען. מ'גיימיר זיך לייגן שלאפן, נישט מ'גיימיר זיך גיין שלאפן לייגן. א.א.וו.
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » מיטוואך ינואר 25, 2017 8:08 pm

עין טובה האט געשריבן:די חלק פון ענדיגן מיט אן ענדע נו"ן מאכט עס פאר א לשון עבר.
דעק - דעקן
קלאפ - קלאפן

און אזוי ווייטער


אויך מאכט עס קורצער, אזוי ווי א ס' אנשטאט עס, אדער מ' אנשטאט מען וכדומה...
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט