בלאט 4 פון 12

געשריבן: מוצ"ש אפריל 11, 2015 9:35 pm
דורך פינטל
טייטש פון אייוועלט?

געשריבן: מוצ"ש אפריל 11, 2015 9:49 pm
דורך קנאפער ידען
פינטל האט געשריבן:טייטש פון אייוועלט?

פון דא:
מידער האט געשריבן:למה נקרא שמו איי-וועלט, צו דערמאנען אז די וועלט איז א גלגל החוזר, יעדע שטיק צייט דאכט זיך אז אונזער איי האט געכאפט א קרעק, אבער צום סוף זעהט מען אז לא ירעו ולא ישחיתו (נישט געפאשעט און נישט פארדארבען).

געשריבן: מוצ"ש אפריל 11, 2015 9:55 pm
דורך גערעכטער
מלשון iPhone וכדומה.
אינטערנעט וועלט.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 7:32 pm
דורך גערעכטער
כליפ כליפ - איך וויין, צו'כליפ'עט..

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:24 pm
דורך טויסט
סארא = וואס פאר א..

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2015 1:30 pm
דורך גערעכטער
אסאפ - ASAP (קרעדיט: שנאפס..)

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2015 1:02 pm
דורך גערעכטער

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2015 1:24 pm
דורך מיסטעריעז
איך האב עס מפענח געווען "מיט אלע פירושים און דקדוקי פירושים".

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2015 1:40 pm
דורך קנאפער ידען
גערעכטער האט געשריבן:מאפאדפ ?

מיט א פינטל אין דער פ'

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2015 10:58 pm
דורך קברנה סובניון
קנאפער ידען האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:מאפאדפ ?

מיט א פינטל אין דער פ'
מיסטעריעז האט געשריבן:איך האב עס מפענח געווען "מיט אלע פירושים און דקדוקי פירושים".

מחלוקת הפוסקים!
ולהלכה מחמרינן כתרווייהו.

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2015 2:12 am
דורך קברנה סובניון

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2015 2:25 am
דורך קנאפער ידען
קברנה סובניון האט געשריבן:אנמביגדפ ?
viewtopic.php?p=1062941#p1062941

(דער אל"ף איז לכאורה א טעות) נישט ממש באט יו געט דע פוינט.

געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2015 7:24 pm
דורך קברנה סובניון
קנאפער ידען האט געשריבן:
קברנה סובניון האט געשריבן:אנמביגדפ ?
viewtopic.php?p=1062941#p1062941

(דער אל"ף איז לכאורה א טעות) נישט ממש באט יו געט דע פוינט.

אנדערע זאגן:
א'פשר נ'שט מ'מש וכו'

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 11:52 pm
דורך גערעכטער
מא"ק ?

נק"נ ?

מא"פ ?

אא"פ ?

יד"מ ?

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 11:57 pm
דורך שמאטע
מא"ק: מ'שמעקט א' ק'נאבל
נק"נ: נ'ישט ק'יין נ'אפקעמינע
מא"פ: מ'רופט א'ויס פ'ארדעם
אא"פ: א'ויב א'זוי פ'רעג!
יד"מ: י'חי ד'וד 'מלכא

געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2015 12:07 am
דורך גערעכטער
שמאטע, כ'מיין איינער ווארט דיר אין א אנדערע אשכול..
---
מא"פ = מיט א פינטל (?)
אא"פ = אן א פינטל (?)

געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2015 12:16 am
דורך מיסטעריעז
סיי איהם און סיי א אנדערע אשכול?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:43 pm
דורך גערעכטער
#מנאא"ל (קרעדיט חילי ראשקאאל קאמפיין..)

מיינט נאכנישט אז איך לויף...

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:42 pm
דורך גערעכטער
פ״וו = פארוואס

געשריבן: מאנטאג פעברואר 22, 2016 11:30 pm
דורך גערעכטער

געשריבן: מאנטאג אפריל 11, 2016 3:01 pm
דורך אויסגערעכנט
פון ווי נעמט זיך די ׳ס׳ פאר ווערטער ווי למשל ׳ס׳ווייב׳ און נאך....?

געשריבן: מאנטאג אפריל 11, 2016 8:08 pm
דורך זינגער
אויסגערעכנט האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך די ׳ס׳ פאר ווערטער ווי למשל ׳ס׳ווייב׳ און נאך....?

"דאס מיינט" ס'מיינט
"דאס ווייב" ס'ווייב

געשריבן: מאנטאג אפריל 11, 2016 8:10 pm
דורך אויסגערעכנט
איך האב מישט געפרעגט וואס דאס מיינט... איך וויל וויסן וואו עס האט זיך אנגעהויבן

געשריבן: מאנטאג אפריל 11, 2016 8:16 pm
דורך יונה
ס'נעמט זיך פון מאראמאריש. דארט פלעגט מען אזוי שרייבן.

געשריבן: מאנטאג אפריל 11, 2016 8:47 pm
דורך שמאטע
אויסגערעכנט האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך די ׳ס׳ פאר ווערטער ווי למשל ׳ס׳ווייב׳ און נאך....?

viewtopic.php?f=21&t=1920