וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 06, 2018 9:40 am

והמבין יבין האט געשריבן:
קוגל מיט פיקל האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען אין אידיש "אתר הבניה"?
קאנסטראקשן זייט?
קאנסטראציע זייט?
אין קאנסטראקציע בכלל א אידישע ווארט?

קאנסטראקציע איז נישט אידיש
בעסער איז שוין ארבעט'ס זאנע

אויב איז 'זאנע' אידיש איז קאנסטראקציע אויך....

מ'קען טוישן זאנע צו 'ארט', קאנסטראקציע ארט.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20427
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 06, 2018 9:43 am

קאנסטרוקציע איז "נישט" אידיש, ניין, אמעריקאניזירטע אויך נישט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 06, 2018 9:45 am

farshlufen האט געשריבן:קאנסטרוקציע איז "נישט" אידיש, ניין, אמעריקאניזירטע אויך נישט.

ס'איז א נאמען פון א פעולה וואס האט נישט קיין אידישער אפטייטש. אזוי ווי שכן איז אידיש...
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20427
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 06, 2018 9:48 am

אין אידיש שרייבט מען בוי-ארבייט, אויב וויל מען נוצן די ענגלישע אויסדרוק זאגט מען "קאנסטראקשען", ווידעראום די ווארט "קאנסטראקציע" נוצט מען נישט אין קיין איינע פון די צוויי שפראכן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

תגובהדורך והמבין יבין » פרייטאג יולי 06, 2018 10:31 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
והמבין יבין האט געשריבן:
קוגל מיט פיקל האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען אין אידיש "אתר הבניה"?
קאנסטראקשן זייט?
קאנסטראציע זייט?
אין קאנסטראקציע בכלל א אידישע ווארט?

קאנסטראקציע איז נישט אידיש
בעסער איז שוין ארבעט'ס זאנע

אויב איז 'זאנע' אידיש איז קאנסטראקציע אויך....

מ'קען טוישן זאנע צו 'ארט', קאנסטראקציע ארט.

ליין נאכמאל איך האב נישט געזאגט אז זאנע איז יודיש כאב געשריבן בעסעררררר
קאנסטראקציע איז אבסלוט נישט יודיש

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » פרייטאג יולי 06, 2018 11:01 am

בס"ד

זייער פשוט, "בוי פלאץ."

חוץ אויב מ'וויל דערמאנען די אפיציעלע האנדלס נאמען דערפון, למשל בשייכות מיט'ן "קאנסטראקשען סייט מענעדזשער," נוצט מען די פארמאלע האנדל נאמען, "קאנסטראקשען סייט," וכאמור.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » מאנטאג יולי 09, 2018 6:05 pm

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען אין אידיש "אתר הבניה"?
קאנסטראקשן זייט?
קאנסטראציע זייט?
אין קאנסטראקציע בכלל א אידישע ווארט?

נארוואס באמערקט....
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (40.73 KiB) געזעהן 1052 מאל
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 09, 2018 6:49 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

זייער פשוט, "בוי פלאץ."

חוץ אויב מ'וויל דערמאנען די אפיציעלע האנדלס נאמען דערפון, למשל בשייכות מיט'ן "קאנסטראקשען סייט מענעדזשער," נוצט מען די פארמאלע האנדל נאמען, "קאנסטראקשען סייט," וכאמור.

אזוי שרייבסטו טאקע? בוי ארט? קיינער שרייבט נישט היינט אזוי.

דער איד איז אגב לעצטנס פול מיט ענגליש, די וואך באמערקט עטליכע ווערטער. טאילאנד הייל "נעטווארק", די "פראנט יארד" פונעם טורמע. און נאך. ס'איז ממש שרעקליך צו ליינען.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » מאנטאג יולי 09, 2018 8:28 pm

ווי אזוי זאגט מען "מעניו" אין אידיש?

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » מאנטאג יולי 09, 2018 8:31 pm

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען "מעניו" אין אידיש?

אויסוואל
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7177
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג יולי 09, 2018 8:40 pm

farshlufen האט געשריבן:זייט? וואס האט דאס מיט site?

ע"ע וועבזייטל :P
וואו איז דָוִי? אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר זיבנבערגן הי"ו!

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יולי 09, 2018 11:40 pm

WEBSITE איז נישט זייט, א סייט איז א ארט. ע"ע WORKSITE, די זעלבע מיט א וועבסייט, איז א ארט וואס שפינט צוזאם זאכען
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג יולי 10, 2018 10:23 am

ווי אזוי זאגט מען "מקיז דם" אין קורצען אן קיין לאנגע אריכות און די עולם זאלן פארשטיין וואס מ'וויל
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג יולי 10, 2018 10:25 am

שטעלן באנקעס...
מעדיצינישע בלוט צאפן
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג יולי 10, 2018 10:29 am

האסט עפעס מער פשוט'ער לדוגמה 'נעמען פון זיך בלוט' וכדומה
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יולי 10, 2018 10:38 am

צו געזונט האט געשריבן:WEBSITE איז נישט זייט, א סייט איז א ארט. ע"ע WORKSITE, די זעלבע מיט א וועבסייט, איז א ארט וואס שפינט צוזאם זאכען

א זייט איז א ארט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 5:46 pm

ווי אזוי רופט מען א משפך אין אידיש?

משפך.PNG
משפך.PNG (408.39 KiB) געזעהן 878 מאל
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 5:47 pm

טראכטער
בוי זיך זעלבסט

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 6:07 pm

ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 6:29 pm

א פאנעל
איך בין נישט קיין שרייבער, ניין ניין!!!

טשוכעפאכע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 05, 2011 5:25 am

תגובהדורך טשוכעפאכע » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:21 pm

שמו האט געשריבן:ווי אזוי רופט מען א משפך אין אידיש?

משפך.PNG

א לייקע

טשוכעפאכע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 05, 2011 5:25 am

תגובהדורך טשוכעפאכע » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:29 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען "מקיז דם" אין קורצען אן קיין לאנגע אריכות און די עולם זאלן פארשטיין וואס מ'וויל

שטעלן ביינקעס איז 'כוסות רוח', וואס מען פלעגט אמאל מאכן איינעם וואס האט א לונגען ענטצינדונג. מען האט גענומען א גלאז און אריינגעגאסן אביסל ספירט און עס אנגעצונדן מיט פייער און עס איבערגעקערט און אנגעקלעבט אויפן רוקן פון דעם קראקנקן. אזוי נאך גלעזער ביז עס האט זיך אונטער די געלעזר באוויזן גאר רויטע פלייש, און אזוי, האט מען אמאל געהאלטן, ציהט עס ארויס די ענטצידונג.

טשוכעפאכע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 05, 2011 5:25 am

תגובהדורך טשוכעפאכע » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:38 pm

אוי וויי טאטע האט געשריבן:'כאראקטער' איז עפעס מער אויף 'הרגשים', "מהות-וועזן" איז מער אויפן עצם מציאות,
אזוי טראכט איך...

מהות איז אייגנטומלעכקייט

טשוכעפאכע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 05, 2011 5:25 am

תגובהדורך טשוכעפאכע » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:42 pm

שמו האט געשריבן:איך ווייס נישט, עפעס בין איך אום רואיג צו שרייבן אויף א צעטל

פאר אזעלכע וואס קענען גוט איבערצייגן

(בעברית כותבים, מיוחד לבעלי כושר שיכנוע) ס'ליינט זיך איידעלער בעלי כושר שיכנוע ווי קענען גוט איבערצייגן, איך ווייס נישט פארוואס, אבער אזוי שפיר איך קען זיין איך חלום

כושר שיכנוע = איבערצייגונג פעאיגקייט

טשוכעפאכע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 05, 2011 5:25 am

תגובהדורך טשוכעפאכע » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:48 pm

צו געזונט האט געשריבן:יעמאלט!! ווארשיינליך א פארקירצערונג פון דענסטמאל/דאן

עס זענען אויך דא אזעלכע וואס זאגן: יענצמאל.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט