פארוואס שפירן זיי נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

פארוואס שפירן זיי נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן?

תגובהדורך קרעזי » זונטאג אוגוסט 26, 2007 9:50 am

אין א בריוו צו די מעלות (אב ס"ז) שרייבט איינער צו זיי וז"ל:

איינע פון אייערע מעלות איז אז איר נעמט אן אמת'ע קריטיק, דערפאר ערלויב איך זיך צו שרייבן דאס מייניגע.

אינ'ם אייר ס"ז נומער פרעגט א ליינער זייט ווען איז "קאלן" איז א אידיש ווארט, און איר ענטפערט אז רוב אידיש רעדנדע באנוצן זיך דערמיט. דער ענטפער איז מיר געווען א גרויסער חידוש. איך ווייס נישט אין וועלכע געגענט דער רעדאקטאר וואוינט, אבער רוב אידיש רעדנדע מיט וועמען איך רעד נוצן דאס נישט. איך האב זינט דאן אויפגעפאסט דערויף. און איך וואלט געשאצט אז 90% מיט וועמען אייך בין געווען אין קאנטאקט האבן גענוצט "רופן" אדער א טייל "קלינגען". אויב ווילט איר זיך רעכענען מיט "רוב" אידיש רעדנדע, דאן ליינט דאס קומענדיגע:

אין מיין אפארטמענט בילדינג זענען אלע נעיבארס אויף מיין פלאר זייער נייס. איין זאך באדערט מיר, אז זיי פארקן די קערידזשעס אינמיטן האלוועי. איינמאל האט מיין בעיבי עס אראפגעפושט אלע סטעפס, און איך האב אראגעדזשאמפט און דאס געקעטשט, וויייל ווען ס'וואלט געפאלן אויפן טשעיר וואלט עס געמאכט א נויז. אקראס די סטריט האט געמופט איינער וואס האט געוואוינט אראונד די קארנער, און איך האב זיי געגעבן א גאנצע טרעי מיט מארבל קעיק און א פיטשער מיט א דרינק און קאפס מיט נעפקינס, ס'איז אבער אראפגעפאלן אויפן גאדער און סיידוואק. זיי צאלן רענט עיט סעווענטי פייף פלאס יוטיליטיס. זיי האבן א סעלפאן וואס האט א סעווען וואן עיט עריע קאוד, אבער סאיז אלעמאל ביזי אדער זיי זענען נישט עוועילעבל. אין פראנט פון אונזער הויז איז דא א פאמפ, און ביי זיי איז דא א פאסטבאקס, וועגן דעם קומט זייער מעיל אן פריער. ביינאכט שיינט די לייט אויף אונזער בלאק, בייטאג האנקען די באסעס. אויב איר זענט גענוג סמארט צו כאפן די דזשאוקס, וועט איר ריעלייזן אז ס'איז נישט דא קיין איין סענטענס וואס איז פלעין אידיש, ודי למבין.

איך מיין ח"ו נישט צו קריטיקירן אייער ארבעט שאין כדוגמתו מיט אזא רייכן תוכן. אויב איך האב געשריבן צו שארף, פליז, איים סארי.

[align=right]ר.צ.
בארא פארק[/align]



די רעדאקציע האט נישט געפונען פאר וויכטיג צו ענטפערן פאר דעם איד, וועלכער פרעגט זייער אן ארנטליכע און אויפריכטיגע פראגע.

מיין פראגע: פארוואס? דער איד רעדט דאך צום דבר, און זיינע ווערטער שרייען שומו שמים. פארוואס האט די רעדאקציע זיך נישט וויסנדיג געמאכט און נישט געשריבן אן ענטפער צו אזא וויכטיגע בריוו?

אגב, האט ער געמאכט איין טעות אין בריוו. ער שרייבט "אויב איר זענט גענוג סמארט צו כאפן די דזשאוקס, וועט איר ריעלייזן אז ס'איז נישט דא קיין איין סענטענס וואס איז פלעין אידיש, ודי למבין", אינדערצייט וואס די גאנצע בריוו איז נישט מער ווי "פלעין אידיש"....
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

דוד
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2007 9:59 pm

תגובהדורך דוד » זונטאג אוגוסט 26, 2007 12:16 pm

אין דער אויסגאבע פון אלול ענטפערן זיי אין פארם פון א בריוו צו דער רעדאקציע, עיי"ש.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » זונטאג אוגוסט 26, 2007 12:26 pm

קרעזי, די מעלות האט זייער נישט ליעב צו ענטפערן קריטיק, איך האב דאס שוין כמ"פ באמערקט. עס קומט זיי דערפאר גארנישט.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » זונטאג אוגוסט 26, 2007 2:54 pm

האט קיין גרייז נישט (קאפירייט ביי אונזער פרעזידענט ירום הודו), איך בין א גרויסער חסיד פון די מעלות. איך האלט אז עס איז איינע פון די בעסטע צייטונגען אויפן מארק. מיט דעם אלעם, וואלט געווען גאר בעסער אויב וואלטן זיי געענטפערט דעם בריוו, און מיר נישט געלאזט שטעקן מיטן צונג אינדרויסן.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 4:42 pm

דאס האט נישט מיט די "מעלות". יעדע צייטונג האט זיך אן ענליכע צוגאנג לגבי קריטיק. זייער אסאך מאל איז קריטיק נישט אויסגעשטעלט בכלל ווי א פראגע (וואס ווארט אויף א תשובה), נאר ווי א קריטיק, און א אומצושטימונג צו דער רעדאקציעס ווערטער. אמאל קען מען שווייגן ווייל די ווערטער זענען ריכטיג (א בחינה פון "שתיקה כהודאה"), אבער לכאורה איז עס אין רוב פעלער פשוט ווייל עס איז נישט שייך צו ענטפערן. די רעדאקציע זאגט אזוי, און דער ליינער האלט אנדערש, נו וואס זאל מען זאגן? זאל עס אים וואויל באקומען.

צ.ב. ביי דעם פאל, דער קריטיקער פרעגט צוויי שאלות: איינס, עס איז נישט אמת וואס איר טענה'ט אז עס איז אריין אין באנוץ. צוויי, אפילו לו יהא אז עס איז יא אריין איז עס נאך נישט ריכטיג. אויף דער צווייטער פראגע אליין פארשטיי איך אז די מעלות וואלט אים געקענט ענטפערן, ווייל עס איז קלאר אז זייער מיינונג איז געווען אז דער אונטערשייד איז אז "פלעין אידיש" ווערט באנוצט נאר פון דעם היימישן עולם דא אין אמעריקע, בעת "קאלן" איז לויט זייער מיינונג מער אריין אין באנוץ אפילו איבער דער וועלט (נעם אלס ביישפיל דעם קאסעט "מצוה-קייטלעך #2", א קינדער-טעיפ וואס עס האט ארויסגעגעבן חיים באנעט, א קאמפאזיטאר פון א"י, די ווערטער זענען ריין-יידיש, אבער אין דעם לידל "דענטיסט" באנוצט ער זיך מיט דעם ווארט "קאלן". אגב, דאס ווארט דענטיסט איז אויך זייער לעגיטים, דאס איז א לאטייניש ווארט אזוי-ווי "פעדיקאריסט", א.ד.ג. - "דען" הייסט אויף לאטייניש - ציין).

אבער למעשה האט דער ליינער געטענה'ט צום ערשט: "אייערע ווערטער זענען נישט ריכטיג, מען באנוצט דאס נישט", אין אנדערע ווערטער זענען זיי מחולק אין א מציאות, איז וואס איז שייך צו ענטפערן אויף דעם? זאל איך זאגן ביסט נישט גערעכט, מען נוצט עס יא? ער טענה'ט דאך אז נישט.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 6:20 pm

מעלות האט שוין אמאל געשריבן דערוועגן, אז ווען זיי האבן נישט וואס צו ענטפערן בלייבן זיי שטיל.... דהיינו ווען זיי נעמען אן די קריטיק אזוי ווי א "מיינונג", לייגן זיי עס ארויף אלס נאך א מיינונג, כאילו זיי וואלטן צב"ש געשריבן א תיקון טעות, יענער שרייבט אזוי!
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
הכל בכל מכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:11 pm
לאקאציע: ווען ער זיכט א צווייטן

תגובהדורך הכל בכל מכל » דינסטאג נובעמבער 25, 2008 11:41 pm

לאמיר דערציילן די מעלות...
יא יא הכל בכל מכל איז נאר דא איין באשעפער


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט