חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

מענטשן וואס זאגן א ס ש-ת- אזוי ווי א -ט- זאגן חזק חזק ונ(יט)ת חזק און אנדערע ווערטער: שטארק אבער ווער נישט געשטארקט...
חוץ מזה ווען איינער זאגט פאר איינעם 'חוזק' מיינט ער מיט דעם צוזאגן אז הא! הא! יעצט בין איך שטערקער פון דיר
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

דער ראפשיצער רב האט געטייטשט 'וכי ימוך אחיך' אז דיין ברודער וועט זיך פאר'מח'ן, 'ומטה ידו' און ער וועט מאכן מיט די הענט 'והחזקת בו' זאלסטו חוזק מאכן פון אים...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

משהזוךמיר האט געשריבן:דער ראפשיצער רב האט געטייטשט 'וכי ימוך אחיך' אז דיין ברודער וועט זיך פאר'מח'ן, 'ומטה ידו' און ער וועט מאכן מיט די הענט 'והחזקת בו' זאלסטו חוזק מאכן פון אים...

א גוט ווארט...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

סך הכל, האבן מיר צוויי (2) פשטים, אן קיין פלפולים, איבער דעם ווארט ''חוזק'' וועלכע מען נוצט אין אידיש אלס ''שפאט.''
לויט ביידע, האט עס מיט דעם לשון-הקודש'דיגן ווארט ''חוזק'' וועלכע מיינט ''שטארק.''

1) א לשון סגי נהור. דורכדעם וואס מען מאכט שפאט פון יענעם, ווערט יענער [דאס פארקערטע פון] חוזק.
2) דער וואס מאכט שפאט פון א צווייטן, עררייכט ''חוזק'' פאר זיך זעלבסט. קומט אויס אז ער מאכט פון יענעם [פארדינט אויף יענעמ'ס חשבון] חוזק.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

סי דא א סעריע פון ביכלעך וואס הייסן חד וחלק, דארט איז דא שיינע געדאנקן אין אינטרעסאנטע מעשיות פון די חכמה אדער 'חכמה' פון כל מיני מענטשען, דארט שטייט אז צוויי עמיארצים האבן געלערנט פרשת שלח, זיי האבן געליינט די אויבן דערמאנטע פסוק אין זיי האבן נישט פארשטאנען וואס איז די פירוש פון די ווארט 'ויעפלו', האט איינער געזאגט מיט אקנייטשעדיגע שטערן: "לכאורה די יודן האבן זיך אראפ געווארפן אויפן שפיץ בארג (ויפילו...)", האט זיין חבר אים געזאגט "סי זייער א פאני פשט", האט יענער געקוקט אין רש"י און מיט שמחת הנצחון געזאגט: "או, אויך רש"י האלט אזוי ווי דיך, ער זאגט 'ויעפילו לשון חויזעק"...
איך האב נישט געגלייבט אויף די 'אינגרי"ש בלע"ז' ביז איך האב אריין געזעהן די רש"י.
איך בין א עכטע מאדיאר אבער איך האב מיך נישט באליידיגט...
ישראלי איז די נאמען, יהודי איז די מהות
אידיש גראמאטיק
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 1:38 pm

Re: חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גראמאטיק »

וועגן אפשטאם פון ״חוזק אין דער ברייט״ געפינען מיר אין ספר אורי וישעי פון דעם דרשן ר׳ אברהם בר' אליעזר הכהן (1714)

״דעד שוטה איז ערגער פון א ממזר. פארוואס? דערציילן מענטשן: דער ממזר און דער שוטה זיינען געגאנגען צוזאמען.
זאגט דער ממזר צום שוטה: היט זיך פון רעדן נארישקייטן און זאג נישט אויס אז איך בין א ממזר, וועל איך נישט אויסזאגן אז דו ביסט א שוטה. גוט — האט געענטפערט דער שוטה.

זיינען זיי געקומען צו אן אכסניא. זאגט דער ממזר: איך וועל גיין דער ערשטער און איך וועל זאגן אז עס קומט נאך מיר א חכם, וועט מען אונז ביידן אויפנעמען מיט כבוד.
גוט — ענטפערט דער שוטה. דער ממזר האט אזוי געטון. דער שוטה גייט נאך אים און האלט זיין שטעקן אין דער ברייט.
קען ער נישט דורכגיין דורך דער טיר. האבן אלע אנגעהויבן צו לאכן. רופט זיר אן דעם שוטה א גערעגטער: דער ממזר האט אייך שוין געזאגט אז איך בין א שוטה?!״ עם זעט אויס אז פון דעם נעמט זיר דער אויסדרוק: חוזק אין דער לענג חוזק אין דער ברייט.

חוזק אין דער ברייט_LI.jpg
חוזק אין דער ברייט_LI.jpg (710.3 KiB) געזען 2091 מאל
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

דאס ווארט „חוזק“ לייגט מען אויס ווי א לשון קודש שטאמיק ווארט. אבער, דאס האט געשטאמט לכאורה פון דייטש: hosc.

אנדערע נישט-לשון קודש'דיגע ווערטער וואס מע לייגט זיי אויס ווי לשון קודש'דיגע זענען (צום ביישפיל) „באהבנט“ און „קונדס.“
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

אידיש גראמאטיק האט געשריבן:וועגן אפשטאם פון ״חוזק אין דער ברייט״ געפינען מיר אין ספר אורי וישעי פון דעם דרשן ר׳ אברהם בר' אליעזר הכהן (1714)

״דעד שוטה איז ערגער פון א ממזר. פארוואס? דערציילן מענטשן: דער ממזר און דער שוטה זיינען געגאנגען צוזאמען.
זאגט דער ממזר צום שוטה: היט זיך פון רעדן נארישקייטן און זאג נישט אויס אז איך בין א ממזר, וועל איך נישט אויסזאגן אז דו ביסט א שוטה. גוט — האט געענטפערט דער שוטה.

זיינען זיי געקומען צו אן אכסניא. זאגט דער ממזר: איך וועל גיין דער ערשטער און איך וועל זאגן אז עס קומט נאך מיר א חכם, וועט מען אונז ביידן אויפנעמען מיט כבוד.
גוט — ענטפערט דער שוטה. דער ממזר האט אזוי געטון. דער שוטה גייט נאך אים און האלט זיין שטעקן אין דער ברייט.
קען ער נישט דורכגיין דורך דער טיר. האבן אלע אנגעהויבן צו לאכן. רופט זיר אן דעם שוטה א גערעגטער: דער ממזר האט אייך שוין געזאגט אז איך בין א שוטה?!״ עם זעט אויס אז פון דעם נעמט זיר דער אויסדרוק: חוזק אין דער לענג חוזק אין דער ברייט.

חוזק אין דער ברייט_LI.jpg

ער זאגט דארט אז פון דעם שטאמט דער אויסדריק?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ארגאן האט געשריבן:דאס ווארט „חוזק“ לייגט מען אויס ווי א לשון קודש שטאמיק ווארט. אבער, דאס האט געשטאמט לכאורה פון דייטש: hosc.

אנדערע נישט-לשון קודש'דיגע ווערטער וואס מע לייגט זיי אויס ווי לשון קודש'דיגע זענען (צום ביישפיל) „באהבנט“ און „קונדס.“

וואס איז דער באדייט פון hosc אין דייטש? א זוך אויף גוגל ווייסט נישט פון אזא ווארט צו זאגן.

מיט "באהאוונט" קען איך א פארקערטע מעשה. כ'האב אלץ פארשטאנען אז ס'איז יא א לשה"ק ווארט, פון הבנה-פארשטאנד, נאר מ'לייגט עס אויס ווי א אידיש ווארט.

"קונדס"? וואס איז דאס?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

גרשון האט געשריבן:וואס איז דער באדייט פון hosc אין דייטש? א זוך אויף גוגל ווייסט נישט פון אזא ווארט צו זאגן.


גיט זשע א קוק דא, אונטערן זוכװארט "hosche":
https://www.koeblergerhard.de/mhd/2A/mhd_h.html
זיין טייטש איז פונקט "חוזק."

גרשון האט געשריבן:
מיט "באהאוונט" קען איך א פארקערטע מעשה. כ'האב אלץ פארשטאנען אז ס'איז יא א לשה"ק ווארט, פון הבנה-פארשטאנד, נאר מ'לייגט עס אויס ווי א אידיש ווארט.


איר זענט גערעכט, מע לייגט באהאוונט אויס געוויינטליך (אבער נישט אלעמאל) אזוי. כאטש דאס ווארט שטאמט מן הסתם פון דייטש "behaben".

גרשון האט געשריבן:"קונדס"? וואס איז דאס?


דער קונדס (ארויסגעזאגט "קונדעס", ל"ר "קונדסים") איז א לץ, ווארשיינלעך פון kundys אין פויליש.

גיט א קוק אויף הארקאוויס ווערטערבוך. ער האט געשריבן קליינע אפטייטשן און קאמעמטארן וועגן אינטערעסאנטע ווערטער ווי זיי.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דער לינק צו hosche האט מיין קאמפיוטער נישט געעפנט געהעריג, מסתמא צוליב זיין פילטער. כ'וואלט מיך געפרייט אויב דו קענסט לייגן א בילד פונעם יענעם ווארט.

behaben ווערט געטייטשט to behave, דאס איז א היבשער מרחק פון אונזער באנוץ מיט דעם ווארט, "צו האבן באקאנטשאפט." אבער ס'קען פארט זיין.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

גרשון האט געשריבן:דער לינק צו hosche האט מיין קאמפיוטער נישט געעפנט געהעריג, מסתמא צוליב זיין פילטער. כ'וואלט מיך געפרייט אויב דו קענסט לייגן א בילד פונעם יענעם ווארט.


זייט זשע מוחל ר' גרשון. אט דאס וועבזייטל שטייט:
hosche, mhd., st. M.: nhd. Spott; Hw.: vgl. mnd. hosch (1); Q.: Brun (1275-1276) (FB hosche), Martina; E.: ahd. hosk* 4, hosc, st. M. (a?, i?), st. N. (a), Spott, Hohn, Verhöhnung; weitere Herkunft unklar; W.: nhd. DW-; L.: Lexer 93a (hosche)
hoschen, mhd., sw. V.: nhd. spotten, verspotten; Hw.: vgl. mnd. hoschen; Q.: KvWTroj (1281-1287), Renner; E.: s. hosche; W.: nhd. DW-; L.: Lexer 93a (hoschen)
hose, mhd., sw. F.: nhd. Hose, Hosen, Bekleidung der Beine, Beinkleid; Vw.: s. bein-, gurt-, īsen-, leder-, līn-, scharlachs-, seites-, seits-; Hw.: s. hosen; vgl. mnd. hōse; Q.: Eilh, Ren, ErzIII, BrE, Enik, GTroj, Kreuzf, HvNst, Ot, WernhMl (FB hose), BdN, Erinn, ErnstB, Exod (um 1120/30), GFrau, Iw, Karlmeinet, Kolm, KvWPart, KvWTroj, Loheng, Parz, PassI/II, Rennaus, Rol, Roth, StrKarl, Trist, UvLFrd, UvZLanz, Wig, Urk; E.: ahd. hosa 23, sw. F. (n), „Hose“, Beinkleid, Strumpf, Schuh; germ. *husō, *husōn, sw. F. (n), Hose, Hülle, Beinkleid; W.: nhd. Hose, F., Hose, Hosen, DW 10, 1837; L.: Lexer 93a (hose), WMU (hose 475 [1281] 4 Bel.)


איך קען זוך דעם באטייט פון א סימן, אבי וועלכער עס איז, אויפן וועבזייטל אויב איר ווילט.

גרשון האט געשריבן:behaben ווערט געטייטשט to behave, דאס איז א היבשער מרחק פון אונזער באנוץ מיט דעם ווארט, "צו האבן באקאנטשאפט." אבער ס'קען פארט זיין.


טאקע. אפשר איז דער באטייט פון behaben אין אלטן דייטש געווען אנדערש ווי היינט, איך ווייסט נישט. סיי ווי סיי הארקאווי האט געקענט טעות האבן וועגן דעם.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גרשון האט געשריבן:behaben ווערט געטייטשט to behave, דאס איז א היבשער מרחק פון אונזער באנוץ מיט דעם ווארט, "צו האבן באקאנטשאפט." אבער ס'קען פארט זיין.

למעשה קלער איך אז דער מקור צו הבנה-פארשטאנד איז נישט צופיל מער פארשטענדליך. ביי סברות זענען אלזא אייניג; ווייט אבער פארט מעגליך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ווער גייט עס אריינשיקן צו מעלות?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”