ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

להודות
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » דינסטאג מאי 23, 2017 8:27 pm

כמות מהות איכות האבן די מתרגמים אבן תיבון מחדש געווען פון די ווערטער מה איך כמה

אין "פירוש מלות זרות" סוף מורה נבוכים איז דא נאך אסאך

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך מאי 24, 2017 8:15 am

גין-גאלד האט געשריבן:די ווערטער כמות/איכות האבן נישט ריפלעיסט קיין שום אנדערע ווארט פון "עכט" לשון קודש, ס'איז נאר פאבריצירט געווארן דורך די פריעדיגע,
אלס א סילושען אין די בחינה פון one size fits all.

ס'טייטש אז אויף עכט לשה"ק ווען מ'וויל ארויסברענגן די הגדרה פון כמות און איכות, וועט מען מוזן ארויסשרייבן קלאר מיט ווערטער, די סארט כמות און איכות פון וואס מ'רעדט.
למשל: ויהי שם לגוי גדול, עצום/ורב. (איכות/כמות). אדער: הספר קטן בסכום הדפים שבה, אבל גדול במה שנמצא כתוב בה.
קניתי ענבים מועטים במספרם, אבל מובחרים בטעמם. הבית קטן במידתו, אבל גדול ביפיו.
(פונקליך ווען מ'נוצט מנין/מספר/מדה/משקל, גדול/הרבה, איז א נושא פאר זיך)

למעשה אז אונז האב מיר אזא גוטע ווארט ווי איכות און כמות, און קיין שייכות מיט היברעאיש האט עס נישט, דאן פארוואס זאל מען עס נישט נוצן.

ריכטיג, אז דאס איז א פאבריקאציע, און אויך ריכטיג איז אין לשון קודש שרייבט מען דעם "מציאות", איך בין אבער מחולק מיט אייך אז ווייל מען 'מוז' אזוי שרייבן, נאר ווייל אזוי איז 'ריכטיג' צושרייבן. (לשון קודש איז רייך מיט לשונות, ושמות הנרדפים יוכיחו, אז אויף דקות'דיגע הבדלים איז דא אן עקסטער ווארט)
כמות איכות זענען טאקע נישט העברעאיש אבער אויך נישט לשון קודש, מיר גלייכן פשוט זייער לשון קודש, מען גיט ב"ה אן עצה, אן דארפן אנקומען דערצו, און ווי איר צב"ש האט געשריבן.

איך האב געוואלט אן הסכמה אז עס איז נישט דא א ווארט אין לשון קודש "וואסקייט"-מה, וויפילקייט"-כמה, "וויקייט"-איך. פונקט ווי ס'איז נישט דא "ווענקייט"-מתי, אדער "וואוקייט"-איה.
און איך האב באקומען אן הסכמה פון אייך און פון "להודות".
להודות האט געשריבן:כמות מהות איכות האבן די מתרגמים אבן תיבון מחדש געווען פון די ווערטער מה איך כמה

אין "פירוש מלות זרות" סוף מורה נבוכים איז דא נאך אסאך

מסתבר, און אויך מסתבר אז ווייל געוויסע מושגים וואס ווערן גערעגט (אין מורה) כגון די חקירה וואס איז דער באשעפער, אז מען וויל אין אידיש שרייבן וועט דאס ווערן געשריבן בערך אזוי: "די באוואוסטע 'וואס' פראגע, נעמליך וואס איז דער באשעפער, האבן אונז נישט דאס מינדעסטע השגה", חנני' באגעגנט זיין חבר כתריאל פארטראכטערהייט ציפנדיג דאס בערדל. חנני' גיט אים א שאקל און פרעגט: "וואס איז שוין ווייטער מיר דיר, נאך אלץ זיין 'וואס' באדערט דיר?"

קאן זיין אז די ראשונים בימיהם זענען עטוואס נשפע געווארן פון דעם, אין רמב"ן און אין רשב"א טרעפט מען אויך די ווערטע אבער נישט אפט.
על כל פנים בימי הראשונים איז דאס לכאורה נתחדש געוואהרן.
"מהות" איז אריין פיל מער, וואשיינליך מחמת די היליקייט צו וואס דאס ווארט דינט "מהותו ית'"

אין אידיש זעהט דאס אויס כדלהלן:
מהות - 'וואס'קייט - מציאות
כמות = 'וויפיל'קייט - מספר-חומר
איכות = 'ווי'קייט תואר-צורה

א דאנק אייך ביידן

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » פרייטאג יולי 28, 2017 10:17 am

.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט