א גוטן טייערע חברים!
ווי באקאנט, זענען נישט אלע שרייבערס אויף אייוועלט באמת שרייבערס אין די נישט ווירטואלע וועלט, און צוליב דעם זעהט מען אפט אז מענטשן שרייבן דא מיט גרויסע טעותים. צומאל זענען די טעותים פשוט ווייל מ'ווייסט נישט אז ס'איז דא א חילוק מיט איין אות אין דעם ווארט, צומאל איז דאס אפי' ווען מ'ווייסט יא אז ס'איז דא א חילוק ווייסט מען אבער נישט ווען מ'דארף נוצן וואס.
מיט די צייט האב איך פארשטאנען צוויי הנחות, און לאור דעם עפן איך דעם אשכול.
איינס: יעדער קען ביישטיין צו שרייבן אויסגעהאלטן ע"פ כללי הדקדוק, אבער נישט יעדער האלט ביים אוועקגעבן צייט דערפאר.
צוויי: אן אשכול וואס רעדט זיך איבער דקדוק אדער איבער סיי וועלכע נושא פון שפראך, האבן ווייניג מענטשן נערווען צו ליינען. בעיקר צוליב דעם וואס מ'ליינט וואס דער זאגט און וואס יענער ברענגט א ראי' פארקערט וכו' אויב אבער לייגט מען אראפ א יסוד, וועלן עס מענטשן סאך ענדערש ליינען.
צוליב דעם עפן איך דעם אשכול וואו איך האף ארויפצושטעלן איין תגובה אין א טאג צוויי, פשוט קורץ און שארף, די כללים דערין. ווי אויך וועל איך פרובירן צו לינקן צו אן אשכול אינם וועלטל וואס רעדט פון דעם נושא, אז ווער ס'וויל זיך טענה'ן זאל שרייבן דארט.
איך בעהט זייער שטארק אז דעם אשכול זאל מען לאזן ריין פון תגובות, און נאר איינער וואס האט וואס צו צולייגן אויפן זעלבן סגנון וואס איך וועל שרייבן זאל שרייבן. (ובכלל "האיסור" נכלל פשוטע יישר כח'ס אדער אויסבעסערן מיינע טעותים...)
אויב איינער האט סיי וועלכע הערה אדער הארה איבער דעם אשכול זאל מיך ביטע שיקן אן אישי, אדער עפענען א צווייטע אשכול וואס זאל זיין מיוחד אויף הערות איבער דעם אשכול.
ומכאן הקריאה יוצאת; אזוי ווי איך בין נישט קיין שרייבער אדער לענגוויסט, בעהט איך אז סיי ווער ס'זעהט סיי וועלכע טעות אין מיין ספעלינג סיי וואו אויפן וועלטל, זאל מיר שיקן אן אישי.
איך וועל פרובירן צו שרייבן קורץ אין שארף, מיט א דוגמה וואו מ'נוצט דעם ווארט. אויב איינער פארשטייט נישט, קען אדער קוקן אין דעם לינק וואס איך וועל פרובירן צו שטעלן אין יעדע תגובה, אדער מיר שיקן אן אישי וואו איך וועל פרובירן צו מסביר זיין מער בעיון (אדער עפענען אן אשכול פאר הערות איבער דעם אשכול)
וזה החלי:
די חילוק צווישן אלס און אלץ
אלס ווערט גענוצט: "אלס קרוב דארף איך איהם נישט בארגן קיין געלט"
אלץ ווערט גענוצט: "אלץ דארף אן אשכול ווערן פארדרייט"
פארבעסערן אפטע טעותים ביים שרייבן
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- עין טובה
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4062
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
- לאקאציע: 127.0.0.1
צו/צי-ה. די חילוק
די חילוק צווישן צו און צי-ה
צו ווערט גענוצט: "איך וויל גיין צו מיין הויז"
ווי אויך ווערט צו גענוצט: "אזוי צו אזוי"
צי ווערט גענוצט" "צי עס ארויס פון דא" אדער, "איך צי צוריק"
דאס ווארט ציה מיט א ה"ה צום סוף איז דא וואס זענען עס נישט גורס, די וואס זענען עס יא גורס, איז עס אלס אלטערנאטיוו צו "צי".
צו ווערט גענוצט: "איך וויל גיין צו מיין הויז"
ווי אויך ווערט צו גענוצט: "אזוי צו אזוי"
צי ווערט גענוצט" "צי עס ארויס פון דא" אדער, "איך צי צוריק"
דאס ווארט ציה מיט א ה"ה צום סוף איז דא וואס זענען עס נישט גורס, די וואס זענען עס יא גורס, איז עס אלס אלטערנאטיוו צו "צי".
- עין טובה
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4062
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
- לאקאציע: 127.0.0.1
עי"ן פאר אן ענדע נו"ן. ווען נוצט מען עס?
כלל: ווען מ'לייגט צו אן עי"ן פאר די ענדע נו"ן
א ווארט וואס ענדיגט זיך מיט אן ענדע נו"ן, דארף נישט האבן קיין עי"ן פארדעם. חוץ אויב די אות פארדעם איז:
מ, למשל צוזאמען.
נ, למשל עפענען.
נק, למשל ווינקען.
נג, למשל געגאנגען.
וו, למשל נערווען.
אויב א ווארט ענדיגט זיך מיט "לן" שרייבט מען אמאל "לן" און אמאל "לען"
לן - אויב פאר די למ"ד איז דא א וואקאל, למשל: ווילן, שפילן
לען - אויב פאר די למ"ד איז נישט דא א וואקאל, למשל: מאנדלען
ווען די ווארט אליין ענדיגט זיך מיט אן עי"ן למשל: טשעפע - טשעפען, שעפשע - שעפשען לאזט מען די עי"ן און מען לייגט צו אן ענדע נו"ן.
א ווארט וואס ענדיגט זיך מיט אן ענדע נו"ן, דארף נישט האבן קיין עי"ן פארדעם. חוץ אויב די אות פארדעם איז:
מ, למשל צוזאמען.
נ, למשל עפענען.
נק, למשל ווינקען.
נג, למשל געגאנגען.
וו, למשל נערווען.
אויב א ווארט ענדיגט זיך מיט "לן" שרייבט מען אמאל "לן" און אמאל "לען"
לן - אויב פאר די למ"ד איז דא א וואקאל, למשל: ווילן, שפילן
לען - אויב פאר די למ"ד איז נישט דא א וואקאל, למשל: מאנדלען
ווען די ווארט אליין ענדיגט זיך מיט אן עי"ן למשל: טשעפע - טשעפען, שעפשע - שעפשען לאזט מען די עי"ן און מען לייגט צו אן ענדע נו"ן.
- עין טובה
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4062
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
- לאקאציע: 127.0.0.1
ווי/וואו. די חילוק
די חילוק צווישן ווי און וואו
ווי ווערט גענוצט: "ער קוקט אויס פונקט ווי דיר"
וואו ווערט "נאר" גענוצט ווען מ'רעדט פון א פלאץ: "וואו ביסטו"
יתר ביאור: מ'נוצט אייביג ווי א חוץ ווען מ'רעדט פון א פלאץ.
ווי ווערט גענוצט: "ער קוקט אויס פונקט ווי דיר"
וואו ווערט "נאר" גענוצט ווען מ'רעדט פון א פלאץ: "וואו ביסטו"
יתר ביאור: מ'נוצט אייביג ווי א חוץ ווען מ'רעדט פון א פלאץ.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10225
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
-
- שר האלף
- תגובות: 1098
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm
ביישטיין/באשטיין
נישט ריכטיג. יעדער קען באשטיין צו שרייבן גוט, אבער נישט יעדער קען ביישטיין די שוועריגקייט פון ספעלן ריכטיג...
עין טובה האט געשריבן:איינס: יעדער קען ביישטיין צו שרייבן אויסגעהאלטן ע"פ כללי הדקדוק
נישט ריכטיג. יעדער קען באשטיין צו שרייבן גוט, אבער נישט יעדער קען ביישטיין די שוועריגקייט פון ספעלן ריכטיג...
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10225
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:ביישטיין/באשטייןעין טובה האט געשריבן:איינס: יעדער קען ביישטיין צו שרייבן אויסגעהאלטן ע"פ כללי הדקדוק
נישט ריכטיג. יעדער קען באשטיין צו שרייבן גוט, אבער נישט יעדער קען ביישטיין די שוועריגקייט פון ספעלן ריכטיג...
און נישט יעדער קען ביישטיין די שוועריגקייט פון ליינען א שלעכט אויסגעלייגטע געשרייבעכטס...