וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טשוכעפאכע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 05, 2011 5:25 am

תגובהדורך טשוכעפאכע » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:59 pm

דאנציגער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:בל' יחיד: פוס, בל' רבים: פיס.

און דאס זעלבע איז מיט זון/זין, שוך/שיך, ועוד.

מקור פליז

דו זוכסט א מקור ווייל דו רעדסט א חסיד'ישן אידיש וואס מאכט נישט קיין חילוק צווישן א חיריק מיט א שורוק. די וועלכע רעדן א ליטווישן אידיש (אדער ווי די חוקרים רופן עס 'כלל יידיש') ווייסן אז פוס (FUSׂ) איז לשון יחיד, און פיס (FISׂ) איז לשון רבים. אזוי אויך איין ברודער (BRUDER), צוויי ברידער (BRIDER); איין שוך (SHUCHׂ), צוויי שיך (SHICH). און נאך אסאך אזעלכע ווערטער וואס נאר אין דעם ליטווישן אידיש הערט זיך אויך ביים רעדן (נישט נאר ביים שרייבן) דער אונטרעשייד צווישן יחיד און רבים.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:17 pm

ץ

אוועטאר
ישראלי
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:37 pm

סאטמר הייסט סאטמר, אזוי האב איך געוואסט יארן, לעצטענס איך האב געהערט אז ס'איז דא וואס רופן איר 'סאקמער'?, איז דאס וואר אדער א עכטע שפיצל??
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:51 pm

עיין ערך צאנז - סאנז

אוועטאר
ישראלי
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 12:54 am

נישט די זעלבע, צ מיט ס, זענען ביידע פונעם זעלבע מקור - די ציינער, אבער ט מיט ק איז פון פארשידענע פלעצער, ק איז פון די האלץ אין ט איז פון די צינג... :roll:
לעצט פאראכטן דורך ישראלי אום דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 4:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 1:21 am

אמאל פלעגט מען ארויסזאגן א צדי"ק זייער ענליך צו א סמ"ך, וועגן דעם זענען דא אסאך נעמען פון שטעט און משפחות וואס מ'שרייבט מיט א טי"ת פאר די צדי"ק צום ביישפיל 'ווייטצען' אדער 'קריטצלער', ווייל אן די טי"ת פארדעם וואלט זיך עס געהערט ווי 'ווייסען' אדער 'קריסלער', ס'נאך דא היינט אסאך ספרדים וואס זאגן אזוי א צדי"ק. קען זיין אז די זעלבע מעשה איז געווען מיט צאנז, מ'האט עס געשריבן מיט א צדי"ק אבער מ'האט עס ארויסגעזאגט ענליך צו א סמ"ך.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:24 pm

אסאך שטעט פלעגן הייסן נאך עבודה זרה'ס אדער ענליך צו דעם, און חסיד'ישע אידן פלעגן אלס פארדרייען די נעמען כדי נישט ארויס צו זאגן די נאמען פון א טומאה אדער אפילו ענליכס, למשל, ס'נישטא אזא שטאט צעהלים, ס'הייסט קרייץ, נאר כדי נישט צו זאגן קרייץ האט מען געזאגט צלם, שווארץ-טומאה האט מען געזאגט כדי נישט צו זאגן ווייס-קירכן, און אזוי איז דא אסאך אזעלכע שטעט.

דער הייליגער סאנזער רב זי"ע פלעגט מקפיד זיין נישט ארויס צו זאגן קיין נאמען פון קיין שום שטאט, ער האט געהייסן האלבערשטאט נאך די באקאנטע שטאט האלבערשטאט, אבער ער האט זיך אליינס געטוישט צו הלברשטאם כדי צו משנה זיין דעם נאמען.

סאטמאר הייסט טאקע סאטמאר, אבער רבינו הק' מ'סאטמאר זי"ע פלעגט איר אנרופן סאקמיר, צוליב איר שטארקע ענליכקייט צו די באקאנטע קריסטליכע פיגור, סאנז הייסט סאנז, מ'זאגט נאך פון איינער פון די צדיקים, אז מ'רופט דאס צאנז ווייל אין סאנז וואוינט א צדיק.

ס'דא נאך אסאך שטעט וואס אידן פלעגן אנרופן אנדערש, איך ווייס נישט דער טעם פון יעדעס איינע.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:27 pm

כ'האב געהערט אז אמאל פלעגט זיין זייער מצוי אינעם געשפרעך 'סאקמאר', היינט זענען נאך דא וואס רופן דאס נאך אן אזוי, א שטייגער ווי אב"ד וואודריטש זז"ג
אייוועלט שרייבעריי

על התורה ועל העבודה ועל הפורקן, ועעעל פליטת בית סופריהם, בנאות דעיששששששששעעעעעעעעעע ירביצנו, בראותם יחד תכלת וארגמן, און פערפל וואל...

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:44 pm

חלב ישראל האט געשריבן:אמאל פלעגט מען ארויסזאגן א צדי"ק זייער ענליך צו א סמ"ך, וועגן דעם זענען דא אסאך נעמען פון שטעט און משפחות וואס מ'שרייבט מיט א טי"ת פאר די צדי"ק צום ביישפיל 'ווייטצען' אדער 'קריטצלער', ווייל אן די טי"ת פארדעם וואלט זיך עס געהערט ווי 'ווייסען' אדער 'קריסלער', ס'נאך דא היינט אסאך ספרדים וואס זאגן אזוי א צדי"ק. קען זיין אז די זעלבע מעשה איז געווען מיט צאנז, מ'האט עס געשריבן מיט א צדי"ק אבער מ'האט עס ארויסגעזאגט ענליך צו א סמ"ך.

די ספרדישע אידן'ס הברה קען זיין איז נשפע פונעם אראבישן ص = צ'אד (צדי"ק) ס'הערט זיך אינצווישן א סמך און צדיק
סאדאם חוסעין שרייבט מען אין אראביש צאדאם חוסיין אזוי אויך צאלאח עדין וואס אונז שרייבן סאלאח עדין
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 6:42 pm

קען זיין, אבער ס'איז מער מסתבר אז די ספרדישע צדי"ק איז מער אריגינעל נאר אונז זענען נשפע געווארן פון דייטש.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 6:43 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:אסאך שטעט פלעגן הייסן נאך עבודה זרה'ס אדער ענליך צו דעם, און חסיד'ישע אידן פלעגן אלס פארדרייען די נעמען כדי נישט ארויס צו זאגן די נאמען פון א טומאה אדער אפילו ענליכס, למשל, ס'נישטא אזא שטאט צעהלים, ס'הייסט קרייץ, נאר כדי נישט צו זאגן קרייץ האט מען געזאגט צלם, שווארץ-טומאה האט מען געזאגט כדי נישט צו זאגן ווייס-קירכן, און אזוי איז דא אסאך אזעלכע שטעט.

דער הייליגער סאנזער רב זי"ע פלעגט מקפיד זיין נישט ארויס צו זאגן קיין נאמען פון קיין שום שטאט, ער האט געהייסן האלבערשטאט נאך די באקאנטע שטאט האלבערשטאט, אבער ער האט זיך אליינס געטוישט צו הלברשטאם כדי צו משנה זיין דעם נאמען.

סאטמאר הייסט טאקע סאטמאר, אבער רבינו הק' מ'סאטמאר זי"ע פלעגט איר אנרופן סאקמיר, צוליב איר שטארקע ענליכקייט צו די באקאנטע קריסטליכע פיגור, סאנז הייסט סאנז, מ'זאגט נאך פון איינער פון די צדיקים, אז מ'רופט דאס צאנז ווייל אין סאנז וואוינט א צדיק.

ס'דא נאך אסאך שטעט וואס אידן פלעגן אנרופן אנדערש, איך ווייס נישט דער טעם פון יעדעס איינע.


דאס האבעך געמיינט
נו גוט נו שוין האט געשריבן:עיין ערך צאנז - סאנז

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2538
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 11:41 pm

עס איז פערהאן א גרייז ווען פרעמדע קרייזען ווילען אפלאכען פון סאטמאר אז דאס איז די נאמען פון יאשקעס מוטער. ווען אין די ווארהייט איז דאס די איבערטייטש אויף רומעיניש אלס "גרויסע שטעטל"
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 3:06 pm

צו געזונט האט געשריבן:עס איז פערהאן א גרייז ווען פרעמדע קרייזען ווילען אפלאכען פון סאטמאר אז דאס איז די נאמען פון יאשקעס מוטער. ווען אין די ווארהייט איז דאס די איבערטייטש אויף רומעיניש אלס "גרויסע שטעטל"

קען זיין אז דאס איז דער אמת'ער טייטש, אבער ס'נעמט נישט אוועק די ענליכקייט דערפון, און די הייליגע אידן האבן געהאט א זהירות לאו דוקא ווייל דאס איז טאקע דער מכוון פון דער נאמען פון די שטאט, נאר ווייל למעשה איז דאס ענליך.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:34 pm

ווי אזוי שרייבט מען אין אידיש - איסטראנעמי, איסטרענעמיסט וכו'

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:35 pm

איסטראנאמיע - שם דבר
איסטראנאמיסט - דער מענטש וואס איז באהאוונט דערין
אייוועלט שרייבעריי

על התורה ועל העבודה ועל הפורקן, ועעעל פליטת בית סופריהם, בנאות דעיששששששששעעעעעעעעעע ירביצנו, בראותם יחד תכלת וארגמן, און פערפל וואל...

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:41 pm

אדער יא האט געשריבן:איסטראנאמיע - שם דבר
איסטראנאמיסט - דער מענטש וואס איז באהאוונט דערין

וואס מיינט איסטראנאמיע?
אפשר מיינסטו אסטראנאמיע?
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:41 pm

גערעכט ר' גין גאלד
אייוועלט שרייבעריי

על התורה ועל העבודה ועל הפורקן, ועעעל פליטת בית סופריהם, בנאות דעיששששששששעעעעעעעעעע ירביצנו, בראותם יחד תכלת וארגמן, און פערפל וואל...

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:43 pm

אַסטראנאמיע וויסנשאפט
אויפירונג פון פלאנעטן ארום דער וועלט
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:59 pm

אדער יא האט געשריבן:איסטראנאמיע - שם דבר
איסטראנאמיסט - דער מענטש וואס איז באהאוונט דערין

יישר כח

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3384
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוגוסט 26, 2018 4:06 pm

אדער אסטראנאמיקער

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 3:01 am

ווי אזוי זאגט מען אין אידיש actualize?
(אין עברית זאגט מען לְמַמֵשׁ)

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 6:54 am

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען אין אידיש actualize?
(אין עברית זאגט מען לְמַמֵשׁ)


פארווירקליכן
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג אוקטובער 21, 2018 5:21 am

וואס איז די ריכטיגע ווארט פאר instinctive
אינסטינקטיוו? (ס'לייגט זיך עפעס נישט אזוי גוט אראפ)

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוקטובער 21, 2018 1:43 pm

וואס איז שלעכט דערמיט?

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 21, 2018 2:45 pm

מען קען טרעפן אלטערנאטיוון, ווענד זיך אויב דו רעדסט פון א מענטש אדער מציאות.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט