אראביש!!!

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

אראביש!!!

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 3:32 pm

שוין א לענגערע צייט וואס עס האט מיר אנגעכאפט א חשק צו לערנען אראביש!!! עס קוקט אויס אן אינטערסאנטע שפראך, די אבן עזרא זאגט שוין אז לשון ערבי ועברי אחד הם, אדער דומים הם (כ'געדענק שוין נישט פונקטליך), און זייער אסאך ווערטער וואס ווערן היינט באנוצט שטאמען פון אראביש בלא יודעים, א שטייגער ווי "אלקאהאל", ווייסט איינער ווי אזוי עס קומט פון אראביש, און ווי עס ווערט דערמאנט אין רמב"ן???
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 3:39 pm

לשון: הקודש/ישמעאל/ארמי= הב' לשונות [-לשון הקודש ולשון ישמעאל] והארמית ממשפחת אחת היו (ראב"ע בראשית ל', ל"ז). = לשון ישמעאל – רוב מתכונתה כדרך לשון הקודש (ראב"ע אסתר ח', י'). = לשון ישמעאל – רובה על מתכונת לשון הקודש (ראב"ע בראשית א', א').

איך פרוביר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:32 pm

תגובהדורך איך פרוביר » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 3:52 pm

איינער וואס קען א גוטע עברית קען אויפכאפן פון אן אראבישע רעדנער געוויסע ווערטער.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

Re: אראביש!!!

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 7:46 am

אלעקסיי האט געשריבן:א שטייגער ווי "אלקאהאל", ווייסט איינער ווי אזוי עס קומט פון אראביש

זייער פשוט: "אלקאהאל", וואס די אייראפעישע פעלקער האבן (אין דער ריינער פארעם) באקומען פון די אראבישע אל-כימיקעס, הייסט אויף אראביש "كحول", "כוחול", און מיטן אראבישען 'ה"א הידיעה' - 'אל' זעט עס אויס ווי "الكحول", "אלכוחול" ("דער אלקאהאל").
אבער אין די אייראפעישע שפראכן נישטא קיין חי"ת, איז זיי האבן דאס פארשריבן ווי "alcohol" (ווי זיי שרייבן אויך Hanuka אדער Hebron).
דאס איז די גאנצע מעשה.
די וואָר הענגט אויף א האָר

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 5:13 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 5:17 pm

أنت مصيب.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 5:18 pm

איך קען דאס נישט ליינען, אבער באבילאן האט מיר דאס געגעבן אלס איבערטייטש פון דעם ענגלישן YOU ARE RIGHT.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 5:22 pm

זיכענדיג פריער עפעס אויף גוגל, בין איך אנגעקומען צו דעם http://www.islamweb.net/php/php_arabic/ ... yboard.htm עס קען זיין אינטערעסאנט פאר די וואס זענען עוסק אין אראביש.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 5:24 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 10:20 am

דא איז די רמב"ן פון וואס איך האב גערעדט (בראשית מט, יב): חכלילי עינים - אמרו המפרשים (רש"י, ראב"ע, והרד"ק) שהוא ענין אדמימות, שיתאדמו עיניו מרוב שתית יין, וכמוהו למי חכלילות עינים (משלי כג כט). והנראה בעיני שהוא הפוך, מן כחלת עיניך (יחזקאל כג מ), ונכפלה בו הלמ"ד כמנהג רבים. והוא כענין מכחול העינים הידוע ומורגל בדברי רבותינו (כלים פי"ג מ"ב). וכן שמו בערבי "אל כחול". יאמר שהוא כחול העינים מן היין, כי כאשר אחרים כוחלים אותם בפוך שהוא "האל כחול", כן יכחול אותם הוא ביין, וכמו שהאחרים מלבנים שיניהם בתמרוקים, כן ילבן אותם בחלב, והמשל לרבוי היין והחלב בארצו, כאשר הזכיר אונקלוס. וכן למי חכלילות עינים (משלי כג כט), כמו כחלילות, יאמר שעיניו כחולות ביין ולא יוכל להסתיר שכרותו. או יאמר, למי חכלילות עינים, שיצטרך לכחול עיניו תמיד, למאחרים על היין, כי היין יחשיך את עיניהם ויורידו דמעה ותמקנה בחוריהן, ויצטרך שיהיו עיניו במכחול תדיר. יספר הכתוב בגנות היין ברעות הבאות לו מבחוץ במדנים ובפצעים ושישמע בביתו אוי ואבוי, ויזכיר הנזק ההוא ההוה לו ממנו בגופו חשכת עיניו ותחלואיהם הרבים, וזה פירוש וענין נכון.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 4:13 pm

דו מישסט דא - אחרי המחילה - הודו מיט בוידל.

אל-כחול וואס דער רמב"ן זאגט, איז א שמירעכץ וואס חז"ל דערמאנען אלץ מכחול העינים, און האט גארנישט מיט אלקאהאל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוקטובער 14, 2007 2:27 am

זיי האבן גענוצט וויין אלס א שמיר פאר די אויגן

זעה הלכות שבת שכח
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג אוקטובער 14, 2007 5:47 am

3x0 האט געשריבן:זיכענדיג פריער עפעס אויף גוגל, בין איך אנגעקומען צו דעם http://www.islamweb.net/php/php_arabic/ ... yboard.htm עס קען זיין אינטערעסאנט פאר די וואס זענען עוסק אין אראביש.

יישר כח, א ניצליכע זאך.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2007 2:28 pm

אוי אידאס אגוטס.
אל כחול... מיט אלקאהאל.. WOW

אבער למעשה זאגט דאך דער רמב"ן (טאקע אין די וואכעדיגע סדרה) אז
וכן שמו בערבי "אל כחול". ער זאגט נישט גענוי וואס עס מיינט אויף אראביש. אבער מסתבר כדברי מרן קרעמער.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2007 3:04 pm

מ'לערנט דא תורה לשמה, ווארום מ'האט צוגעטראפן צו די וואכעדיגע פרשה, הא? געוואלדיג!!

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2007 3:11 pm

מיינע אויגן זענען איצט רויט פון לאכן, נישט פון אל-כחול.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג פאברואר 12, 2008 8:16 am

דער מזרחי אין שמות כ"ה פסוק כ"ט ביי קשותיו ומנקיות וואו רשיה"ק ברענגט זיך א ראי' פון לשון ערבי זאגט: "כי הערבי לשון הקודש משובש הוא"
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 17, 2008 8:41 am

דער מזרחי און ויקרא [א' פסוק י'] ברענגט צו די גמרא אין זבחים מו: אשה לשם אשים לאפוקי כבבא דלא. און רשיה"ק טייטשט דארט: כבבא. על מנת לעשותו חתיכות צלויות בגחלים. לייגט דער מזרחי צו: והנה בלשון ישמעאל קורין לבשר צלי על גבי גחלים כב"ב.

נו... ווער ברויך שיש-קעבאב?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 9:41 am

קרעמער באשכול הנייעס האט געשריבן:ידיעה בעלמא: על-מאסרי באדייט "פון מצרים"


קיינמאל געוואוסט, ס'הייסט 'מאסרי' איז מצרים אויף אראביש?

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:36 am

'אל' טייטש 'די', און אין לשון קודש די ווארט 'ה'. דא וועט עס ווארשיינליך מיינען 'די מצרי', 'המצרי', וכדומה. ודו"ק. עי' בערך 'אל-קאידה', 'אל-אקצה', ודו"ק.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:40 am

פון מאסרי ביז מיצרי איז נישט אזא שפרונג

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:50 am

אויף ליטעראטורישן אראביש ("ערביה פוסחה") מצרים איז מהסר (הייסט עס זיי שרייבן טאקע "מהצר", אבער זייער צדי"ק קלינג ענלעך אויף אונזער סמ"ך) און מיצרי איז מהסרי.
אבער אויפן רעדנדן אראביש זאגט מען "מאחסר" און "מאחסרי".
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 12:06 pm

יישר-כח אלע מגיבים, בראש ידידי הרב ערנסטער.

(איך ווארט נאך אויף אייער ערשיינונג באשכול 'על הצדיקים')

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 06, 2008 9:06 am

איך האב היינט געזעהן אין תשבי, אז די ווארט דוכן מיינט אויף אראביש א באנק, ס'איז מיר א חידוש, ווייל איך האב אלעמאל געמיינט אז ס'איז אראמיש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מאי 06, 2008 6:07 pm

ווי געשריבן אמאל פונעם אבן עזרא זענען לשון הקודש, און להבדיל אראמיש און אראביש, געשוויסטער-קינדער.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט