וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מחנך ב2018
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » מוצ"ש פאברואר 17, 2018 10:22 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:כ'וויל באמת וויסן, די ווארט קיפעלע איז יודיש אונגאריש צו גאר לשון הקודש.
מ'רופט עס ראגעלעך, און וואס איז ראגעלעך יודיש צו גאר א אנדערע שפראך.

ס'מיטדיר?! :roll: קיפעלעך איז קיפעלעך און ראגעלעך איז ראגעלעך.

דאס איז א קיפעלע:
רוגלך.jpg

און דאס איז א ראגעלע:
freshly-baked-cinnamon-buns-spices-cocoa-filling-homemade-baking-close-up-kanelbulle-swedish-dessert-sweet-pastry-81862664.jpg

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מוצ"ש פאברואר 17, 2018 11:29 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:כ'וויל באמת וויסן, די ווארט קיפעלע איז יודיש אונגאריש צו גאר לשון הקודש.
מ'רופט עס ראגעלעך, און וואס איז ראגעלעך יודיש צו גאר א אנדערע שפראך.

ס'מיטדיר?! :roll: קיפעלעך איז קיפעלעך און ראגעלעך איז ראגעלעך.

דאס איז א ראגעלע:
רוגלך.jpg

און דאס איז א קיפעלע (מסתם א אידישע ווארט, אולי געבויעט אויף קאפעלע ווייל עס זעט אויס ווי א קאפל...):
freshly-baked-cinnamon-buns-spices-cocoa-filling-homemade-baking-close-up-kanelbulle-swedish-dessert-sweet-pastry-81862664.jpg


אין מיין משפחה רופט מען עס פונקט פארקערט.
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 18, 2018 11:31 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:כ'וויל באמת וויסן, די ווארט קיפעלע איז יודיש אונגאריש צו גאר לשון הקודש.
מ'רופט עס ראגעלעך, און וואס איז ראגעלעך יודיש צו גאר א אנדערע שפראך.

ס'מיטדיר?! :roll: קיפעלעך איז קיפעלעך און ראגעלעך איז ראגעלעך.

דאס איז א ראגעלע:
רוגלך.jpg

און דאס איז א קיפעלע (מסתם א אידישע ווארט, אולי געבויעט אויף קאפעלע ווייל עס זעט אויס ווי א קאפל...):
freshly-baked-cinnamon-buns-spices-cocoa-filling-homemade-baking-close-up-kanelbulle-swedish-dessert-sweet-pastry-81862664.jpg

דאכט זיך אז פארקערט ,
די אויבירשטע איז א קיפעלע
אינטירשטע א ראגעלע.
זוי מיין איך..
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » זונטאג פאברואר 18, 2018 12:04 pm

און מעגליך איינער ווייס פון וואו קומט די שורש פונעם ווארט קיפעלע? ווייל ס'שמעקט נישט קיין נאטורליכע יודישע ווארט, אדער אונגאריש דויטש אדער פון לשון הקודש עפעס ווי קיפל. כפול.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג פאברואר 18, 2018 12:22 pm

דאנציגער האט געשריבן:און מעגליך איינער ווייס פון וואו קומט די שורש פונעם ווארט קיפעלע? ווייל ס'שמעקט נישט קיין נאטורליכע יודישע ווארט

, אדער אונגאריש דויטש אדער פון לשון הקודש עפעס ווי קיפל. כפול.

וואס מיינט דאס נאטורליכע יודישע ווארט
אידיש איז א שפראך פאר זיך? איך האב אלעמאל געמיינט אז דאס איס איז א פערהרגערטער געמויזעכץ פון דעם לאנדס שפראך
מיין טאטע ע"ה האט געניצט בארכעס צו לחם משנה, און ציזאם גענימען דאס ברעזיל
(זכרון ברעקעלעך) מיט א לעפיל
מיין באבע ע"ה האט צו ד' כוסות געטרינקען צוועבען זאפט
(איך ג'דענק נישט קיין האלאפטשעס, וויקעלעך געפילט קרויט ג'דענק איך יא
קושקע געדענק איך נישט געפילט העלזיל יא
פסח פלעגט די באבע מאכען גורקען מיט ציטראן שטאט עסיג, און אויך צוויקעל מיט קריין
Potato קרומפירען
Pears בירען נישט בארען
Oranges נארנאזשען נישט פאמאראנצען
Tomato פאראדייס
carrots געלבע ריבען ניט מייערען
נעגעל וואסער האט מען זיך אפגעגאסען אריין איו א לעוואר
א טיר האט ג'האט א קילינטש נישט א קליאמקע
בשמים און רמבעה"נ געלט האט מען געהאלטען אין א ביקסעל נישט א פושקע

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » זונטאג פאברואר 18, 2018 3:31 pm

האקערל - stool

אוועטאר
געשיקטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג פאברואר 18, 2018 3:56 pm

אין : האט איר אמאל מיטגעהאלטן א מופת ערשטהאנטיג?

דאנציגער האט געשריבן:
מיין זון איז געבוירן מיט'ן ברכה פונעם היינטיגער רבי זז''ג - קלאר בלי ספק


די ברכה איז מיטגעקומען מיט אים? וואס איז דער מופת?

פאר אזא אידיש גראמאטיקער ווי די פאסט "איז געבוירן פון \ וועגען\ דורך א ברכה,,"
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 250 ??

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » זונטאג פאברואר 18, 2018 5:36 pm

געשיקטער האט געשריבן:אין : האט איר אמאל מיטגעהאלטן א מופת ערשטהאנטיג?

דאנציגער האט געשריבן:
מיין זון איז געבוירן מיט'ן ברכה פונעם היינטיגער רבי זז''ג - קלאר בלי ספק


די ברכה איז מיטגעקומען מיט אים? וואס איז דער מופת?

פאר אזא אידיש גראמאטיקער ווי די פאסט "איז געבוירן פון \ וועגען\ דורך א ברכה,,"

די ברכה איז מיטגעקומען מיט מיין זון, אויף נאך זאכן, וואס זענען געווען זייער שווער, און מיין זון איז א ברכה פאר זיך, ער האט אין זיך א ברכה וואס איך האב שוין געזען עטליכע מאל, און דער רבי אליינס האט מיר אמאל געזאגט אין א געלעגנהייט ווען כ'האב מיך באקלאגט וועגן עפעס. האט ער מיר געוויזן אויף מיין בחור'ל איר זעט דאס טייטש טוב, וואס דארפט איר מער?
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

ODOM
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » דינסטאג פאברואר 20, 2018 2:17 am

אדער יא האט געשריבן:מרכז - אינדערמיט, איז נישט לשה"ק ?


"מרכז - מלה ערבית, העתקנוה אל לשוננו לצרכנו אליה, והיא שם לנקודה האמצעית שבתוך העגולה אשר כל הקוים היוצאים ממנה אל אי זה חלק שיהיה מן הקו הסובב בעגולה כולם שווים." (ר' שמואל אבן תבון, 'פירוש המילות הזרות', לספר מורה נבוכים)
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג פאברואר 20, 2018 6:47 am

און פערנייט דאס העלזל מיט צווירען...

קיקיון האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:און מעגליך איינער ווייס פון וואו קומט די שורש פונעם ווארט קיפעלע? ווייל ס'שמעקט נישט קיין נאטורליכע יודישע ווארט

, אדער אונגאריש דויטש אדער פון לשון הקודש עפעס ווי קיפל. כפול.

וואס מיינט דאס נאטורליכע יודישע ווארט
אידיש איז א שפראך פאר זיך? איך האב אלעמאל געמיינט אז דאס איס איז א פערהרגערטער געמויזעכץ פון דעם לאנדס שפראך
מיין טאטע ע"ה האט געניצט בארכעס צו לחם משנה, און ציזאם גענימען דאס ברעזיל
(זכרון ברעקעלעך) מיט א לעפיל
מיין באבע ע"ה האט צו ד' כוסות געטרינקען צוועבען זאפט
(איך ג'דענק נישט קיין האלאפטשעס, וויקעלעך געפילט קרויט ג'דענק איך יא
קושקע געדענק איך נישט געפילט העלזיל יא
פסח פלעגט די באבע מאכען גורקען מיט ציטראן שטאט עסיג, און אויך צוויקעל מיט קריין
Potato קרומפירען
Pears בירען נישט בארען
Oranges נארנאזשען נישט פאמאראנצען
Tomato פאראדייס
carrots געלבע ריבען ניט מייערען
נעגעל וואסער האט מען זיך אפגעגאסען אריין איו א לעוואר
א טיר האט ג'האט א קילינטש נישט א קליאמקע
בשמים און רמבעה"נ געלט האט מען געהאלטען אין א ביקסעל נישט א פושקע
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב... דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג מארטש 08, 2018 4:42 pm

ווי אזוי שרייבט מען אין אידיש: פיס אדער פוס?
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג מארטש 08, 2018 4:59 pm

לויט די מעלות "פוס"
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג מארטש 08, 2018 5:01 pm

בל' יחיד: פוס, בל' רבים: פיס.

און דאס זעלבע איז מיט זון/זין, שוך/שיך, ועוד.

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » פרייטאג מארטש 09, 2018 4:56 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:בל' יחיד: פוס, בל' רבים: פיס.

און דאס זעלבע איז מיט זון/זין, שוך/שיך, ועוד.

מקור פליז
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 11, 2018 4:38 pm

דאנציגער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:בל' יחיד: פוס, בל' רבים: פיס.

און דאס זעלבע איז מיט זון/זין, שוך/שיך, ועוד.

מקור פליז


אז ס'איז אנגענומען אזוי איז גענוג מקור, אבער עמיצער האט מיר דאס געשיקט אין אישי.
קליק אויף דעם ספיקער

https://translate.google.com/#en/de/foot%0Afeet

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מארטש 11, 2018 6:09 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:בל' יחיד: פוס, בל' רבים: פיס.

און דאס זעלבע איז מיט זון/זין, שוך/שיך, ועוד.

מקור פליז


אז ס'איז אנגענומען אזוי איז גענוג מקור, אבער עמיצער האט מיר דאס געשיקט אין אישי.
קליק אויף דעם ספיקער

https://translate.google.com/#en/de/foot%0Afeet

נישט א 100% ראי'
פריוו מיט שיך און זין
https://translate.google.com/#en/de/one ... wo%20shoes

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 11, 2018 6:16 pm

קיקיון האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:בל' יחיד: פוס, בל' רבים: פיס.

און דאס זעלבע איז מיט זון/זין, שוך/שיך, ועוד.

מקור פליז


אז ס'איז אנגענומען אזוי איז גענוג מקור, אבער עמיצער האט מיר דאס געשיקט אין אישי.
קליק אויף דעם ספיקער

https://translate.google.com/#en/de/foot%0Afeet

נישט א 100% ראי'
פריוו מיט שיך און זין
https://translate.google.com/#en/de/one ... wo%20shoes

פארוואס נישט גיין מיט אידיש?

https://translate.google.com/#en/yi/one ... wo%20shoes

אין דיפאולט טייטשט ער "צוויי קינדער", אבער זיין צווייטע אפציע איז "זין".

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב... דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » זונטאג מארטש 11, 2018 7:04 pm

ווי אזוי שרייבט מען "שכיח" אין אידיש און וואס איז איר באדייט.
טרעפליך?
צוגעלייגטע
שכיח'דיג.JPG
שכיח'דיג.JPG (11.74 KiB) געזעהן 813 מאל
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מארטש 11, 2018 8:57 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן: פארוואס נישט גיין מיט אידיש?

https://translate.google.com/#en/yi/one ... wo%20shoes

אין דיפאולט טייטשט ער "צוויי קינדער", אבער זיין צווייטע אפציע איז "זין".


זעסט נישט וויפיל מען קען בויען אויף דעם אידישען GOOGLE ? עס קומט מיט א giggle

איינער שוך צוויי שיכלעך
וואס טוט דארט דער ר ?
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום זונטאג מארטש 11, 2018 9:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג מארטש 11, 2018 9:01 pm

משה כהן האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען "שכיח" אין אידיש און וואס איז איר באדייט.
טרעפליך?

אפט באנוצט
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » דינסטאג מארטש 13, 2018 7:15 pm

משה כהן האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען "שכיח" אין אידיש און וואס איז איר באדייט.
טרעפליך?

טרעפליך איז מלשון 'גוט צוגעטראפן' כמו 'די פשט איז געווען טרעפליך' אפשר טרעפבאר?
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב... דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » דינסטאג מארטש 13, 2018 10:16 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען "שכיח" אין אידיש און וואס איז איר באדייט.
טרעפליך?

אפט באנוצט

טא, פארוואס שטייט נישט "אפט באניצט"?!...
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

בינגא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 12:54 pm

תגובהדורך בינגא » מיטוואך מארטש 14, 2018 11:05 am

וויאזוי זאגט מען אין אידיש conversion ?

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » מיטוואך מארטש 14, 2018 11:18 am

פארוואנדלען.
לכאורה קומט האנדל און ״וואנדל״ אויך פון דעם, ארומדרייען מיט געלט אדער סחורה.

בינגא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 12:54 pm

תגובהדורך בינגא » מיטוואך מארטש 14, 2018 11:24 am

איך האב געהאט א קאנוועסעישאן מיט יענקל, טייטשט פארוואנדלען?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט