מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:48 am
וויאזוי זאגט מען 'ענווייראמענט' אויף אידיש?
באמת, אני בתומי האב מעולם געמיינט אז 'ענווייראמענט' איז אידיש פונקט ווי ענגליש, והא ראי' ווייל אזוי שרייבן אלע שרייבערס וועמענ'ס ווערק איך ליין בדרך כלל, לעצטנס האט מיר עמיצער מעורר געווען אז דער אמת'ער ווארט דערפאר אין אידיש איז 'אומגעבונג', איך טרעף טאקע דעם ווארט ביי די רוסיש-אידישע שרייבערס (לדוגמא במקורות חב"ד כמו הלקוטי שיחות - ע"י חיפוש עם ידיד נפשי אדון גוגל יר"ה), וויל איך פרעגן, איז דאס א גאנגבארע ווארט?
איך זעה אז הארקאווי האט עס נישט:
http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/harkavy/0972.png
Advertisement
מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:51 am
אטמאספערע?
מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:53 am
איז נישט אומגעבונג די טייטש פון סביבה? אדער סקרענטאן "והגלילות"?
מאנטאג דצמבר 31, 2012 12:10 pm
ידיד האט געשריבן:אטמאספערע?
אטמאספערע איז Atmosphere
farshlufen האט געשריבן:איז נישט אומגעבונג די טייטש פון סביבה? אדער סקרענטאן "והגלילות"?
דאס איז 'אומגעגנד'
און אז מ'רעדט שוין טאקע, דער דערמאנטער הרכבי/הארקאווי ברעגנט עס אינעם יענעם בלאט, די ענגלישע ווארט דערויך איז:
environsוואס צייגט טאקע איז די צוויי זענען משורש אחד סיי אויף אידיש ווי אויך אויף ענגליש (איי פארוואס ברענגט ער עס נישט? א קשיא אויף א פושע)
מאנטאג דצמבר 31, 2012 12:13 pm
די נאנטסטע איבערטייטש אויף אונזער אידיש איז: ארום און ארום
די ארבעט איז גאנץ פיין, עס איז די ארום און ארום וואס טויג נישט.
מאנטאג דצמבר 31, 2012 12:15 pm
ארום און ארום איז נישט די איבערטייטש פון ענווייערמענט, נאר א הסבר וואס ענווייערמענט מיינט.
מאנטאג דצמבר 31, 2012 12:17 pm
הוא הדבר אשר דברתי, מען נוצט היינט דעם ווארט ענווייראנמענט אין אידיש, אויסער אויב איינער וויל דוקא גיין ארום און ארום.
מאנטאג דצמבר 31, 2012 12:18 pm
לכאורה האט געשריבן:הוא הדבר אשר דברתי, מען נוצט היינט דעם ווארט ענווייראנמענט אין אידיש, אויסער אויב איינער וויל דוקא גיין ארום און ארום.
שוין ענדערש צו נוצן דעם פאר'אידיש'טען 'ענווייראמענט', גיין סחור סחור, אבער פארוואס טאקע נישט 'אומגעבונג'?
מאנטאג דצמבר 31, 2012 12:21 pm
פאר די זעלבע סיבה מען טייטשט נישט שפיפון א פיפער נוטער
עס איז ארויס פון באנוץ
מאנטאג דצמבר 31, 2012 12:25 pm
לכאורה האט געשריבן:פאר די זעלבע סיבה מען טייטשט נישט שפיפון א פיפער נוטער
עס איז ארויס פון באנוץ
פימפער-נוטער, און מ'טייטשט עס דייקא יא (עכ"פ ביינונז אין סקרענטן)
מאנטאג דצמבר 31, 2012 12:26 pm
איך האב נאכגעקוקט אין דעם אלטן חק חומש און ער שרייבט פיפער נאטער.
מאנטאג דצמבר 31, 2012 12:28 pm
אולי טעות הבחור הזעצער?
מאנטאג דצמבר 31, 2012 12:31 pm
מעגליך, אבער דערווייל יש לי על מי לסמוך. אדרבה, זאל ער מיר צייגן פימפער והיה בזה שלום.
מאנטאג דצמבר 31, 2012 12:36 pm
פשוט אז ס'מיינט "אומגעבונג"
אין דויטש איזעס אויך Umwelt
וואס מ'ניצט דאס ווארט "סביבה" בכגון דא, מיינט אוודאי נישט "ארום און ארום" נאר "דאס ארום" כלומר נישט בלויז אנצייכנט און אנגעדייטעד דער מקום מסוים, נאר אלעס וואס 'ארום'
"אומגעגנד" איז שנעלער "ראיאן", כלומר פון פיזישן שטאנדפונקט, און נישט פון "בעלאנג" שטאנדפונקט.
ג"א מצטרף לטענת הרב מיללער פארוואס טאקע נישט ניצן "אומגעבונג".
דינסטאג ינואר 01, 2013 9:11 am
וויינרייכ'ס טייטש.
- עטעטשמענטס
-

- environment.PNG (4.86 KiB) געזעהן געווארן 513 מאל
דינסטאג ינואר 01, 2013 10:37 am
לכאורה האט געשריבן:די נאנטסטע איבערטייטש אויף אונזער אידיש איז: ארום און ארום
די ארבעט איז גאנץ פיין, עס איז די ארום און ארום וואס טויג נישט.
דאס איז אן אויסרייד ווען מען מוטשעט זיך צו טרעפן דעם ריכטיגן אידישן ווארט דערפאר.
יישר כח הרב מיללער פארן בארייכן מיין ווערטער אוצר מיט דעם ווארט "אומגעבונג". איך פלעג אממייסטענס נוצן "געזעלשאפט" אלס ערזאץ פאר ענווייראמענט.
דינסטאג ינואר 01, 2013 12:22 pm
געזעלשאפט איז נאר וועגען מענטשען
נישט וועגען די אלגעמיינע סביבה
סביבה איז מסתמא דאס בעסטע ווארט
דינסטאג ינואר 01, 2013 3:22 pm
בלייב מיר מיט 'אומגעבונג'!
מיטוואך ינואר 09, 2013 2:33 pm
וויאזוי זאגט מען baby אין אידיש?
דאכט זיך אז די מעלות ניצט אסאך מאל די ווארט "פיצלס" אבער ס'איז לכאורה נישט קיין ריכטיגע אפטייטש, און אפשר יא? כ'ווייס נישט.
מיטוואך ינואר 09, 2013 2:34 pm
בייבי
זונטאג ינואר 27, 2013 12:04 pm
ידיד האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען baby אין אידיש?
אין אוקריינע פלעגט מען זאגן: קינדאלע, און אין ירושלים זאגט מען: בובאלע.
זונטאג ינואר 27, 2013 12:50 pm
ווועלקאם בעק "ערנסטער", מיר פרייען זיך צו אייער באזוך, איך האף אז וועט שוין פארבלייבן און מחיה מתים די שפראך פארום, (אפשר וועט מען נאך א אפילו קענען צוריקברענגען "יידישיסט", און די שפראך פארום וועט קענען פארדינען די ערשטע פלאץ פון די פארום ליסטע, צוליב איר אקטיווקייט {אויך מיר א ווארט}).
זונטאג ינואר 27, 2013 12:59 pm
ערנסטער האט געשריבן:ידיד האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען baby אין אידיש?
אין אוקריינע פלעגט מען זאגן: קינדאלע, און אין ירושלים זאגט מען: בובאלע.
ברוך הבא בשם ה' ברכנוכם מבית ה'. געבענטשט זאל זיין דאס ווינטל וואס האט אייך אהערגעבלאזן!
זונטאג ינואר 27, 2013 1:02 pm
בחורהזעצער,לכאורה, ברוכים הנמצאים!
זונטאג ינואר 27, 2013 1:20 pm
לכאורה; מעגסט אים זאגן ווער דיין טאטע איז.