בלאט 93 פון 113

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:06 pm
דורך וויל זיין גוט
SPUSMN האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אויף אידיש: appearance?

דוגמא: His appearance at the meal is important

ערשיינונג וואלט מען געזאגט
his appearing ... is important

appearance
מיינט זיין אויס זעהן

אבער לאידך גיסא
disappearance
מיינט זיין פעלען (זיין נישט-אפוועזענהייט); אלזא מייינט appearance יא זיין ערשיינונג אדער זיין אפוועזענהייט, אבער כ'מיין אז מען ניצט עס נישט.

תיקון טעות: אפוועזנהייט מיינט אז ער איז נישט דארט, צריך לומר: אנוועזנהייט. אפוועזנהייט איז אזוי ווי אומאנוועזנהייט.

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:13 pm
דורך SPUSMN
ריכטיג, דער פריפיקס "אפ" איז "dis" וואס מיינט "נישט" אדער "די פארקערטע"

(ואגב וויאזוי זאגט מען prefix and suffix אין אידיש; כ'האב עס נאך נישט אריין גענומען אין קאפ)

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:18 pm
דורך אוודאי
SPUSMN האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אויף אידיש: appearance?

דוגמא: His appearance at the meal is important

ערשיינונג וואלט מען געזאגט
his appearing ... is important

appearance
מיינט זיין אויס זעהן

אבער לאידך גיסא
disappearance
מיינט זיין פעלען (זיין נישט-אפוועזענהייט); אלזא מייינט appearance יא זיין ערשיינונג אדער זיין אפוועזענהייט, אבער כ'מיין אז מען ניצט עס נישט.


Appearing אין אידיש איז ערשיינען.
Appearance איז ערשיינונג אדער אנוועזנהייט, ווענדט זיך אין די גאנצע זאץ.

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:24 pm
דורך אוודאי
SPUSMN האט געשריבן:ריכטיג, דער פריפיקס "אפ" איז "dis" וואס מיינט "נישט" אדער "די פארקערטע"

(ואגב וויאזוי זאגט מען prefix and suffix אין אידיש; כ'האב עס נאך נישט אריין גענומען אין קאפ)

פארזילבע און נאכזילבע

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:27 pm
דורך SPUSMN
יישר כח

וואס מיינט זילבע?

מען קען פרעגען די זעלבע, וואס מיינט דא fix?

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 9:37 pm
דורך איסר האטלקי
וויאזוי זאגט מען 'טיטשער' אין אידיש? איז דא נאך א ווארט אויסער לערער?
וויאזוי זאגט מען לערער בלשון רבים, לערערס, לערער אדער אפשר לערערנס?

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 10:28 pm
דורך יאיר גאלד
בלשון רבים זאגט מען אויך לערער.
אזוי ווי אלעס וואס ענדיגט זיך מיט א 'ער', למשל פראפעסיאנאלע שרייבער, עטליכע גראמער, א באנדע שלעגער, וכו'...

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 11:59 pm
דורך מיללער
צ
איסר האטלקי האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען 'טיטשער' אין אידיש? איז דא נאך א ווארט אויסער לערער?
וויאזוי זאגט מען לערער בלשון רבים, לערערס, לערער אדער אפשר לערערנס?

פארשטייט זיך אז א פרוי א טיטשער איז א לערערין, און מערערע זענען לערערינס

א שטודירטער טיטשער קען ווערן אנגערופן א פראפעסאר, און אמאל אויב יענער איז נישט א טיטשער אין א קלאס נאר ער/זי גיט א לעקציע איז ער/זי א 'לעקטשורער', וויאזוי זאגט מען דאס אויף אידיש? א לעקטוראר?

געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2017 8:26 am
דורך קיקיון
מיללער האט געשריבן:א שטודירטער טיטשער קען ווערן אנגערופן א פראפעסאר, און אמאל אויב יענער איז נישט א טיטשער אין א קלאס נאר ער/זי גיט א לעקציע איז ער/זי א 'לעקטשורער', וויאזוי זאגט מען דאס אויף אידיש? א לעקטוראר?

א לעקטשור איז א פארטראג און א לעקטשורער איז מן הסתם א פארטראגער

געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2017 9:38 am
דורך בעאבאכטער
מיללער האט געשריבן:צ
איסר האטלקי האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען 'טיטשער' אין אידיש? איז דא נאך א ווארט אויסער לערער?
וויאזוי זאגט מען לערער בלשון רבים, לערערס, לערער אדער אפשר לערערנס?

פארשטייט זיך אז א פרוי א טיטשער איז א לערערין, און מערערע זענען לערערינס

א שטודירטער טיטשער קען ווערן אנגערופן א פראפעסאר, און אמאל אויב יענער איז נישט א טיטשער אין א קלאס נאר ער/זי גיט א לעקציע איז ער/זי א 'לעקטשורער', וויאזוי זאגט מען דאס אויף אידיש? א לעקטוראר?

נישט מדויק.
א שטודירטער לערער וואס איז א פראפעסאר/דאקטאר ווערט אנגערופן פראפעסאר/דאקטאר ווייל ער איז א פראפעסאר/דאקטאר, א שטייגער - להבדיל בין קודש לחול - ווי מען זאגט "דער רב האט געהאלטן א דרשה", על שם רב, ולא על שם רעדנער/מגיד/דרשן.
נעמליך א רעדנער/מגיד וואס קאן א סאך לערנען און פסק'ען ווערט אנגערופן רב ווייל ער איז רב. און עס מיינט נישט אז א גוטער דרשון וואס ווייסט פיל הייסט א רב. ודו"ק ופשוט.

אין אוניווערזיטעט זענען די פראפעסארן/דאקטארן די לערער.

קיקיון האט געשריבן: א לעקטשור איז א פארטראג און א לעקטשורער איז מן הסתם א פארטראגער


לעקציע איז lesson, ווי זאגט מען אין ענגליש א lesson געבער?

געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2017 11:31 am
דורך גרינע בוים
איז ריכטיג געהוסט אדער אפשר געהאסען ווייל ווען איך בין פריער געווען אין גאס האט א קאר געפיפען אדער אולי געפייפט

געשריבן: דאנארשטאג מאי 11, 2017 11:44 am
דורך אפטימיסט
לכאורה האט געשריבן:עס קען אויך מיינען 'אויסזעהן'

און ערשיינונג מיינט אויך אויסזעהן

געשריבן: דאנארשטאג מאי 11, 2017 11:47 am
דורך אפטימיסט
פלעין אידיש האט געשריבן:אמפאטיע

די מעלות - זאל זיין געזונט - האט געהאט א גאנצע דין ודברים מיט א לייענער וואס האט געוואלט זאגן אז עמפאטיע איז א ניי געבוירן ווארט, אבער די מעלות ווי שטענדיג האט צו פארשטיין געגעבן אז די ווערטער וואס ווערן אנגענומען ביי שרייבער זענען לעגיטים אידישע ווערטער.

געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2017 11:18 pm
דורך א גראם מיט טעם
How do u say petals in Yiddish ? flower petals

געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2017 11:23 pm
דורך לכאורה
לויט גוגעל: קרוין בלעטל..

געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2017 7:03 pm
דורך SPUSMN
וויאזוי זאגט מען selfish און unselfish אין אידיש?

נישט געוויסט דא
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p1443962
וויאזוי עס איבער צו זעצען.

געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2017 7:34 pm
דורך בעאבאכטער
SPUSMN האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען selfish און unselfish אין אידיש?

נישט געוויסט דא
viewtopic.php?p=1443962#p1443962
וויאזוי עס איבער צו זעצען.

עגאיסטיש
אומעגאיסטיש

געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2017 8:16 pm
דורך וועלטניק
בין איך נישט אזוי זיכער, אין ענגליש איז דאס צוויי באזונדערע ווערטער. זעהט דא

געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2017 9:54 pm
דורך בעאבאכטער
אין ענגליש יא, אין דויטש אויך, אבער אין אידיש איז דאס דער אפטייטש.

די קושיא איז אויפן צו נעמען דאס ענגלישן "סעלף" און דעם דויטשן "זעלבסט" צו דינען דעם "עגא" באדייט.
פשט'לעך וועט אלעמאל זיין...
נאך א מזל אז אין אידיש איז געבליבן "זעבלסט" אדער "זיך" אויף זייער פלאץ און "עגא" איז געגאנגען צו די "עגאיסטן"

געשריבן: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:08 am
דורך מיללער
SPUSMN האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען selfish און unselfish אין אידיש?

נישט געוויסט דא
viewtopic.php?p=1443962#p1443962
וויאזוי עס איבער צו זעצען.

איך האב געזען נוצן אן אויסדרוק "זעלבסטגייציג" אויף "סעלפיש" איך ווייס נישט צו דאס האט יענער שרייבער, אלענספאל איז עס מיר געפאלן און איך האב עס שוין זינט דאן גענוצט עטליכע מאל.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:22 am
דורך SPUSMN
בעאבאכטער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען selfish און unselfish אין אידיש?

נישט געוויסט דא
viewtopic.php?p=1443962#p1443962
וויאזוי עס איבער צו זעצען.

עגאיסטיש
אומעגאיסטיש

ער איז א "עגאיסט", איז פינקטליך די זעלבע ווי "ער איז סעלפיש"?

כ'האב אלעמאל געטראכט פון דאס ווארט "עגאיסט" אז עס מיינט ער האט אויסטערלישע שטאלץ; א עגאיסט איז א גרויסע בעל גאוה. דעריבער (אויב ריכטיג) איז יעדער עגאיסטיש א בעל גאוה?

פרוביר נאר צו דערגיין א קלארע עקוויליוומענט, ווייל זעהט אויס אז מען האט עס נישט ארויס.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:24 am
דורך SPUSMN
אפשר זאל מען עס איבער זעצען:

* האט נאר זיך אינזיין

* קערט נאר פון זיך (יעצט וויאזוי זעצט מען איבער cared)?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:32 am
דורך SPUSMN
מיללער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען selfish און unselfish אין אידיש?

נישט געוויסט דא
viewtopic.php?p=1443962#p1443962
וויאזוי עס איבער צו זעצען.

איך האב געזען נוצן אן אויסדרוק "זעלבסטגייציג" אויף "סעלפיש" איך ווייס נישט צו דאס האט יענער שרייבער, אלענספאל איז עס מיר געפאלן און איך האב עס שוין זינט דאן גענוצט עטליכע מאל.

נישט באמערקט אייער תשובה בשעת'ן שרייבען די פריערדיגע צוויי.

און וואס מיינט "גייציג"?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:34 am
דורך SPUSMN
געלט גייציג, money hungry?
greedy?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:36 am
דורך SPUSMN
אויב אזוי זענעט איר גערעכט הרב מיללער,

זעלבסטגייציג מיינט ער איז greedy (=גייציג) פאר זיך און קערט נאר פון זיך אליין.
--
יעצט וויאזוי זאגט מען unselfish?

נישט זעלבסטגייציג? אומזעלבסטגייציג?