וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:עס מיינט נישט א פערזאן, ווייל עס מיינט דייקע נישט א פרוי (א שוואכלינג) נאר דער היפוך.
.

א פערזאן מיינט א פרוי?!

אן אויפריכטיגער מענטש איז לכאורה דער אפטייטש פון 'א ריעל מען'.

א פערזאן מיינט "אויך" א פרוי, און דא מיינט מען דייקא א מאן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דייקא א מאן? מהיכי תיתי? א מענטש, לאו דוקא א מאן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס איז שלעכטער מיט "אן אמת'ער מענטש" אדער "אן אויפריכטיגער פערזאן"?

אויב אין קאנטעקסט קען מען עס ניצען זענען זיי ביידע גוט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:דייקא א מאן? מהיכי תיתי? א מענטש, לאו דוקא א מאן.

ווייל אין ענגליש ווערט א "ריעל מען" נאר געניצט פאר א מאן, און דאס זוכט מען דאך צו איבעזעצען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

האפ קאזאק האט געשריבן:איך שרייב נישט קיין ה'. ווייל בעצם איז זייער א גוטע זאך ביים שרייבן, אז אויב א אות פעלט נישט אויס, זאל מען עס נישט שרייב

אסאך מאל פעלט עס יא אויס, אז מ'זאל וויסן די חילוק צווישן "ע" און "עי".
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

SPUSMN האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך דארף זייער נויטיג איבערזעצן די פאלגענדע:
A real man is not afraid of death!
וויאזוי טייטשט מען "man"? "מאן", ניין! איך האב ג'קלערט "גברא", אבער עס איז נישט יידיש און אויך נישט ממש וואס איך זוך.
עני איידיעס?

איך מיין אז דער גאנצע איידעא פון א ריעל מען איז נישט אידיש און דערפאר האט נישט א אויסדריק.

עס מיינט נישט א פערזאן, ווייל עס מיינט דייקע נישט א פרוי (א שוואכלינג) נאר דער היפוך.

דאס איינציגסטע וואס פיט עס אין קאנטעקסט, איז "גבר", ווי אין "אני הגבר" איך בין דער האן, איך בין דער מאן.
--
עס איז יא דא א "גברא רבא" אבער מיינט א ריז אין רוחניות.

אזל גברא דמסתפינא מיניה.

איר האט רעכט.

הוספה קטנה על דבריכם,
די העברעאיסטן נוצן אויף real man 'גבר'. הוא 'גבר' וכו'...
פשוט אז ס'איז אן עמי-הארצות'ן פראסן אפטייטש פונעם ענגלישן באדייט.

"גברא בגוברין" זעהן מיר אין חז"ל ביי תפילת חנה, פארקערט, ער זאל א געהעריג מענטש צווישן מענטשן (מיטן אויסערליכן געשטאלט),
אדער ביי רבי עקיבא ווען טורנוסרופוס הרשע האם אים געפרעגט מיט וואס ביזטו אן אנדער מענטש ווי יעדן וכו'.


ולגפו של ענין, וואלט איך פילייכט געשריבן בכהאי גוונא "אן עכט געזונט מענטש האט קיין מורא פון טויט" אדער "אן עכט געזונט פערזאן פארכט זיך נישט פון טויט", וכדומה עוד.
נהוראי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נהוראי »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך דארף זייער נויטיג איבערזעצן די פאלגענדע:
A real man is not afraid of death!
וויאזוי טייטשט מען "man"? "מאן", ניין! איך האב ג'קלערט "גברא", אבער עס איז נישט יידיש און אויך נישט ממש וואס איך זוך.
עני איידיעס?


ווענד זיך אינעם קאנטעקסט, עס קען זיין ״מענטשליך״ אדער א ״מאנליכער מאן״ אבער עס קלונגט דייטשמעריש.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך דארף זייער נויטיג איבערזעצן די פאלגענדע:
A real man is not afraid of death!
וויאזוי טייטשט מען "man"? "מאן", ניין! איך האב ג'קלערט "גברא", אבער עס איז נישט יידיש און אויך נישט ממש וואס איך זוך.
עני איידיעס?

שטארקע מענטש האט נישט מורא פון טויט"!

דא איז לכאורה די נענטסע אין קאנטעקסט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

חלב ישראל האט געשריבן:
האפ קאזאק האט געשריבן:איך שרייב נישט קיין ה'. ווייל בעצם איז זייער א גוטע זאך ביים שרייבן, אז אויב א אות פעלט נישט אויס, זאל מען עס נישט שרייב

אסאך מאל פעלט עס יא אויס, אז מ'זאל וויסן די חילוק צווישן "ע" און "עי".

פון כתה ז' און העכער ווייסט יעדער די חילוק.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

האפ קאזאק האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:ווען איז ריכטיג אריינצושטעלן די אות ה' אין א ווארט? צום ביישפיל, זעהן, טוהן, טוהט, אנוועהזענט, וכו' וכו' איז דאס ריכטיג? אויב יא, וואס איז די כלל?

ביי די אלע ווערטער וועלכע דו האסט דערמאנט, און נאך, פלעגט מען אמאל זען מער געשריבן מיט א ה', און געוויסע שרייבן נאך אלץ אזוי, אבער למעשה א. ראטה פון די מעלות שרייבט די אלע ווערטער אן א ה', למשל: זען, טון, און אפילו "זע" שרייבט זי אויך אן א ה'.

אויף למעשה, איך שרייב נישט קיין ה'. ווייל בעצם איז זייער א גוטע זאך ביים שרייבן, אז אויב א אות פעלט נישט אויס, זאל מען עס נישט שרייבן, און אז דא איז דא א שטארקע שרייבערין וואס שרייבט אן א ה', און זי איז א זייער א באהאוונטע אין אידיש גראמאטיק, דאן שרייב איך אויך אן א ה'.

אין די בראשית יארן פון אייוועלט האט זיך געטון היץ איבער דעם ה'.

כ'קום זיך נישט פארמעסטן מיט ראטה, אבער לדעתי אויב וועט מען שרייבן דאס ווארט 'זעהן' אן א ה' - 'זען' וועט מען דארפן די ווערטער פון פארדעם און נאכדעם צו פארשטיין די באדייט דערפון, דאקעגן אויב שרייבט מען מיט א ה' - 'זעהן' האט מען גלייך ארויס דאס ווארט, איבערהויפט די וועג וויאזוי מען זאגט עס ארויס מיטן מויל איז ווארשיינליך מיטן נוצן דאס ה'. (אויב איך מעג צולייגן א השערה, די חילוקים דערפון קומט פון די וועג וויאזוי מ'שרייבט אין א"י וואס דארט באנוצט מען זיך ווייניגער דאס ווארט ה' ווי אין די אלגעמיינע וועלט.)
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

ווי אזוי טייטשט מען די ווערטער sauce און juice אין אידיש?
וועלכע דערפון איז געטייטשטש 'זאפט'?
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ויפה »

juice‏ איז טייטש זאפט.‏ ‏‏ ‏juice ‏apple עפל זאפט.‏ זאפט מיינט זאפט וואס קומט פון עפעס פון א זאך.
Sauce‏ איז עפעס א היימיש געמאכטע געמוידזעכץ (נישט אז דאס איז די טייטש פון sauce‏)‏
מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

טוב ויפה האט געשריבן:juice‏ איז טייטש זאפט.‏ ‏‏ ‏juice ‏apple עפל זאפט.‏ זאפט מיינט זאפט וואס קומט פון עפעס פון א זאך.
Sauce‏ איז עפעס א היימיש געמאכטע געמוידזעכץ (נישט אז דאס איז די טייטש פון sauce‏)‏

פיש זאפט אין ענגליש איז Fish sauce
עפל זאפט איז Apple Juice

וואס איז דו כלל?
און ווי אזוי זאגט מען tomato juice און tomato paste אין אידיש?
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

א קליינע צווישנשייד וויאזוי איך זעה עס. זאפט/דזשוס איז די אויסגעדריקטע טייל פון א פרוכט/גרינצייג. אין די צייט וואס זאפט/סאוס איז נישט א דירעקטע זאפט פון א פרוכט/גרינצייג. צ.ב.ש. עפל סאוס איז נישט זאפט פון די פרוכט, און פיש זאפט איז אויך נישט קיין זאפט און אפלויף פון די פיש, נאר די וואסער וואס האט אריינגענומען די טעם אין זיך
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
Of course
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

א פארקערטע פראגע.
פון אידיש צו ענגליש.
ווי אזוי זאגט מען "זאכן האבן זיך אביסל פארשלעפט" אין ענגליש? איז דא אין ענגליש די ווארט פארשלעפט? איך זיך שוין א לאנגע צייט.

Things have neen pulling/dragging around?
מאכאמאל, איך זיך נישט קיין עצה וויאזוי יענעם מסביר צו זיין דעט איים ראננינג לעיט וויט דע פראדשעקט, איך זיך די ווארט פארשלעפט אין ענגליש.
Of course
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

Have been
טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ויפה »

איינער קען א אידישע ווארט פאר fragile‎?‎
מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

האקעל
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ויפה »

וויאזוי זאגט מען cheating?
מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

אפנארן? באשווינדלען? באטריגן?
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

באטריגן סאונד גוט
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אויסשפילן
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ויפה »

קענסט דאס אפטייטשן מיט איינער פון די אויבנדערמאנטע ווערטער??
ער האט גע'טשידט ביי זיין פארהער.
מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

טוב ויפה האט געשריבן:קענסט דאס אפטייטשן מיט איינער פון די אויבנדערמאנטע ווערטער??
ער האט גע'טשידט ביי זיין פארהער.

ער האט אויסגעשפילט זיין רבי/דעם פארהער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

וואס איז די ריכטיגע אויסלייג פאר דאס ווארט museum מיוזיעם? מוזיעם? מיוזאם? אדער גאר איז פארהאן א אידישע ווארט אויף דעם?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”