ישעיה אדער ישעיהו

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ראש פתוח
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 01, 2016 1:29 pm

ישעיה אדער ישעיהו

תגובהדורך ראש פתוח » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 6:04 pm

ווי אזוי שטייט די נאמען פונען חזון איש אויף זיין מצבה, ישעיה אדער ישעיהו, און אויך ביי זיין טאטן'ס נאמען שמרי' אדער שמריהו?

ראש פתוח
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 01, 2016 1:29 pm

ווער קען ביטע אראפברענגען א בילד פון די מצבה

תגובהדורך ראש פתוח » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 6:05 pm

פון די מאמע פון חזון איש מרת ראשא לאה ע"ה וועלכע ליגט אין הר הזתים. און ווי אויך די טאג פון איר פטירה

ייש"כ

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 6:17 pm

ראש פתוח האט געשריבן:פון די מאמע פון חזון איש מרת ראשא לאה ע"ה וועלכע ליגט אין הר הזתים. און ווי אויך די טאג פון איר פטירה

ייש"כ

ראנג אשכול אלערט!
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

תגובהדורך דענק און דאנק » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 6:30 pm

ראש פתוח האט געשריבן:ווי אזוי שטייט זיין נאמען ישעיה אדער ישעיהו, און אויך ביי זיין טאטן'ס נאמען שמרי' אדער שמריהו?



איך האב א חבר וואס הייסט חזקי' האט ער געשיקט א בריוו צו הגר"ח קנייבסקי מיט יארן צוריק פרעגן וויאזוי מען שרייבט חזקיה צו חזקיהו, האט ער צוריק באקומען א בריוו בזה"ל שמריהו יוסף חיים ותו לא. מען האט זיך געבראכן קאפ פארוואס ער האט געחתמעט דעם בריוו און פארגעסן צו שרייבן דעם תי' אויף די שאלה, ביז מען האט זיך געכאפט אז שמרי' און חזקי' איז די זעלבע שאלה, און ער האט מיט'ן אינטער שרייבן זיין נאמען 'שמריהו' אטאמאטיש געענטפערט זיין שאלה. ויהי לפלא.

לגבי ישעי' שטייט אין בית שמואל אין אבן העזר אז מען זאל נישט געבן א נאמען ישעיהו נאכן נביא ישעי' ווייל ער איז געהארגעט געווארן במיתה משונה, און די אלע וואס געבן ישעי' געבן דאס נישט נאכן נביא, נאר נאכן אמורא רב ישעי' ממילא קומט דאס אן א ווא"ו ע"ש - איך האב עס געזאגט פאר אן אייניקל פון ר' ישעי' ווייס פון סאטמאר, האט ער מיר געזאגט אז דאס איז שטותים און זיין זיידע האט געהייסן ישעיהו מיט א וא"ו, והוסיף אז ר' ישעי'לע קעריסטירער האט אויך אזוי געהייסן, ושאלתי אותו מנין יודע, ואמר לי שהי' על קברו וראה את המצבה וכתוב שם ישעיהו עם וא"ו. ושאלתי אותו אולי כתיב ישעי' מיט אן אויבערשטרעכל, ואין להביא ראי' משם לשום צד, ואמר לא כי ראה בדיוק שכתוב שם עם וא"ן בפירוש. היות איך בין קיינמאל נישט געווען אין קעריסטיר האב איך נישט געקענט צוריק טענה'ן אבער ס'איז מיר געווען חידוש. אח"כ האב איך געקוקט אינעם ספר מופת הדור, ברענגט ער צוויי בילדער פון די אלטע מצבה פון ר' ישעי'לע שטייט דארט קלאר ישעיה ארויס געשריבן מיט א ה"א אן א וא"ו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 06, 2016 6:58 pm

ס'געווען אן אמורא רב ישעי'?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 06, 2016 7:42 pm

מיללער האט געשריבן:ס'געווען אן אמורא רב ישעי'?

דער סדר הדורות שרייבט "ר' ישעיה - תלמיד ר' חנינא בן דוסא כו'"
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג נובעמבער 06, 2016 7:43 pm

לכאורה האט ער געמאכט א טעות, אין בית שמואל שטייט דארט אז אין דברי הימים ווערט דערמאנט א ישעיה אן א וא"ו, און פארקערט דער נחלת שבעה שרייבט 'שלא נמצא בגמרא שום תנא או אמורא שנקרא בשם זה כלל' אינטרעסאנט איז נאר אז אין תוספתא מס' שביעית ווערט דערמאנט 'יהודה בן ישעיה'

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג נובעמבער 06, 2016 9:40 pm

לכאורה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ס'געווען אן אמורא רב ישעי'?

דער סדר הדורות שרייבט "ר' ישעיה - תלמיד ר' חנינא בן דוסא כו'"

גערעכט, אין די נייע נחלת שבעה האב איך יעצט באמערקט אז זיי האבן ציגעלייגט א שטיקל (זעהט אויס פון מהדורא בתרא)

Screenshot_2016-11-06-21-36-20-1.png

דער ילקוט איז דא אות קפז

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 12:01 pm

מען קען ביטע דעם שמועס פון נעמען אריבער פירן אין אשכול 'שמות אנשים' [דאכציך ס'עקזיסטירט עפעס אזא אשכול]
ביטע ממשיך זיין מיט די מצבות, [כ'ווארט אויף א פאר געוויסע מצבות בילדער]

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 6:42 pm

ראש פתוח האט געשריבן:ווי אזוי שטייט די נאמען פונען חזון איש אויף זיין מצבה, ישעיה אדער ישעיהו, און אויך ביי זיין טאטן'ס נאמען שמרי' אדער שמריהו?
צוגעלייגטע
IMG_0117.JPG

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 6:47 pm

.
צוגעלייגטע
IMG_0119.JPG

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 1:51 pm

מגליון דברי שי"ח (מהגר"ח קנייבסקי) פרשת לך לך
צוגעלייגטע
Capture.PNG

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1794
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 6:54 pm

גיהערט אמאל אז די ריכטיגע נאמען איז ישעיהו נאר מ'וייל נישט געבן פונקלעך כשם ישע' הנביא כיון שנרצח.
ביי אונז אין די משפחה איז דא די נאמען אין לעצטענס האט מען געטראפן די כתובה פון די זיידע, אין כהיום איז שוין טאקע דא א ישעיהו אין די משפחה

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 7:12 pm

אויף די מצבה פונם מעשי למלך אין ווייטצען שטייט זיין נאמען 'ישעיהו', אבער די אייניקלעך רופן זיך 'ישעיה'

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 7:35 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:גיהערט אמאל אז די ריכטיגע נאמען איז ישעיהו נאר מ'וייל נישט געבן פונקלעך כשם ישע' הנביא כיון שנרצח.
ביי אונז אין די משפחה איז דא די נאמען אין לעצטענס האט מען געטראפן די כתובה פון די זיידע, אין כהיום איז שוין טאקע דא א ישעיהו אין די משפחה

דאס ווערט געברענגט אין בית שמואל ווי מען האט שוין אויבען דערמאנט
ראספשע האט געשריבן:אויף די מצבה פונם מעשי למלך אין ווייטצען שטייט זיין נאמען 'ישעיהו', אבער די אייניקלעך רופן זיך 'ישעיה'


שטייט ישעי'
לעצט פאראכטן דורך פייערמאן אום מיטוואך נובעמבער 16, 2016 7:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

ישעיה או ישעיהו

תגובהדורך מאקאווער » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 7:37 pm

אין בית שמואל אין אבהע"ז ביי שמות גיטין שרייבט אז דער נאמען ישעי' קומט דייקא אהן א ו' צום סוף, און ער שרייבט אז די נאמען ווי מען נוצט היינט איז ישעיה און נישט ישעיהו.
און די הסבר דערצו איז, ווייל אפי' מגעפינט אין נ"ך אז דער נביא ישעיהו האט יא געהאט א ו' נאר ממש ווייניג פלעצער שטייט עס אן א ו', אבער למעשה די אלע וואס הייסן ישעי' איז דאס נישט די זעלבע נאמען ווי ישעי' הנביא ווייל מנשה האט עם געהרגעט מיט א מיתה קשה און סאיז ריע געווען מזלי', און די נאמען ישעיה איז אן אנדערע נאמען, אבער ער ברענגט אז סדא וואס האבן יא געהאלטן אז סקומט מיט א ו' ווייל די נאמען איז די זעלבע ווי דעם נביא, און ביי א גט שרייבט ער אז מדארף געבן צוויי גיטין איינס מיט א ו' און איינס אהן א ו'..


בית שמואל שמות אנשים ונשים

[ישעיה] בלא וי"ו אף על גב ישעיה הנביא כתיב בוי"ו ומעט מזעיר כתיב בלא וי"ו מ"מ אין רגילין לקרות בוי"ו ומצאתי בד"ה ישעיה ואינו ישעיה הנביא אלא ישעי' אחר וכתיב בלא וי"ו ומסתמא הנקראים ישעי' לא נקראים אחר ישעיה הנביא משום דריע מזליה דמנשה קטיל אותו במיתה קשה אלא נקראים אחר אותו ישעיה בד"ה ואותו כתיב בלא וי"ו כ"כ רש"ל ולעיל בשם גדלי' כתבתי דרב רמ"א ס"ל דנקרא אחר גדליה בן אחיקם אף על גב דריע מזלי' ונהרג וכן ס"ל בקיבץ דכותבין ישעי' בוי"ו כי מסתמא נקראו אחר ישעי' הנביא ובס"מ פסק מן הסתם יש ליתן שני גיטין אחד בוי"ו והשני בלא וי"ו ואם אומר דשמו בוי"ו או בלא וי"ו שומעין לו ושם שעיה עיין באות שין.


איבער דאס וואס מברענגט ראיות פון מציבות.. מהאט אלץ געוואוסט אז די מציבות קריצערס זענען נישט געווען די גרעסטע מר בר רב אשי'ס און סדא אסאך טעותים אויף מציבות און מקען נישט עכט ברענגען קיין ראיות דערפון.. אולי אז היינט צוטאגס איז אפשר אביסל אנדערש, אבער קיין ערנסטע ראי' איז דאס נישט לכאורה..

(יעצט באמערקט אז הרב פייערמאן האט עס שוין צוגעצייכנט)
צוגעלייגטע
ישעיה - ישעיהו.JPG
לעצט פאראכטן דורך מאקאווער אום מיטוואך נובעמבער 16, 2016 7:43 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 7:39 pm

פייערמאן האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אויף די מצבה פונם מעשי למלך אין ווייטצען שטייט זיין נאמען 'ישעיהו', אבער די אייניקלעך רופן זיך 'ישעיה'


שטייט ישעי'

קוק אין די חרוזים ס'הייבט זיך אן יעדע שורה מיט זיין נאמען, און ס'שטייט א שורה פאר אות וא"ו

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 8:27 pm

גערעכט, נישט באמערקט.

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 6:04 am

טאקע אינטרסאנט

ארום די זייגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » זונטאג נובעמבער 20, 2016 2:13 pm

אויף מיין זיידע ר' ישעי' בנעט זי"ע מציבה שטייט אויך ישעיהו

ציפקע
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » זונטאג נובעמבער 20, 2016 2:29 pm

אין זכרון לדוד פון ר' דוד פרענקל ברענגט ער אז דעם לעצטן יום כיפור האט מען אויפגערופן דעם חזון איש מיט יעמוד רבי אברהם ישעי' און דער חזון איש האט מגיב געווען אז ביים ברית האט מען מיר געגעבן דעם נאמען ישעיהו

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » זונטאג נובעמבער 20, 2016 3:53 pm

ציפקע האט געשריבן:אין זכרון לדוד פון ר' דוד פרענקל ברענגט ער אז דעם לעצטן יום כיפור האט מען אויפגערופן דעם חזון איש מיט יעמוד רבי אברהם ישעי' און דער חזון איש האט מגיב געווען אז ביים ברית האט מען מיר געגעבן דעם נאמען ישעיהו


צ"ל זכור לדוד
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
מענטשאלע
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:03 pm

הגאון רבי יעקב ישעי' בלויא זצ"ל בעל פתחי חושן פון ירושלים האט מקפיד געווען צו שרייבן ישעי' נישט ישעיהן, דאכט זיך מיר אז אזוי שטייט אויך אויף זיין מצבה.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 10:06 pm

אויב גיט מען ביים ברית "ישעיהו" הייסט מען אזוי, און אויב גיט מען "ישעיה" הייסט מען אזוי, א מענטש קען אפילו באשאפן נייע נעמען אויך, די גאנצע פראגע איז נאר וויאזוי מען זאל לכתחילה געבן, אבער אויב האט מען שוין געגעבן, איז אויס שאלה (לכאורה, חוץ אויב איך האב עפעס א טעות דא).

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 12:16 am

מפי בעל המעשה:
א איד מיט׳ן נאמען ירמי׳ האט געפרעגט בשנת תשי״ג מרן הק׳ מסאטמאר זצ״ל צי משרייבט ירמיה אדער ירמיהו.

שרייב ירמי-ה, אן א ואו. היתה התשובה קלאר און דייטליך.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט