תפילת, תפלות, אדער תפילות ?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תפילת, תפלות, אדער תפילות ?

תגובהדורך פארוואס נישט » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 9:36 pm

ווי אזוי שרייבט מען ?

דיינע ????? זאלן אנגענומען ווערן .

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 9:38 pm

דיינע תפילות...

(תפילת איז לשון יחיד)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 10:16 pm

אין אסאך ספרים זעהט מען שטייט "תפלות" נישט "תפילות". די זעלבע למשל ביי "אילו/כאילו" איז דא ספרים וואס שטייט איבעראל "אלו/כאלו" וואס טאקע די הסבר?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 10:34 pm

א גאנצע אשכול פאר דעם?... בל תשחית!

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 10:48 pm

דע מה שתשיב האט געשריבן:א גאנצע אשכול פאר דעם?... בל תשחית!


פארוואס ?

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 10:51 pm

מען שרייבט היינט תפילות.
ארגינעל קומט טאקע תפלות, אבער דאס איז נאר נוגע אין סידורים אדער פארצייטישע ספרים.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 11:19 pm

די פשוט'ע הסבר איז ווייל די היינטיגע לשה"ק ווערט היבש רעפלעקטירט פון עברית און מען שרייבט אותיות אנשטאט וואקאלן, למשל הנינו אנשטאט הננו, כאילו אנשטאט כאלו, תפילותינו אנשטאט תפלותנו, וכן הלאה.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 11:29 pm

גערעכט, אבער נישט אינגאנצן. עס איז שוין פארדעם געווען אזוי. קוק אין די ספרים פון די לעצטערע דורות.
מען נוצט אותיות פאר וואקאלן דאס איז אמת, אבער נישט פאר הננו. כאילו שרייבט מען יא, ווייל עס קען האבן אן אנדערער משמעות כאלו פון כאילו, משא"כ הננו.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 2:04 pm

שוועמל האט געשריבן:דיינע תפילות...

(תפילת איז לשון יחיד)

וואס הייסט?

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 2:23 pm

סתם אזוי האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:דיינע תפילות...

(תפילת איז לשון יחיד)

וואס הייסט?


תפילת איז א לשון יחיד, "תפילת כל פה", יעדע איינציגע תפילה..

תפילות איז א לשון רבים, "תפילות ישראל", אסאך תפילות..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 2:26 pm

ראש העיר האט געשריבן:
סתם אזוי האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:דיינע תפילות...

(תפילת איז לשון יחיד)

וואס הייסט?


תפילת איז א לשון יחיד, "תפילת כל פה", יעדע איינציגע תפילה..

תפילות איז א לשון רבים, "תפילות ישראל", אסאך תפילות..

די לשון יחיד פון תפילות איז "תפילה" נישט "תפילת", תפילת כל פה איז ווייל ס'איז דבוק, והבן.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 2:36 pm

תפילה - איין איינציגע תפילה
תפילת - יעדע איינציגע תפילה
תפילות - אלע תפילות אינאיינעם

משל:
אלע קינדער - תפילות
איין אינגעלע - תפילה
יעדע אינגעלע - תפילת
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 2:52 pm

סתם אזוי האט געשריבן:די לשון יחיד פון תפילות איז "תפילה" נישט "תפילת", תפילת כל פה איז ווייל ס'איז דבוק, והבן.

גערעכט, איך וואונדער מיך וויאזוי איך האב געמאכט אזא טעות ווי איך האב פריער געשריבן.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 3:10 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:תפילה - איין איינציגע תפילה
תפילת - יעדע איינציגע תפילה
תפילות - אלע תפילות אינאיינעם

משל:
אלע קינדער - תפילות
איין אינגעלע - תפילה
יעדע אינגעלע - תפילת


ריכטיג, מר אמר חדא ומר אמר חדא ולר פליגי, דער פותח האשכול האט געפרעגט אויף די חילוק פון תפילת און תפילות..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 3:17 pm

ראש העיר האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:תפילה - איין איינציגע תפילה
תפילת - יעדע איינציגע תפילה
תפילות - אלע תפילות אינאיינעם

משל:
אלע קינדער - תפילות
איין אינגעלע - תפילה
יעדע אינגעלע - תפילת


ריכטיג, מר אמר חדא ומר אמר חדא ולר פליגי, דער פותח האשכול האט געפרעגט אויף די חילוק פון תפילת און תפילות..

דאס איז נישט ריכטיג נאר אבי געהאקט, סתם אזוי איז גערעכט, עס איז פשוט דבוק
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 3:28 pm

אז שוין יא געהאקט, לאמיך האקן נאך אביסל.. וואו האב איך געזאגט אז תפילת איז נישט דבוק צי יא דבוק, איך בין נישט אריין אין דעם בכלל, ? איך האב סך הכל געזאגט דעם חילוק פון תפילת און תפילות.
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

איטשע
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג מארטש 31, 2017 8:01 am

ס׳איז כדאי צו וויסן, אז זוצמאל צולייגן דער י׳, קען טוישן די משמעות אויך.
למשל ׳אדוננו׳, איז טייטש ׳אונזערע האר׳; ווידער ׳אדונינו׳, איז טייטש ׳אונזערע הארן׳.
ביי תפילהף וואלט עס געווען תפלתנו, און תפלותנו.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט