וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 13, 2020 4:35 pm

קימפעטארין איז ריכטיג, ווייל דאס איז היינט אין באנוץ. איך ווייס נישט וועגן דעם מקור, אבער אויב וועסטו רעדן מקורית'דיג וועט מען נישט פארשטיין קיין ווארט וואס דו רעדסט.

מ'ניצט יא אפט "ארבייטער" פאר לשון רבים, הגם איך פארשטיי נישט פארוואס ס'איז אזוי.

פארהעלטעניס מיינט באצוג (פראפארשן?), און פארהעלטניסמעסיג מיינט געמאסטן אין באצוג צו עפעס אנדערש = די ארומיגע פאקטן (פראפארשענאל/רעלאטיוו). [ביטע אויסקלארן אויב איך בין ראנג]

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך מאי 13, 2020 5:23 pm

יישר כח
קיינמאל געוואוסט איבער דאס ווארט 'פארהעלטעניס' אליין. אבער פארהעלטניסמעסיג קלינגט אויך עפעס לענגער ווי וואס מ'שרייבט געווענליך. (פילייכט בין איך אומ-גערעכט - נישטא א ווארט אין אידיש פאר די פארקערט פון גערעכט?)

ס'איז אינטערעסאנט אז ארבייטער צו ארבעטער איז נישט סתם די אויסלייג וואס איז געטוישט, אזויווי נאך פילע ווערטער דאסגלייכן, נאר אויך ביים עס זאגן האבן די פריערדיגע ספעציעל געדרוקט דעם צירי ביים 'ארבייייייטער'.
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מיטוואך מאי 13, 2020 5:25 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:קימפעטארין איז ריכטיג, ווייל דאס איז היינט אין באנוץ. איך ווייס נישט וועגן דעם מקור, אבער אויב וועסטו רעדן מקורית'דיג וועט מען נישט פארשטיין קיין ווארט וואס דו רעדסט.

מ'ניצט יא אפט "ארבייטער" פאר לשון רבים, הגם איך פארשטיי נישט פארוואס ס'איז אזוי.

פארהעלטעניס מיינט באצוג (פראפארשן?), און פארהעלטניסמעסיג מיינט געמאסטן אין באצוג צו עפעס אנדערש = די ארומיגע פאקטן (פראפארשענאל/רעלאטיוו). [ביטע אויסקלארן אויב איך בין ראנג]

קימפעטארין איז זיכער ריכטיג, ווי דו שרייבסט. כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון דער השערה אז ס'קומט פון קינדבעטארין, און ס'איז מסתמא נישט אמת, ווייל אין דייטש זאגט מען אויך "קימפיטאַרין" (מיט אן F).

ארבייטער/ארבעטער האט זאג א גוטס געשריבן פארקערט ווי דיר, אז מיט אן ע' איז פאר א רבים. לכאורה איז עס דאס זעלבע ווארט נאר אין אן אנדערן דיאלעקט. היינט שרייבט מען איין ארבעטער און צוויי ארבעטערס.

פארהעלטניס האב איך קיינמאל נישט געהערט אז ס'מיינט אין באצוג, אבער ס'שטימט. דאכט זיך אז פראפארציע קומט נישט דא אריין. דאס ענגלישע ווארט פאר פארהעלטניסמעסיג איז relatively.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 13, 2020 6:48 pm

גרשון האט געשריבן:[quote="קלאָצקאָפּ"היינט שרייבט מען איין ארבעטער און צוויי ארבעטערס.

היינט שרייבט מען אויך איין ברודער און צוויי ברודערס...

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מיטוואך מאי 13, 2020 6:53 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:[quote="קלאָצקאָפּ"היינט שרייבט מען איין ארבעטער און צוויי ארבעטערס.

היינט שרייבט מען אויך איין ברודער און צוויי ברודערס...

כ'האף דו ביסט מיך נישט חושד אז כ'שרייב "ברודערס".

"היינט" האב איך געמיינט אז אזוי דארף מען שרייבן, און ליתר שאת אויב וועט זיך איינער ווילן דינגען אז ער האט געזען אנדערש, איז על כל פנים היינט אזוי אנגענומען. אבער באמת ווייס איך נישט צי ס'האט בכלל אמאל עקזיסטירט אין סיי וועלכן דיאלעקט א חילוק פון יי מיט ע' פאר לשון רבים/יחיד.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך מאי 13, 2020 6:55 pm

אנשטאט ברידער?
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך מאי 13, 2020 6:58 pm

און וואס (האט גע)מיינט ארבעטארער?
דער וואס ארבעט ביטער שווער?...
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מיטוואך מאי 13, 2020 7:03 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:אנשטאט ברידער?

יא.

ארבעטארער איז אויך א ווארט. כ'כאפ נישט פונקטליך וואס ס'איז אנדערש פון ארבעטער. כ'מיין אז דאס ווארט זיצט שוין מושב זקנים.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 13, 2020 7:05 pm

כ'געדענק ווען כ'האב עס געהערט אלס קינד אויף די שמע בני טעיפס. ס'האט מיר גענומען אפאר יאר צו כאפן אז מ'רעדט פון א פשוט'ן ארבעטער...

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג מאי 14, 2020 12:52 am

דגים ועובדים דין אחד כדין מאה, איין פיש, הונדערט פיש, איין ארבעטער, צוויי ארבעטער.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג מאי 14, 2020 12:31 pm

חלב ישראל האט געשריבן:דגים ועובדים דין אחד כדין מאה, איין פיש, הונדערט פיש, איין ארבעטער, צוויי ארבעטער.

פיש יא, ארבעטער נישט.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 14, 2020 1:17 pm

ארבעטער אויך.

און דאס זעלבע מיט נאך ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט 'ער'.

איין שרייבער, צוויי שרייבער.
איין אראבער, צוויי אראבער.
איין ברודער, צוויי ברידער.
א ים-טוכער, צוויי ים-טיכער

היינט איז שוין דא וואס שרייבן יא מיט א ס' צום סוף, אבער ארגינעל אידיש קומט נישט אזוי.
אסדר פאר ראש הקהל!!

אינדראסירט דורך פעיק ניוז

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג מאי 14, 2020 2:01 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ארבעטער אויך.

און דאס זעלבע מיט נאך ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט 'ער'.

איין שרייבער, צוויי שרייבער.
איין אראבער, צוויי אראבער.
איין ברודער, צוויי ברידער.
א ים-טוכער, צוויי ים-טיכער

היינט איז שוין דא וואס שרייבן יא מיט א ס' צום סוף, אבער ארגינעל אידיש קומט נישט אזוי.

אמת, אבער מ'שרייבט שוין זייער לאנג מיט א ס'. על כל פנים מ'קען עס נישט אנרופן גרייזיג; ס'ווענדט זיך אויך ווי א ווארט.

זע אויך דעם פארשטויבן אשכול.

טוכער/טיכער מיינסטו מסתמא טויכער.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך א מחי' » דאנארשטאג מאי 14, 2020 4:10 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ארבעטער אויך.

און דאס זעלבע מיט נאך ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט 'ער'.

איין שרייבער, צוויי שרייבער.
איין אראבער, צוויי אראבער.
איין ברודער, צוויי ברידער.
א ים-טוכער, צוויי ים-טיכער

היינט איז שוין דא וואס שרייבן יא מיט א ס' צום סוף, אבער ארגינעל אידיש קומט נישט אזוי.

ויהי לי שור וחמור פ' וישלח עי' פירש"י דרך ארץ לומר על שורים הרבה שור וכו'

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג מאי 14, 2020 5:47 pm

א מחי' האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ארבעטער אויך.

און דאס זעלבע מיט נאך ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט 'ער'.

איין שרייבער, צוויי שרייבער.
איין אראבער, צוויי אראבער.
איין ברודער, צוויי ברידער.
א ים-טוכער, צוויי ים-טיכער

היינט איז שוין דא וואס שרייבן יא מיט א ס' צום סוף, אבער ארגינעל אידיש קומט נישט אזוי.

ויהי לי שור וחמור פ' וישלח עי' פירש"י דרך ארץ לומר על שורים הרבה שור וכו'

קומט נישט אריין דא.

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » מאנטאג מאי 18, 2020 8:45 pm

גרשון האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:דגים ועובדים דין אחד כדין מאה, איין פיש, הונדערט פיש, איין ארבעטער, צוויי ארבעטער.

פיש יא, ארבעטער נישט.

קומט נישט געשריבן ארבייטער ?

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3724
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג מאי 18, 2020 9:05 pm

ארבייטער (לויט די אלטע ביכער וואס מ'האמיר געלעזט) איז אן איינגעשטעלטער. בשעת א ארבעטער איז מער געווען אויף א פאכמאן
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג מאי 18, 2020 9:56 pm

ארבייטער הערט זיך מער רוסיש-ליטוויש, איך גלייב נישט אז דו האסט געזעהן א גאליציאנער שרייבער אזוי ארוישרייבן דאס ווארט (אפשר יא?).

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג מאי 19, 2020 12:08 am

צו געזונט האט געשריבן:ארבייטער (לויט די אלטע ביכער וואס מ'האמיר געלעזט) איז אן איינגעשטעלטער. בשעת א ארבעטער איז מער געווען אויף א פאכמאן

יישר כח.
אינטערעסאנט כ'האב עס קיינמאל נישט אין אכט גענומען.

מערערע איינגעשטעלטע זאגט מען מסתמא ארבייטער, נישט ארבייטערס, אזויווי גרשון'ס פריערדיגע כלל,
ריכטיג ?

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג מאי 19, 2020 12:45 am

קענטאקי האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:ארבייטער (לויט די אלטע ביכער וואס מ'האמיר געלעזט) איז אן איינגעשטעלטער. בשעת א ארבעטער איז מער געווען אויף א פאכמאן

יישר כח.
אינטערעסאנט כ'האב עס קיינמאל נישט אין אכט גענומען.

מערערע איינגעשטעלטע זאגט מען מסתמא ארבייטער, נישט ארבייטערס, אזויווי גרשון'ס פריערדיגע כלל,
ריכטיג ?

די חילוק פון צו געזונט איז לכאורה נישט ריכטיג. פארוואס לכאורה? ווייל צו מיר מאכט עס נישט קיין סענס.

די חילוק פון גרשון איז יא ריכטיג לגבי יחיד ורבים, אבער היינט איז מען נישט מקפיד אויף דעם, ווי חלב שרייבט:

חלב ישראל האט געשריבן:ארבייטער הערט זיך מער רוסיש-ליטוויש, איך גלייב נישט אז דו האסט געזעהן א גאליציאנער שרייבער אזוי ארוישרייבן דאס ווארט (אפשר יא?).

פארקערט, איך קען עס פון גאליציאנע שרייבער. אבער די אונגארישע נוצן עס זיכער נישט.
אסדר פאר ראש הקהל!!

אינדראסירט דורך פעיק ניוז

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג מאי 19, 2020 1:37 am

ארבייטער איז זיכער א געהעריגער ווארט.
כמעט זיכער אז מעלות באנוצט זיך דערמיט.
די חילוק פון צו געזונט מאכט גראדע אסאך סענס, כ'בין נאר נייגעריג אין א מקור.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3724
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מאי 19, 2020 8:47 am

דאס איז זיכער אז די לשון יחיד ורבים איז געווען די זעלבע.
א איננצעלנער ארבעטער און צענדליגער, אדער גאר הונדערטער ארבעטער
בוי זיך זעלבסט

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג מאי 19, 2020 9:28 am

קענטאקי האט געשריבן:די חילוק פון צו געזונט מאכט גראדע אסאך סענס, כ'בין נאר נייגעריג אין א מקור.

די טייטש פון ארבייטער/ארבעטער מיינט איינגעשטעלטער (אדער אנגעשטעלטער...). פארוואס זאל די ע' טוישן צו סעלף עמפלויעד אדער א פראפעסיאנאל?
אסדר פאר ראש הקהל!!

אינדראסירט דורך פעיק ניוז

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג מאי 19, 2020 9:31 am

צו געזונט האט געשריבן:דאס איז זיכער אז די לשון יחיד ורבים איז געווען די זעלבע.
א איננצעלנער ארבעטער און צענדליגער, אדער גאר הונדערטער ארבעטער

זיכער? איז דא א מעגליכקייט אז אנדערע האלטן אנדערש?

איך שרייב אלץ ארבעטער, נישט קיין חילוק יחיד ורבים. אבער אנדערע האבן יא דעם חילוק.
אסדר פאר ראש הקהל!!

אינדראסירט דורך פעיק ניוז

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3724
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מאי 19, 2020 9:34 am

יא...
און לגבי ארבייטער/ארבעטער. האמיר געזעהן זוין אלע סארטען. סיי וואס איך האב אויבען ערווענט, ווי אויך די לשון יחיד ורבים. אלזא, עס האט נישט "היינט צוטאג" קיין עכטע צווישנשייד
בוי זיך זעלבסט


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט