וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24320
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:43 am

SPUSMN האט געשריבן:נישט זעלבסטגייציג? אומזעלבסטגייציג?

אויף ענגליש איז אויך דא אן אנדערען אויסדרוק אויף unselfish און דאס איז selfless, דאס וואלט איך איבערגעזעצט אלס 'זעלבסטלאז' - 'אומזעלבסטגייציג' וואלט אפשר געווען ריכטיג, אבער פילייכט צו לאנג

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:46 am

א ייש"כ אייך אלע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11568
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:51 am

מיללער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:נישט זעלבסטגייציג? אומזעלבסטגייציג?

אויף ענגליש איז אויך דא אן אנדערען אויסדרוק אויף unselfish און דאס איז selfless, דאס וואלט איך איבערגעזעצט אלס 'זעלבסטלאז' - 'אומזעלבסטגייציג' וואלט אפשר געווען ריכטיג, אבער פילייכט צו לאנג
דער גולם איז חולק
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג מאי 18, 2017 12:15 pm

SPUSMN האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען selfish און unselfish אין אידיש?

נישט געוויסט דא
viewtopic.php?p=1443962#p1443962
וויאזוי עס איבער צו זעצען.

עגאיסטיש
אומעגאיסטיש

ער איז א "עגאיסט", איז פינקטליך די זעלבע ווי "ער איז סעלפיש"?

כ'האב אלעמאל געטראכט פון דאס ווארט "עגאיסט" אז עס מיינט ער האט אויסטערלישע שטאלץ; א עגאיסט איז א גרויסע בעל גאוה. דעריבער (אויב ריכטיג) איז יעדער עגאיסטיש א בעל גאוה?

פרוביר נאר צו דערגיין א קלארע עקוויליוומענט, ווייל זעהט אויס אז מען האט עס נישט ארויס.

עגא מייט "איך"
עגאאיסטיש מיינט אז איינער האט בלויז זיך אינזין, אלעס איך אלעס פאר מיר,
אין ענגליש ווערט אויך אין באנוץ egoist אלס "סעלפיש" ולענ"ד ריכטיגער, כנ"ל.
דאס ענגליש ווארט egocentric מיינט אויך אז אלעס "דרייט זיך ארום מיר" עגא-סענטער, דער עגא (דער איך) איז אין צענטער.

א בעל גאווה האט א גרויסן "עגא" א גרויסן "איך", אבער "עגאיסטיש" מיין נישט בעל גאווה. (א קליין קינד איז "עגאיסטיש" און איז נישט א בעל גאווה)

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג מאי 18, 2017 12:31 pm

מיללער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען selfish און unselfish אין אידיש?

נישט געוויסט דא
viewtopic.php?p=1443962#p1443962
וויאזוי עס איבער צו זעצען.

איך האב געזען נוצן אן אויסדרוק "זעלבסטגייציג" אויף "סעלפיש" איך ווייס נישט צו דאס האט יענער שרייבער, אלענספאל איז עס מיר געפאלן און איך האב עס שוין זינט דאן גענוצט עטליכע מאל.

רב מיללער, "זעלבסט-גייציג" נישט בלויז אז ס'מיינט נישט "סעלפיש", נאר ס'איז כלל נישט געמאלט אזא מין אויסדרוק עי' כאן ובמש"כ.

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » זונטאג יוני 04, 2017 10:21 am

שוין געפרעגט מיין שאלה ביים אשכול ''זאכן וואס איך וויל וויסן'', און שוין אויך באקומען ענטפער דערויף.
אבער כ'האב מיר בארעכענט אז דא וועל איך קענען דערגיין די זאך מער קראנט.
גין-גאלד האט געשריבן:ווען מען קנייטשט איין א צעטל וואס איז 11x8.5, אויף א וועג אז יעצט איז עס ברייט נאר 4.25 11x.

וויל איך וויסן צו דאס הייסט איינגעקנייטשט די צעטל אויף די ''לענג'', אדער אויף די ''ברייט''?.


עין טובה, מיט סאכדעס, האבן ביידע געזאגט אויף די ברייט, ונראין דבריהם, אבער איך בין עפעס נאכנישט רואיג צו דערקלערן מיין פראגע אויפגעלעזט.

אויך וויל איך דא צולייגן א נקודה צו די שאלה, צו מ'דארף זאגן איינגעקנייטשט ''אויף'' די וכו' , אדער ''אין'' די וכו'?,
און אפשר זענען די ביידע שאלות גאר אנגעוואנדען איינס אינעם צווייטען, אז אויב זאגט מען ''אויף'' די, דאן אויף די ''ברייט''. ווידעראום אויב ''אין'' די, דאן אין די ''לענג''.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6025
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג יוני 04, 2017 10:24 am

אויב איז עס תלוי אין אויף/אין וואלט איך געזאגט פונקט פארקערט, אויף די לענג און אין די ברייט.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
וועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג יוני 04, 2017 11:57 am

איך מוטשע מיך שוין מיט די שאלה א לאנגע צייט איבער וויאזוי מען נוצט Horizontal און Vertical, בין נאך אלס נישט קלאר דערין

בראשית ברא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג יוני 04, 2017 12:34 pm

גין-גאלד האט געשריבן:שוין געפרעגט מיין שאלה ביים אשכול ''זאכן וואס איך וויל וויסן'', און שוין אויך באקומען ענטפער דערויף.
אבער כ'האב מיר בארעכענט אז דא וועל איך קענען דערגיין די זאך מער קראנט.
גין-גאלד האט געשריבן:ווען מען קנייטשט איין א צעטל וואס איז 11x8.5, אויף א וועג אז יעצט איז עס ברייט נאר 4.25 11x.

וויל איך וויסן צו דאס הייסט איינגעקנייטשט די צעטל אויף די ''לענג'', אדער אויף די ''ברייט''?.


עין טובה, מיט סאכדעס, האבן ביידע געזאגט אויף די ברייט, ונראין דבריהם, אבער איך בין עפעס נאכנישט רואיג צו דערקלערן מיין פראגע אויפגעלעזט.

אויך וויל איך דא צולייגן א נקודה צו די שאלה, צו מ'דארף זאגן איינגעקנייטשט ''אויף'' די וכו' , אדער ''אין'' די וכו'?,
און אפשר זענען די ביידע שאלות גאר אנגעוואנדען איינס אינעם צווייטען, אז אויב זאגט מען ''אויף'' די, דאן אויף די ''ברייט''. ווידעראום אויב ''אין'' די, דאן אין די ''לענג''.

איך וואלט געזאגט אז די מערסטע סענס מאכט צו שרייבן איינקנייטשן די ברייטע זייט. אדער איינקנייטשן די ברייט.
אויף די לענג

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג יולי 23, 2017 6:42 pm

Brave - בראווע
Bravest - ???
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג יולי 23, 2017 6:48 pm

דרייסטע, מוטיגסטע.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג יולי 23, 2017 9:51 pm

מונאוויטש האט געשריבן:Brave - בראווע
Bravest - ???

בראווסטע.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג יולי 23, 2017 9:52 pm

גין-גאלד האט געשריבן:שוין געפרעגט מיין שאלה ביים אשכול ''זאכן וואס איך וויל וויסן'', און שוין אויך באקומען ענטפער דערויף.
אבער כ'האב מיר בארעכענט אז דא וועל איך קענען דערגיין די זאך מער קראנט.
גין-גאלד האט געשריבן:ווען מען קנייטשט איין א צעטל וואס איז 11x8.5, אויף א וועג אז יעצט איז עס ברייט נאר 4.25 11x.

וויל איך וויסן צו דאס הייסט איינגעקנייטשט די צעטל אויף די ''לענג'', אדער אויף די ''ברייט''?.


עין טובה, מיט סאכדעס, האבן ביידע געזאגט אויף די ברייט, ונראין דבריהם, אבער איך בין עפעס נאכנישט רואיג צו דערקלערן מיין פראגע אויפגעלעזט.

אויך וויל איך דא צולייגן א נקודה צו די שאלה, צו מ'דארף זאגן איינגעקנייטשט ''אויף'' די וכו' , אדער ''אין'' די וכו'?,
און אפשר זענען די ביידע שאלות גאר אנגעוואנדען איינס אינעם צווייטען, אז אויב זאגט מען ''אויף'' די, דאן אויף די ''ברייט''. ווידעראום אויב ''אין'' די, דאן אין די ''לענג''.

דאס הייסט איינגעקנייטשט אין די לענג.
'אויף' מעולם לא ראיתי.

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג יולי 24, 2017 11:27 am

מומחה עצום האט געשריבן:דרייסטע, מוטיגסטע.

בראוו איז א טערמין וואס מען באטיטלט א פערזאן וואס נעמט אונטער א ריזיקע פאר א גוטע סיבה. פון די אנדערע זייט, דרייסט מיינט bold, guts, און איז לאו דוקא פאזעטיוו.

למשל. א יעניגער וואס שפאצירט אויף א בענדל צווישן צוויי בנינים איז דרייסט. א מחוצף איז דרייסט. א גנב וואס ברעכט זיך איין ביינאכט אין די הייזער איז אויך דרייסט. ווידעראום די פאליציי אפיצירן וואס פאטראלירן די מסוכנדיגע געגנטער זענען בראווע לייט. להבדיל, א בן תורה וואס ווארפט אוועק מאטיריאליסטישע שאופות ווייל ער וויל אויסשטייגן אין תורה, איז אויך בראוו.

משהזוךמיר האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:Brave - בראווע
Bravest - ???

בראווסטע.

איך האב לכתחילה געטראכט פון דעם.

"פון די בראווסטע סאלדאטן אין די ארמיי."

עס הערט זיך גוט, אבער ווען איך האב געסיערטשט דעם ווארט, לא ראיתי אז מען זאל עס ניצן.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג יולי 24, 2017 12:21 pm

איך האב שוין יא געזען עס נוצן, און דוקא דורך שרייבער וואס קענען א גוטן אידיש.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג יולי 24, 2017 2:59 pm

מומחה עצום האט געשריבן:דרייסטע, מוטיגסטע.

קען אויך מיינען אמאל אויף "געוואגטקייט",
פאר "העראיש" קען עס אויך 'מיטגיין'.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11568
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 11:34 am

A peacock today can be a feather duster tomorrow.
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11568
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 12:18 pm

א פאווע היינט קען מארגען זיין א פלעדערוויש :?: :?:
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6041
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 9:50 am

וויאזוי זאגט מען אין אידיש:

(Eligible (Entitled
Insured
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
וועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 10:26 am

Insured = פארזיכערט

אוועטאר
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6041
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 10:29 am

וועלטניק האט געשריבן:Insured = פארזיכערט

ס'קען גענוצט ווערן ווען מ'זאגט אז איינער האט אינשורד זיין הויז? (צום ביישפיל: ער האט פארזיכערט זיין הויז קעגן וואסער)
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 10:52 am

טריסקער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש:

(Eligible (Entitled
Insured

בארעכטיגט
פארזיכערט
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6041
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 10:53 am

א גרויסן שכח, הרב יידישע קהילות!
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 10:59 am

וויאזוי זאגט מען creative?
אויף לשון הקודש וואלט מען געשריבן "יצירתי", אבער וויאזוי זאגט מען עס בלשוננו יידיש?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6041
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 11:04 am

יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען creative?
אויף לשון הקודש וואלט מען געשריבן "יצירתי", אבער וויאזוי זאגט מען עס בלשוננו יידיש?

נישט "שעפעריש"?
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט