ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
גין-גאלד האט געשריבן:די ווערטער כמות/איכות האבן נישט ריפלעיסט קיין שום אנדערע ווארט פון "עכט" לשון קודש, ס'איז נאר פאבריצירט געווארן דורך די פריעדיגע,
אלס א סילושען אין די בחינה פון one size fits all.
ס'טייטש אז אויף עכט לשה"ק ווען מ'וויל ארויסברענגן די הגדרה פון כמות און איכות, וועט מען מוזן ארויסשרייבן קלאר מיט ווערטער, די סארט כמות און איכות פון וואס מ'רעדט.
למשל: ויהי שם לגוי גדול, עצום/ורב. (איכות/כמות). אדער: הספר קטן בסכום הדפים שבה, אבל גדול במה שנמצא כתוב בה.
קניתי ענבים מועטים במספרם, אבל מובחרים בטעמם. הבית קטן במידתו, אבל גדול ביפיו.
(פונקליך ווען מ'נוצט מנין/מספר/מדה/משקל, גדול/הרבה, איז א נושא פאר זיך)
למעשה אז אונז האב מיר אזא גוטע ווארט ווי איכות און כמות, און קיין שייכות מיט היברעאיש האט עס נישט, דאן פארוואס זאל מען עס נישט נוצן.
ריכטיג, אז דאס איז א פאבריקאציע, און אויך ריכטיג איז אין לשון קודש שרייבט מען דעם "מציאות", איך בין אבער מחולק מיט אייך אז ווייל מען 'מוז' אזוי שרייבן, נאר ווייל אזוי איז 'ריכטיג' צושרייבן. (לשון קודש איז רייך מיט לשונות, ושמות הנרדפים יוכיחו, אז אויף דקות'דיגע הבדלים איז דא אן עקסטער ווארט)
כמות איכות זענען טאקע נישט העברעאיש אבער אויך נישט לשון קודש, מיר גלייכן פשוט זייער לשון קודש, מען גיט ב"ה אן עצה, אן דארפן אנקומען דערצו, און ווי איר צב"ש האט געשריבן.
איך האב געוואלט אן הסכמה אז עס איז נישט דא א ווארט אין לשון קודש "וואסקייט"-מה, וויפילקייט"-כמה, "וויקייט"-איך. פונקט ווי ס'איז נישט דא "ווענקייט"-מתי, אדער "וואוקייט"-איה.
און איך האב באקומען אן הסכמה פון אייך און פון "להודות".
להודות האט געשריבן:כמות מהות איכות האבן די מתרגמים אבן תיבון מחדש געווען פון די ווערטער מה איך כמה
אין "פירוש מלות זרות" סוף מורה נבוכים איז דא נאך אסאך
מסתבר, און אויך מסתבר אז ווייל געוויסע מושגים וואס ווערן גערעגט (אין מורה) כגון די חקירה וואס איז דער באשעפער, אז מען וויל אין אידיש שרייבן וועט דאס ווערן געשריבן בערך אזוי: "די באוואוסטע 'וואס' פראגע, נעמליך וואס איז דער באשעפער, האבן אונז נישט דאס מינדעסטע השגה", חנני' באגעגנט זיין חבר כתריאל פארטראכטערהייט ציפנדיג דאס בערדל. חנני' גיט אים א שאקל און פרעגט: "וואס איז שוין ווייטער מיר דיר, נאך אלץ זיין 'וואס' באדערט דיר?"
קאן זיין אז די ראשונים בימיהם זענען עטוואס נשפע געווארן פון דעם, אין רמב"ן און אין רשב"א טרעפט מען אויך די ווערטע אבער נישט אפט.
על כל פנים בימי הראשונים איז דאס לכאורה נתחדש געוואהרן.
"מהות" איז אריין פיל מער, וואשיינליך מחמת די היליקייט צו וואס דאס ווארט דינט "מהותו ית'"
אין אידיש זעהט דאס אויס כדלהלן:
מהות - 'וואס'קייט - מציאות
כמות = 'וויפיל'קייט - מספר-חומר
איכות = 'ווי'קייט תואר-צורה
א דאנק אייך ביידן
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 426
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am
- חוח בין השושנים
- שר האלפיים
- תגובות: 2853
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
ירוושלמי22 האט געשריבן:וויאוזי זאגט מען אויף לשון קודש א "זאץ"
אויף עבריעאש איז דא א ווארט "משפט"
לכאורה האט דעס נישט קיין מקור אין לשון קודש
ווייסט איינער אויב דאס האט יא א מקור, אדער עפעס א צווייטע ווארט צו אפטייטשן "זאץ" אויף לשון קודש?
פסוק!
כ'גיי דאס יאר אנרייסן די ביינער פון ווער ס'זינגט "א גאנץ יאר פורים!" וואס וויל ער? כ'זאל גיין נאך א יאר מיטן מאסקע?
- שטומפיג
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3747
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
חוח בין השושנים האט געשריבן:ירוושלמי22 האט געשריבן:וויאוזי זאגט מען אויף לשון קודש א "זאץ"
אויף עבריעאש איז דא א ווארט "משפט"
לכאורה האט דעס נישט קיין מקור אין לשון קודש
ווייסט איינער אויב דאס האט יא א מקור, אדער עפעס א צווייטע ווארט צו אפטייטשן "זאץ" אויף לשון קודש?
פסוק!
חידוש וואס דו זאגסט.
פסוק?
אסאך וואס שרייען איני מכיר אויף די העברעאישע "משפט", נוצן אנשטאט די "קטע".
מה שלא יעשה השכל יעשה השמייכל!
- חוח בין השושנים
- שר האלפיים
- תגובות: 2853
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
ירוושלמי22 האט געשריבן:וויאוזי זאגט מען אויף לשון קודש א "זאץ"
אויף עבריעאש איז דא א ווארט "משפט"
לכאורה האט דעס נישט קיין מקור אין לשון קודש
ווייסט איינער אויב דאס האט יא א מקור, אדער עפעס א צווייטע ווארט צו אפטייטשן "זאץ" אויף לשון קודש?
דאכט זיך מיר אז די מקור פון "משפט" פאר א זאץ אויף עברית נעמט זיך פון ענגליש וויבאלד מ'זאגט זיי פאר א "זאץ" און אויך פאר א "גזר דין" די ווארט "sentence".
א שטייגער ווי די ווארט "שניה" וואס מיינט אויף עברית "סעקונדע" וויבאלד אויף ענגליש זאגט "second" סיי פאר א "סעקונדע" און סיי פאר "2nd" דעריבער נוצט מען אין עברית אויך די זעלבע ווארט...
- חוח בין השושנים
- שר האלפיים
- תגובות: 2853
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
סאיז דא א סיבה פארוואס sentence קען מיינען צוויי זאכן. ווייל זיי האבן א שייכות. זיי מיינען ביידע עפעס אינעם געגענט פון 'באשטימען'.
פונקט ווי 'פסק' מיינט אויך ביידע מיני sentence.
אזוי אויך 'גזר' מיינט ביידע (למשל שני גזרי עצים).
אויך 'חתך' (החותך חיים לכל חי) באלאנג אהער, ווי אויך 'קצב'.
פונקט ווי 'פסק' מיינט אויך ביידע מיני sentence.
אזוי אויך 'גזר' מיינט ביידע (למשל שני גזרי עצים).
אויך 'חתך' (החותך חיים לכל חי) באלאנג אהער, ווי אויך 'קצב'.
כ'גיי דאס יאר אנרייסן די ביינער פון ווער ס'זינגט "א גאנץ יאר פורים!" וואס וויל ער? כ'זאל גיין נאך א יאר מיטן מאסקע?
- קלאָצקאָפּ
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6919
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 426
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5963
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם הדמיון
ירוושלמי22 האט געשריבן:יישר כח פאר אלע וואס האבן גענטפערט
פסוק זעהט מיר אויס נישט די ריכטיגע אפטייטש פון זאץ
פיסקא אויף אראמיש זעהט באמת אויס, אבער איך זיך מער פאר לשון קודש
מאמר ווייס איך באמת נישט, און וואלט ניגעריג געווען צו וויסן א מקור וויל מ'פלעגט ניצן מאמר
בכל אופן היינט ניצט מען דאס ווארט מאמר אויף א ארטיקל
קוק אין ספר לשון לימודים להרמח"ל וואס איז פיל מיט דעם.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 426
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am
נא_שכל האט געשריבן:ירוושלמי22 האט געשריבן:יישר כח פאר אלע וואס האבן גענטפערט
פסוק זעהט מיר אויס נישט די ריכטיגע אפטייטש פון זאץ
פיסקא אויף אראמיש זעהט באמת אויס, אבער איך זיך מער פאר לשון קודש
מאמר ווייס איך באמת נישט, און וואלט ניגעריג געווען צו וויסן א מקור וויל מ'פלעגט ניצן מאמר
בכל אופן היינט ניצט מען דאס ווארט מאמר אויף א ארטיקל
קוק אין ספר לשון לימודים להרמח"ל וואס איז פיל מיט דעם.
יישר כח
- אוראייניקל
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6081
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am
ODOM האט געשריבן:ווי זאגט מען פוטער אויף לשון קודש.
היינטיגע "עברית" זאגט מען חמאה, אבער רש"י אין דער סדרה זאגט אז חמאה איז די סמעטענע וואס איבער די מילך (וואס רופטזיך אין הייניגע "עברית" שמנת), איז וואס איז די פוטער אין לשון הקודש?
קוקט אויס ווי איר ווייסט נישט ווי אזוי מען מאכט פוטער! פוטער איז שמנת וואס איז זייער שטארק אויפגעקלאפט, והיינו הך.
אוראייניקל האט געשריבן:ODOM האט געשריבן:ווי זאגט מען פוטער אויף לשון קודש.
היינטיגע "עברית" זאגט מען חמאה, אבער רש"י אין דער סדרה זאגט אז חמאה איז די סמעטענע וואס איבער די מילך (וואס רופטזיך אין הייניגע "עברית" שמנת), איז וואס איז די פוטער אין לשון הקודש?
קוקט אויס ווי איר ווייסט נישט ווי אזוי מען מאכט פוטער! פוטער איז שמנת וואס איז זייער שטארק אויפגעקלאפט, והיינו הך.
ס'איז א נפקא מינה להלכה, חמאת גוים איז נאר פוטער אדער אויך סמעטענע!
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
- אוראייניקל
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6081
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am
ODOM האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:ODOM האט געשריבן:ווי זאגט מען פוטער אויף לשון קודש.
היינטיגע "עברית" זאגט מען חמאה, אבער רש"י אין דער סדרה זאגט אז חמאה איז די סמעטענע וואס איבער די מילך (וואס רופטזיך אין הייניגע "עברית" שמנת), איז וואס איז די פוטער אין לשון הקודש?
קוקט אויס ווי איר ווייסט נישט ווי אזוי מען מאכט פוטער! פוטער איז שמנת וואס איז זייער שטארק אויפגעקלאפט, והיינו הך.
ס'איז א נפקא מינה להלכה, חמאת גוים איז נאר פוטער אדער אויך סמעטענע!
נאר פוטער, היות וואס די אייגנשאפט צו ווערן פון סמעטענע צו פוטער איז נאר דא ביי כשר'ע בעל חיים, איז דאס א צד מתיר צו זיין חמאת עכו"ם.
נאר ווען רש"י שרייבט אז חמאה איז די שומן שמעל החלב, רעדט רש"י פון די אויפגעקלאפטע שומן (=פוטער) וואס הייסט "חמאה" אויף "לשון הקודש".
מענעדזשער
ס'דא א לשון קודש'דיגע ווארט פאר "מענעדזשער" ?
- חוח בין השושנים
- שר האלפיים
- תגובות: 2853
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15459
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
ירוושלמי22 האט געשריבן:פסוק זעהט מיר אויס נישט די ריכטיגע אפטייטש פון זאץ
פיסקא אויף אראמיש זעהט באמת אויס, אבער איך זיך מער פאר לשון קודש
ביסט זיך סותר מיניה וביה
פסוק זעהט דיר נישט אויס, און פיסקא זעהט דיר באמת אויס
אבער להוי ידוע אז "פסוק" איז די לשון הקודש ווארט פאר די אראמישע ווארט "פיסקא"
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ירוושלמי22 האט געשריבן:פסוק זעהט מיר אויס נישט די ריכטיגע אפטייטש פון זאץ
פיסקא אויף אראמיש זעהט באמת אויס, אבער איך זיך מער פאר לשון קודש
ביסט זיך סותר מיניה וביה
פסוק זעהט דיר נישט אויס, און פיסקא זעהט דיר באמת אויס
אבער להוי ידוע אז "פסוק" איז די לשון הקודש ווארט פאר די אראמישע ווארט "פיסקא"
בוכשטעבליך יא. אבער אויב דו זוכסט א ווארט וואס זאל אויסזען נארמאל ביי די ליינער איז פסוק נישט קיין אויסוואל - סיידן דו ווילסט זיין "אנדערש".
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15459
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
נו פארדעם נוצן שרייבער'ס די ווארט "פיסקא" כאטשיג ס'איז באמת אראמיש.
באמת אבער, אחרי שובי נחמתי.
די אפטייטש פון "פסוק/פיסקא" איז "פערעגראף", נישט "זאץ", ועדיין צ"ע.
באמת אבער, אחרי שובי נחמתי.
די אפטייטש פון "פסוק/פיסקא" איז "פערעגראף", נישט "זאץ", ועדיין צ"ע.
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט