שפרעכן זי דאטש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

שפרעכן זי דאטש?

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג מארטש 22, 2015 8:19 pm

א גוט יאר.

איך זוך אצינד איינער וואס קען גוט ליינען דויטש, און קען מיר ערקלערן א געוויסער צעטיל וואס איך דארף וויכטיג וויסן איר באדייט. איך וועל מכיר טובה זיין פאר דער וואס קען מיר העלפן.

יישר כח.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג מארטש 22, 2015 8:42 pm

איך קען פרובירן
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג מארטש 22, 2015 9:04 pm

דאטש און דויטש איז צוויי שפראכען, דאטש איז פלעמיש וואס מען רעדט אין בעלגיע, דויטש איז גערמאניש וואס מען רעדט אין דייטשלאנד.

פלעמיש קען איך דיר העלפען, און דויטש אביסעלע.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

עבודת_הבורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » מאנטאג מארטש 23, 2015 4:35 pm

אינטערסאנט אז גוגל האט צוויי שפראכן איינס German וואס דאס ענדעלט מער צו אידיש, (איך ניץ עס אמאהל צו כאפן א ווי אזוי מען זאגט עפעס אין אידיש) דערנאך איז דא Dutch
קען זיין איך זאג די זעלבע ווי יאפין

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מאנטאג מארטש 23, 2015 5:42 pm

יא זאגסט די זעלבע פון מיר.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 8:33 am

איינער קען מיר קלאר איבערטייטשן די אנגעצייכענטע ווערטער אין די באשרייבונגען, עס רעדט זיך פון הגאון רבי שלמה כהן מ'צילץ זצ"ל, די ספק איז וועלכע יאר ער איז נסתלק געווארען, צו תקפ"ד ולמספרם 1824, אדער תקפ"ב ולמספרם 1822, איינער זאגט 1824 און איינער זאגט אן השערה 1822 איין טאג נאכדעם וואס זיין זין איז געבוירן, און מען האט גערופן דעם זין נאכ'ן טאטען, און איינער ברענגט ביידע.
למעשה איז די השערה נישט ריכטיג זעה דא אבער עס איז מיר אינטערסאנט צו וויסען צו איין שרייבער באמערקט דאס.

פטירה 1.pdf
השערה "ווארשיינליך" תקפ"ב.
(169.66 KiB) דאונלאודעד 162 מאל


פטירה 2.pdf
שוין זיכער תקפ"ב
(164.04 KiB) דאונלאודעד 67 מאל


זמן פטירתו 33.pdf
תקפ"ד אבער עפעס זאגט ער אין הערה 2 וועגן די השערה
(128.38 KiB) דאונלאודעד 115 מאל


אויב מעגליך ביטע מיט-טיילן א קלארן באדייט פון די ווערטער.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

עטליכע כללים אין שרייבן און לייענען דייטש

תגובהדורך מאָזעס » דינסטאג יוני 23, 2015 6:07 am

עטליכע כללים צו שרייבן און לייענען דייטש

Ö = או שורוק מיט א רונדלעכיג מויל
Ü = אי חיריק מיט א רונדלעכיג מויל
Ä = (E) ע סגול
Ei =(Ai) אײַ
Eu / Äu=(Oi) אוי
Sch =(Sh) שי״ן ימנית
Tsch = (ch) טש
Ch = אין אנפאנג ווארט פאר די וואקלן A און E ווי כ"ף רפה. פאר דעם וואקאל I ענליך צו שי"ן ימנית
W = וו (v)
F / V = פ״ה רפה (f)
J = י (Y)
H = ה און אויך צו פארלענגערן די תנועה
[ b]Tz[/b]= צ
Z = ז
S = ס אבער אין אנפאנג ווארט ווי ז
Sp = אין אנפאנג ווארט שפ אין מיטן אדער סוף ווארט ספ
St = אין אנפאנג ווארט שט אין מיטן אדער סוף ווארט סט
Ck / k = ק
ß = ss = ס קומט נאר אינמיטן ווארט

מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

די נעמען פון דעם דייטשן אלפאבעט

תגובהדורך מאָזעס » דינסטאג יוני 23, 2015 6:47 am

ABCDEFGHIYKLMNOPQRSTUVWXYZ

אַ בע צע דע ע עף גע האַ אי יאָט קאַ על עם ען אוה פע קו ער עס טעה או פאַו וועה איקס אופסעלאָן צעט

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג פאברואר 20, 2017 4:08 pm

מאָזעס האט געשריבן:ABCDEFGHIYKLMNOPQRSTUVWXYZ

אַ בע צע דע ע עף גע האַ אי יאָט קאַ על עם ען אוה פע קו ער עס טעה או פאַו וועה איקס אופסעלאָן צעט

מסתם איז דער ערשטער Y א טעות און ברויך צו זיין J
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט