חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוגוסט 26, 2007 2:02 am

חוזק מלשון שטארקייט?
חויזעק?
כויזעק?
סתם קינדעריש גערעדאכטץ?

וואסי פשט פון דעם ווארט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » זונטאג אוגוסט 26, 2007 9:56 am

דער ווארט ווערט געשריבן "חוזק" פונקט ווי אין לשון קודש. וואס איז די מקור דערפון, ווארט איך צו הערן פון אונזערע גדולים דא.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

Re: חוזק אין די לענג; חוזק אין די ברייט

תגובהדורך ערנסטער » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 9:17 am

שוועמל האט געשריבן:חוזק מלשון שטארקייט?

צו קענען מאכן פון אלץ חוזק איז דאך אויכעט א מין שטארקייט. :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 3:03 pm

בלשון סגי נהור, אזוי ווי חעלם איז נאריש, און למך איז די גרעסטע שוטה
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מאי 30, 2012 2:02 pm

אלעקסיי האט געשריבן:בלשון סגי נהור, אזוי ווי חעלם איז נאריש, און למך איז די גרעסטע שוטה

חוזק ווערט גענוצט ווען איינער בלייבט אויסגעשפילט, וואס האט עס מיט שוואכקייט די סגי נהור פון חוזק?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מאי 31, 2012 10:22 am

אלעקסיי האט געשריבן:בלשון סגי נהור, אזוי ווי חעלם איז נאריש, און למך איז די גרעסטע שוטה




מיט וואס איז נאריש די סגי נהור פון חעלם?
און מיט וואס איז די גרעסטע שוטה די סגי נהור פון למך?

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » פרייטאג יוני 01, 2012 5:18 am

מאך נישט חוזק...

וואס איז דאס ווארט?
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג יוני 01, 2012 5:23 am

געהערט אמאהל אויף רש"י עה"פ ויעפילו לעלות ההרה
לשון חוזק אינגריש בלע"ז
קאמענטארען זענען איבעריג
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » פרייטאג יוני 01, 2012 5:58 am

ניט שיין חוזק מאכן פון די אונגארישע...
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג יוני 01, 2012 6:21 am

ענטשולדיגט
סידאך א בפיירעשע ראשע...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » פרייטאג יוני 01, 2012 6:34 am

יע יע, חעיזעק בלייבט חעיזעק, אבער ניט קיין שיינע זאך דאס צו פראקלאמירן בעראבים, ניט אלעס דארף מען אזועי אויסקלאפען אויפען בימע...
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג יוני 01, 2012 6:40 am

שויתי
זיינט איר א מאדזשאר?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » פרייטאג יוני 01, 2012 6:45 am

ווענדט זיך פון וועלכע זייט, כ'האב פון אלעמען ב"ה...
פוילן, אונגארן, אוקריינא, ראמעניע, טשעכ-סלאוואקיי, אר"י, ולמעלה בקודש...
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג יוני 01, 2012 6:48 am

אההה
אחדות ביי כלל ישראל...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3742
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:46 pm

חוזק איז דאס פארקערטע פון מוחזק, דהיינו ווען ס'געלט ליגט ביי מיר בין איך מוחזק און דו ביזט חוזק. וכן איפכא.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:05 pm

אהה, עפעס א דערהער.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מוצ"ש אפריל 19, 2014 11:47 pm

אן אינטערסאנטן זאך האב'ך געמערקט אז אין גוגל טרענסלעיט פון היברו צו ענגליש זאגט ער פאר 'חוזק' נאר 'סטרענט', משא"כ פון אידיש צו ענגליש שרייבט ער 'פאן'.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מוצ"ש אפריל 19, 2014 11:50 pm

נו, האטער דאך ריכטיג אפגעטייטשט ביידע שפראכן, וואסי דער חידוש? אפשר טאקע דאס?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג אפריל 20, 2014 11:16 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:נו, האטער דאך ריכטיג אפגעטייטשט ביידע שפראכן, וואסי דער חידוש? אפשר טאקע דאס?

מ'האט אין דעם אשכול דן געווען צו 'חוזק' [ווען עס ווערט גענוצט אזויווי 'ליצנות'] האט עפעס מיטן לשון הקודש'דיגע 'חוזק'.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג אפריל 20, 2014 11:33 am

חוזק און לה"ק מיינט שטארק, און דאס אידישע חויזעק, קומט מסתמא פון אנאנדער שפראך, און ס'פארדרייט געווארן צו שרייבן מיט די לשון קודש'דיגע אויסלייג.

אגב, "מעלות" רעדט זיכער ערגעץ דערוועגן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
שמחת עולם
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » מאנטאג מאי 05, 2014 5:02 am

איך בין אויפגעקומען מיט א חידוש, איך ווייס נישט צו איך בין גערעכט, אויב נישט זאל עס כאטשיג זיין א שטיקל מוסר.

עס שטייט אין פסוק (ישעיהו כח, כב) ועתה אל תתלוצצו פן יחזקו מוסריכם כי כלה ונחרצה שמעתי מאת .... צבאות על כל הארץ.

רש"י זאגט אויף 'מוסריכם': יסורין.
די מקור איז א גמרא (ע"ז יח, ב), כל המתלוצץ יסורין באין עליו שנאמר ועתה אל תתלוצצו פן יחזקו מוסריכם. אמר להו רבא לרבנן במטותא בעינא מינייכו דלא תתלוצצו דלא ליתו עלייכו יסורין.

ווי אויך זאגט דער מצודת דוד אויף 'פן יחזקו מוסריכם': פן יתחזקו היסורים המוכנים לכם.

נו, איך מיין אז די פשט פון "חוזק מאכן" איז שוין קלאר. וואס האלט איר?
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג מאי 05, 2014 9:04 am

וואס זעסטו דא, חוץ אז חוזק מיינט שטארק?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
שמחת עולם
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » מאנטאג מאי 05, 2014 9:22 am

לערן פשט אין פסוק: "ועתה אל תתלוצצו" מאכט'ס נישט קיין לצנות, "פן יחזקו מוסריכם" ווייל דאס קען פארשטארקען חלילה ענקער יסורים.

ד.ה. אז ווען א מענטש מאכט לצנות, טוט ער חלילה "חוזק" מאכן (פארשטארקען) זיינע יסורים.
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג מאי 05, 2014 9:57 am

אה, דאס קאן זיין א גוטער פשט. און לפי זה ווערט אנגערופן א "חוזק" עמיצער וואס מ'מאכט פון אים לצנות.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג מאי 05, 2014 2:46 pm

שמחת עולם האט געשריבן:לערן פשט אין פסוק: "ועתה אל תתלוצצו" מאכט'ס נישט קיין לצנות, "פן יחזקו מוסריכם" ווייל דאס קען פארשטארקען חלילה ענקער יסורים.

ד.ה. אז ווען א מענטש מאכט לצנות, טוט ער חלילה "חוזק" מאכן (פארשטארקען) זיינע יסורים.


א שיינע דערהער
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט