וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג פאברואר 06, 2018 7:50 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איינער ווייסט ווי אזוי מען זאגט אויף ענגליש "פארגינען" אדער "אומפארגינער"?

שוין אויסגעקייט געווארן כמ"פ, נישטא קיין ריכטיגער אפטייטש.

אין עברית זאגט מען אויך פארגין, גענומען פון אידיש..
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » דינסטאג פאברואר 06, 2018 9:32 pm

כאטש ס'באקאנט אז ס'נישטא קיין געהעריגע ווארט אין ענגליש אויף פארגינען, האב איך לעצטענס עפעס אויסגעקנעטן מיט א ענגליש קענער. אבער... כ'האב שוין פארגעסן... וויי וויי מ'ווערט עלטער... וויי וויי
אדרבה, ווער קען עפעס אויסזויגן לטובת די ענגליש רעדנדע נשמות..
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:33 pm

משה כהן האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איינער האט געזאגט אז יא?

ניין, אבער צו מאכן אזא מצב פון אזא ווארט איז שוין עפעס אויסערליך....
ממילא 'ריעל עסטעיט' וכדומה (וואס איז אין ענגליש) פאסט נישט אזוי אריין אין א אידישע ארטיקל... אבער משכנע זיין איז נישט געפערליך.

ר' משה כהן, פון אייער שרייבן זעהט זיך אויס אז איר זענט אן ארץ-ישראל'דיגער, און איר ליינט ווערק געשריבן און העברעאיש, דעריבער זענט איר באקוועם מיטן 'משכנע זיין', און אומבאקוועם מיטן 'ריעל עסטעיט', הוי יודע, אז אין אמעריקע איז פונקט פארקערט.

זאת ועוד, אז דער גאנצער אשכול איז ספעציעל געמאכט פאר די וואס ווילן זיך אויסלערנען אידיש, בעיקר צוליב האבי (ווי אזוי זאגט מען עס אין אידיש?) און נישט פאר די וואס זוכן וויאזוי צושרייבן.
לויט אייך וואלט מען געקענט ארויסשניידן א ריזן חלק פונעם אשכול.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 1:01 am

משה כהן האט געשריבן:גארנישט וועט נישט געשען אז מען וועט ניצן די ווארט 'משכנע זיין' און א אידישע ארטיקל...

דאכט זיך מיר אז שכנוע איז ניטאמאל אויף לשון הק'
אויף העבערעאיש וויל מען דאך נישט
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 2:02 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איינער ווייסט ווי אזוי מען זאגט אויף ענגליש "פארגינען" אדער "אומפארגינער"?

שוין אויסגעקייט געווארן כמ"פ, נישטא קיין ריכטיגער אפטייטש.

אין עברית זאגט מען אויך פארגין, גענומען פון אידיש..


זעהט אויס אז פארגינען איז א אידישע זאך......
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 5:30 am

ווי זאגט מען אין אידיש?
"מאכט א\מאכט נישט קיין סענס"
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך פאברואר 07, 2018 6:24 am

זענדל האט געשריבן:ווי זאגט מען אין אידיש?
"מאכט א\מאכט נישט קיין סענס"

לייגט זיך נישט אויפן שכל
וואס?? נעילה, מנחה, האסט שוין געדאווענט מנחה?
(קרעדיט ארי אבראמאוויטש @מסטעריע)

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך פאברואר 07, 2018 7:41 am

זענדל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איינער ווייסט ווי אזוי מען זאגט אויף ענגליש "פארגינען" אדער "אומפארגינער"?

שוין אויסגעקייט געווארן כמ"פ, נישטא קיין ריכטיגער אפטייטש.

אין עברית זאגט מען אויך פארגין, גענומען פון אידיש..


זעהט אויס אז פארגינען איז א אידישע זאך......


אומפארגינער = דזשעלעס.
מקנא זיין = איי ענווי הים

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך פאברואר 07, 2018 7:42 am

מקווה איד האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:ווי זאגט מען אין אידיש?
"מאכט א\מאכט נישט קיין סענס"

לייגט זיך נישט אויפן שכל

אדער קען מען זאגן:
נישט קיין מילתא בטעמא.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך פאברואר 07, 2018 7:45 am

מצלמה האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:ווי זאגט מען אין אידיש?
"מאכט א\מאכט נישט קיין סענס"

לייגט זיך נישט אויפן שכל

אדער קען מען זאגן:
נישט קיין מילתא בטעמא.

דאס איז שוין נישט אידיש
וואס?? נעילה, מנחה, האסט שוין געדאווענט מנחה?
(קרעדיט ארי אבראמאוויטש @מסטעריע)

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 8:37 am

מקווה איד האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:ווי זאגט מען אין אידיש?
"מאכט א\מאכט נישט קיין סענס"

לייגט זיך נישט אויפן שכל

אדער קען מען זאגן:
נישט קיין מילתא בטעמא.

דאס איז שוין נישט אידיש

כ'קען נישט קיין ענגליש, ס'איז מיר אינטרעסאנט וואס מיינט ס'מאכט יא\נישט קיין סענס אויף וועלכן משקל איז דאס?
(איר פארשטייט מיין שאלה?)
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך פאברואר 07, 2018 9:26 am

מצלמה האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איינער ווייסט ווי אזוי מען זאגט אויף ענגליש "פארגינען" אדער "אומפארגינער"?

שוין אויסגעקייט געווארן כמ"פ, נישטא קיין ריכטיגער אפטייטש.

אין עברית זאגט מען אויך פארגין, גענומען פון אידיש..


זעהט אויס אז פארגינען איז א אידישע זאך......


אומפארגינער = דזשעלעס.
מקנא זיין = איי ענווי הים

ווי ביזטטו אזוי ווייט פארקראכן??
אומפארגינען איז דזשעליס?!

דזשעליס איז מקנא זיין
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
איינס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 07, 2018 10:15 am

זענדל האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:ווי זאגט מען אין אידיש?
"מאכט א\מאכט נישט קיין סענס"

לייגט זיך נישט אויפן שכל

אדער קען מען זאגן:
נישט קיין מילתא בטעמא.

דאס איז שוין נישט אידיש

כ'קען נישט קיין ענגליש, ס'איז מיר אינטרעסאנט וואס מיינט ס'מאכט יא\נישט קיין סענס אויף וועלכן משקל איז דאס?
(איר פארשטייט מיין שאלה?)

ס׳מאכט נישט קיין סענס = לא הגיוני
ס׳מאכט סענס = הגיוני

אין אידיש
זינלאז = ס׳מאכט נישט קיין סענס
ובאותו משקל על הן

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:10 am

ס׳מאכט נישט קיין סענס = לא הגיוני
ס׳מאכט סענס = הגיוני
אין אידיש
זינלאז = ס׳מאכט נישט קיין סענס
ובאותו משקל על הן

נאך נישט פארשטאנען
זין\הגיון\סברא איז א זאך וואס ס'מאכט?
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
איינס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:17 am

די וועג וויאזוי מזאגט דאס איז שוין א צווייטע מעשה..
אוי... מעשה?!, ווען מזאגט איז עס א מעשה?
יא דאס איז א וועג פון רעדן
אבער אויב דו ווילסט קען זיין פשט אזוי: ס׳מאכט זון אין מח

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מיטוואך פאברואר 07, 2018 1:11 pm

ס'מאכט ניט קיין סענס, זאגט מען 'זינלאז'.
אומפארגינען, איז נאך דא א ווארט, אבער 'פארגינען' דאס קוקט אויס איז יודיש.. חח ווייל וויאזוי זאגט מען טאקע יא פארגינען אויף ענגליש?
און אגב, האבי זאגט מען עכט אין דויטש יידיש א פערדל ווייל דאס איז געווען אמאל די מיין האבי \אגב, מיין איז מיט א צירי איז יידיש\ אבער כ'וואלט געזאגט האבי - פאגענוגן - ווייל דאס איז עס.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מיטוואך פאברואר 07, 2018 1:14 pm

איינס האט געשריבן:די וועג וויאזוי מזאגט דאס איז שוין א צווייטע מעשה..
אוי... מעשה?!, ווען מזאגט איז עס א מעשה?
יא דאס איז א וועג פון רעדן
אבער אויב דו ווילסט קען זיין פשט אזוי: ס׳מאכט זון אין מח

אין דעם וועג, איז א צווייטע מעשה, א צווייטע שטייגער. א צווייטע פארעם
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:03 pm

ווי זאגט מען אויף אידיש
וואטש ווי די קראוסט
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
אדער יא
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:51 pm

זענדל האט געשריבן:ווי זאגט מען אויף אידיש
וואטש ווי די קראוסט

גיב אכט ווען דו גייסט אריבער

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:59 pm

ד"ה קראוסט האט נישט פונקט א טייטש אויף אידיש?
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מיטוואך פאברואר 07, 2018 5:11 pm

אריבער גיין, איבערגיין. יודען זענען אריבער דעם ים.
אבער געב אכט, קען מען אויך זאגן, פאס אויף. טוה אויפפאסן
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך פאברואר 07, 2018 10:19 pm

זענדל האט געשריבן:ווי זאגט מען אין אידיש?
"מאכט א\מאכט נישט קיין סענס"

מאכט נישט קיין סענס = האט נישט קיין זין

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך פאברואר 07, 2018 10:36 pm

דאנציגער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איז פארהאן א פונקטליכער טייטש פאר "אוועילעבל" אין אידיש?

אוועליבעל אין יידיש איז 'גרייט'

גרייט איז Ready נישט Available.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך פאברואר 07, 2018 10:40 pm

במאמר המוסגר. רעדי מיינט גרייט ווען דו רופסט מיך, און אוועילעבל איז ליבערשט אז איך בין דא פאר דיר
בוי זיך זעלבסט

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:09 pm

זענדל האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:ווי זאגט מען אין אידיש?
"מאכט א\מאכט נישט קיין סענס"

לייגט זיך נישט אויפן שכל

אדער קען מען זאגן:
נישט קיין מילתא בטעמא.

דאס איז שוין נישט אידיש

כ'קען נישט קיין ענגליש, ס'איז מיר אינטרעסאנט וואס מיינט ס'מאכט יא\נישט קיין סענס אויף וועלכן משקל איז דאס?
(איר פארשטייט מיין שאלה?)

דער טייטש פון מאכט נישט קיין סענס איז: ס'האט נישט קיין זין
זין מיינט שכל, אזוי ווי 'אראפ פון זינען'
וועלטניק האקט די זעלבע
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט