וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג סעפטעמבער 21, 2006 10:29 pm

יא אבער די קשיא איז נישט געהעריג פארענטפערט געווארן לשביעות רצון.


און אז מען רעדט שוין פון יענעם אשכול. בענעדיקט16\17 שרייבט דארטן ווי פאלגענד:

טייערע מענטשעלע

אפשר בין איך אן עם הארץ, אבער וואס מיינט דאס 'סאטיריש'?

און אז מ'רעדט שוין פון עמי-הארצות. איך האב נעכטן געקלערט און איך מיין אז עס איז אמת אויך, אז די ווארט עמי-הארצים, איז א שטיק עמי-הארצות... ווייל די לשון רבים פון 'ארץ' איז 'ארצות' און נישט 'ארצים'. בין איך גערעכט? ע"כ.


לעניית דעתי איז דער זעלביגער טעות תופסת מקום אויך ביי די ווארט "בתי מדרשים", אנשטאט די ריכטיגע ווארט "בתי מדרש".

אבער ווי זאגט דער חכם: אויב דער גאנצער וועלט איז משוגע וויל איך אויך זיין משוגע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2006 11:32 am

אדער "בתי מדרשות".

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג סעפטעמבער 24, 2006 11:27 pm

מערקווירדיג אז אין מדרשי חז"ל ווערט פולע מאל גענוצט דעם אויסדרוק "בתי כנסיות ובתי מדרשות",
דאס ווארפט א שטיקל ליכט אויף בענעדיגטס קשיא אז עס קען יא זיין ריכטיג צו נוצן בתי מדרשים\מדרשות.

א ביאור וועט נאכפאלגן איה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2006 12:12 am

שוועמל;

מיר ווארטן נאך.

רבותי;

וועלכע איז ריכטיג?

>ארענדער,
אבער >ארעדנער.

איך האלט אז מען זאגט-שרייבט-טייפט ארענדער, אבער דער ארענדער (ארעדנער) אליינס טענה'ט אז איך די געלע ביכער שטייט ארעדנער, ביטע לאזט אייך הערן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2006 12:17 am

ארענדאר, איז לויט מיין מיינונג ריכטיג.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2006 8:14 am

אויב דער ארענדער איז אויך א-רעדנער, דאן קען מען דאס שרייבן אויף ביידע וועגן. אויב אבער איז ער נאר אן ארענדער, איז ער טאקע דאס: אן ארענדער!

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2006 9:17 am

דאס איז זיכער אז מען שרייבט אדער און נישט אבער.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2006 10:56 am

זיכער איז דאס טויט.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2006 12:35 pm

דאס לעבן איז פונקט אזוי זיכער ווי דאס טויט, אבער לאמער נישט פארקריכן, ריכטיג איז ארענדער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2006 3:21 pm

3x0 האט געשריבן:דאס איז זיכער אז מען שרייבט אדער און נישט אבער.


דו האסט גערעדט צו מיר?

ווייל אין מיין תגובה ברויך שטיין "אבער" און נישט "אדער"!!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2006 3:21 pm

יעצט זעה איך אז דו באציהסט זיך לכאורה צו יאנאש.

קומענדיגע מאל מאך א "צטט" פון זיינע רייד, וועט נישט קומען צו קיין טעותים.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 2:13 pm

כמדומה אז ריכטיג איז פלוצלינג.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 5:34 pm

איך האב א גאנצע ליסט ענגלישע ווערטער און איך וויל וויסן וויאזוי דאס צו זאגן אין אידיש, כ'על כסדר לייגן נאך איינע.

דיזיין.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 5:53 pm

design האט אין ענגליש זעלבסט עטליכע כוונות. טא קודם באצייכן, צו וועלכע פון די ענגלישע כוונות, דיין בקשה איז.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 6:11 pm

לדוגמא א דיזיינטע קיטשען.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 6:19 pm

דער אויסדריק אין אידיש אויף א "דיזיין", ביי די פעלער, איז - "צייכענען"

דיזיין = צייכענען; צייכענונג
דיזיינער = א צייכענער
דיזיינעט = בעצייכענען

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 8:11 pm

יפה דברת, וכן אמר באבילאן..

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 10:09 pm

נאדיר
צוגעלייגטע
ScreenShot085 (Medium).jpg
ScreenShot085 (Medium).jpg (17.85 KiB) געזעהן 1828 מאל
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יולי 18, 2007 9:27 am

וויאזוי זאגט מען אין אידיש:

"עגפלענט = EGGPLANT"?
"אפריקאט = APRICOT"?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יולי 18, 2007 11:59 am

עגפלענט ווייס איך נישט (אויסער אז דו ווילסט עס טייטשן: אייער-פלאנצונג...)
אפריקאט איז "אפריקאזע".
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25326
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 6:33 pm

מ'זאגמיר אלע יעדן טאג ביי שחרית די פאלגענדע שמות הנרדפים אויף אמיתת השם יתברך:
אמת ויציב ונכון וקיים וישר ונאמן ואהוב וחביב ונחמד ונעים ונורא ואדיר ומתוקן ומקובל וטוב ויפה.

אין אנאנדערן אשכול האב איך בדרך אגב פרובירט אפצוטייטשן בעיני שכלי הדל די אלע אויסדריקען, שטעקן בלייבנדיג ביי 'ויציב', פאלגענד איז וויאזוי איך האב דאס מסדר געווען:
וואר, ? (ריכטיג) , רעכטפארטיג, שטאנדהאפטיג, גלייך, באגלייבט, באליבט, געגליכן, גלוסטיג, זיס, פארכטיג, מעכטיג, צוגעגרייט, אנגענומען, גיט און פיין!

אין אמת'ן אריין כ'פארשטיי אז אויסדריקען איז צומאל שווער פונקטליך צו פארטייטשן ווען לפעמים פארדרייעט מען גאר איר מכוון מיט פשוט איבערזעצן דעם עצם ווארט נישט רעכענענדיג מיט'ן באגריף, מיט דעם אלעם איז קרוב אני בעיני (קרעדיט, אבא שאול) אז נתקרבתי לאמיתת הדברים.
נאר דער יציב מיט דער קיים זעען מיר אויס צו זיין איין זאך (ריכטיג, האב איך סתם אזוי אריינגעווארפן פאר די פיקטשערס).

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 8:34 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25326
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 9:12 pm

ואני תפלה, אין איך בעט נאך אז דו זאלסט צוריקומען.

עשר ספירות, עשרה מאמרות, 12-14-15-20 לשונות של תפלה, אין מטאמאל האב איך איין לשון פאר דיין תגובה.....

א דאנק פארן נעמען די מיה מיך צו פארעכטן.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 9:19 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25326
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 9:58 pm

ז-הא אומרים לו אתה קדמת למעשה הקרעטשמע, לא ז-הא אומרים לו מיללער קדמך.

-----
אם הא-העם בני הי-הא-לע, ישמח לבי גם אני


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט