ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך Jewboy » זונטאג סעפטעמבער 16, 2007 3:02 pm

ערב ראש השנה האב איך מיר אנגעשטויסן (נישט ממש) אין אזא צעטל.
צוגעלייגטע
IMG 014.jpg
IMG 014.jpg (55.78 KiB) געזעהן 3628 מאל
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג סעפטעמבער 16, 2007 3:07 pm

חחחחחחחחחחחח.

נ.ב.
נישט אזוי זאגט מען עס, אזוי האב איך געלאכט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 16, 2007 6:04 pm

גרביים שקופים

אייגנטליך, ווייסטו דאס בעסער ווי מיר, וואס שרייב איך דא?

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2007 5:06 am

קרעמער האט געשריבן:גרביים שקופים

גחראבהיוינהים.
גרביים מיינט זאקן.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 2:54 pm

ווייסט איינער ווי אזוי מען זאגט אין לשון הקודש (נישט היברו, דאס ווייס איך אויך) אינטערסאנט, אינטערסירט, אינטרעסע, וכדומה?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 2:55 pm

ווי אויך ווי אזוי זאגט מען א פראבלעים אין לשון הקודש (נישט די היברו/ארמי בעיה)???
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

איך פרוביר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:32 pm

תגובהדורך איך פרוביר » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 3:15 pm

אלעקסיי מעוניין איז היברו?

דעיע וואך האט איינער אויפגעהאנגן א צעטעל ביי אונז אין בית המדרש וועגן עפעס א כולל און עס איז געשטאנען מעוניינים, עס האט זיך איבעגעקער טישן מיט בענק.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 3:25 pm

דאס איז שוין אן אלטע איבערקערעניש יעדע פרישע זמן, אבער עס איז 100% נישט קיין לשה"ק, אפשר צייגסטו אן איין פלאץ אין די פריערדיגע ווי עס שטייט אזא אויסדרוק? עס איז מיר נאר זייער "אינטערסאנט", ווייל עס איז זייער א קאממען ווארט, איז וואס האט מען געטועהן פאר עס איז נולד געווארן היברו אויפן וועלט?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

איך פרוביר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:32 pm

תגובהדורך איך פרוביר » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 3:50 pm

גערעכט, מסתמא געפונט מען נישט אזא ווארט, לכאורה פלעגט מען זאגען 'פלא' והי' אצלי לפלא אזוי מיין איך.

איך פרוביר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:32 pm

תגובהדורך איך פרוביר » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 3:51 pm

אבער עס איז נישט אינטערסאנט אויף אינטערסירט.

אויף אינטערעסע פלעגט מען זאגן 'רוצה' מי שרוצה לבוא, וכדומה.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 10:24 am

און ווי אזוי האט מען געזאגט: איך האב א שטארקע "אינטערעסע"... איך האב א שטארקע "פלא"???... (זעט אויס מען האט קיינמאל נישט געזאגט)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 4:13 pm

יש לי חשק.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג אוקטובער 15, 2007 10:14 am

אויב אזוי, קען מען שרייבן "ראיתי דבר חשק" פארן זעהן א אינטערסאנטע זאך, און החושקים פאר "פאראינטערסירטע"...

אגב, געזעהן די וואך אויף לוח המודעות א מודעה פון א כולל, וואס פירט אויס "המתאוננים" יתקשרו...
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוקטובער 15, 2007 12:40 pm

דיין ערשטע שורה ליינט זיך גאר גוט אן די דריי פינטעלעך צום סוף, אלעקסיי. פון "דברי חשק" האסטו נאך קיינמאל נישט געהערט? עס מיינט זאכן וואס מענטשן האבן אן אינטערעסע דערין, יא! ומי שנפשו חשקה בתורה, מיינט אז ער האט אן אינטערעסע, א שטארקע אינטערעסע אין די תורה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוקטובער 15, 2007 1:14 pm

אלעקסיי, און וואס מיינט המחושקים כסף? (תרומה)

דאס ווארט מעוניין איז דער יסוד ענין, א רעכט לשה"קשער ווארט. נאר וויבאלד ענין איז טייטש אינטערעסע, קומט דאך אויס אז ווער ס'יז אינטערעסירט איז א מעונין.

איך לייקן נישט דאס איז א נייער ווארט אבער נישט קיין עברית. עברית מיינט למשל חשמל אדער גענצליך נייע ווערטער כלומר'שט אריינגעפלאנצט אינעם זשארגאן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג אוקטובער 15, 2007 1:23 pm

שוועמל, וואו טייטשט ענין אינטערעסע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 15, 2007 2:30 pm

שוועמל, לא כן למד אותנו רבינו הקוה"ט מ'סאטמאר, יעדע מינדעסטע הוספה אויף אריגינעל לשה"ק איז..... עברית, פוי.

חוץ מזה וואס רבינו הגדול מ'קרעטשמע האט שוין מעיק געווען אז ענין האט גארנישט מיט אינטערעסע.

יעצט לעצם הנידון איז דא א מאמר חז"ל "לעולם יעסוק אדם במה שלבו חפץ (בערך), אדער חשק ווי פריערדערמאנט, עכ"פ ווילן און גלוסטן זענען עקספרעשאן'ס פון אינטערעסע, איי פארוואס איז נישט דא קיין ווארט אויף אינטערעסע זעלבסט, וועלן מיר ברויכן אנקומען צום הייליגן חתם סופר אין די דרשות וועלכער איז מסביר אז לשה"ק האט א טבע פארגעסן צו ווערן ווען אידישע קינדער זענען נישט ראוי דערצו, ער ברענגט א ראי' פון די גמרא אויף אפאר פלעצער "לא ידעו רבנן מאי וכו'" וואס הייסט לא ידעו? אלא וואדען, מ'האט פארגעסן ברוב הימים.

ביז ווען דער רשע עריץ דער טמא'ניאק בן יהודא וחבריו האבן מחליט געווען שולט צו זיין אויף עם ישראל ולשונם, און עובר געווען על דעת קונם דירעקט נישט צו נוצן דעם הייליגן שפראך אויף עוורי דעי בעסיס, דארפאר האבן זיי געמוזט מחדש זיין ווערטער אשר לא שערום אבותינו.

היו לא תהי'

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוקטובער 15, 2007 2:40 pm

קהלת פרק א
פסוק יג: ואנטתחתלהי אזת-להבלהי, להדארוישס ואלטתולר בלחחטכאמטה, עחל כלטל-אגשסזר נחעגשעטה, תלחחחת החשלסטמטיהם; הולא עהנאיחן רטע, נטתחן אבליההים להבאנוי הטאטדטם--לחעגנוית בלוי.
קוהלת פרק ב
פסוק כו: כלהי לאאטדטם שסזטלויב לאפטנטיו, נטתחן חטכאמטה ואדחעחת ואשעהמאחטה; ואלחחויטזא נטתחן עהנאיטן לזאבסיף ואלהכאנויס, לטתות לאטויב להפאנוי הטאבליההים--גלחם-זזה הזבזל, ולראעולת רולחח.
קוהלת פרק ה
פסוק ב: כלהי בלטא החחגלוים, בלאריב עהנאיטן; ואקויל כלאסהיל, בלאריב דלאבטרהים

שטארק מוכיח פון די דערמאנטע פסוקים, רשי זאגט מלשון עיון ומחשבה. מנהג דאגה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוקטובער 15, 2007 2:43 pm

אמת אז יעדע הוספה, אבער די שאלה איז וואס ''איז'' באמת א הוספה?

צענדליגער אויב נישט הונדערטער פון זייערע ווערטער טרעפן מיר אין אמאליגע ספרים ספעציעל ביי די קדמונים ווי די ספרדישע גדולים זי"ע אדער ביי אנדערע וואס האבן זיך אויסגעצייכנט אין לשה"ק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 15, 2007 3:54 pm

ווען א קדמון איז מוסיף (אדער האט בקבלה) איז לא קרב זא"ז צו ווען די טמאים לנפש שטעל צו זייערע מאדערנע הוספות כספחת לנגעים.

שוין וועסטו מוזן לערנען מאמר לשה"ק פון ויואל משה, אויב דו האסט ספיקות, און איך וועל מוזן שווייגן לקיים מה שנא' אל תענה

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוקטובער 15, 2007 9:28 pm

און וואס טוט זיך מיט תן לחכם גו'?

איך האב שוין לאנג געהאלטן אז מען דארף ענדערש פארשפרייטן די ילקוט אמרים ויואל משה אין וויליפעסט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג אוקטובער 16, 2007 2:18 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג פאברואר 29, 2008 2:04 pm

איך "פארגין" יענעם, פארוואס קענסטו אים נישט "פארגינען"?

אויף עיברית איז נישט דא קיין ווארט און אן איזראעילי וואלט געזאג אזטי...

אני "מפרגן" אותו, למה אתה לא יכול "לפרגן" אותו?


איז דא א ריכטיגע ווארט אויף לשון הקדש?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 29, 2008 3:42 pm

עין-טובה בלשון המשנה איז די מדה פון פארגינען, אבער כ'געדענק נישט קיין שם-פעולה דערויף.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג פאברואר 29, 2008 3:44 pm

מיללער האט געשריבן:עין-טובה בלשון המשנה איז די מדה פון פארגינען, אבער כ'געדענק נישט קיין שם-פעולה דערויף.


נו דאס איז טאקע געווען מיין שאלה.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט