בעוד כברת ארץ - טרוקן ווי א רייטער
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7052
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
בעוד כברת ארץ - טרוקן ווי א רייטער
ער קומט אהיים מיט א צעטל אז פאר ניין טאלער מיט פינף און זיבעציג צענט קען ער קויפן א נייע שמות חומש, און פאר עקסטערע צוויי טאלער קריגט מען עס געבינדן. אבער מיר פערלאנגען ביטע נאר צו קויפן די געבינדענע...
איך קוק פון אויבן אויף אראפ און זאג אז ער האט נאך א הערליכע חומש פון פאריגעס יאהר. ניין טאטי, די יאהר זאגט מיין בענאאל אז מען ברויך א עוז והדר חומש, ווייל די אלטע איז א ציוניסטישע דרוק. נו גיי טענה דיך מיט א נארוואס געווארענעם קנאי.
אבער נישט איבער דעם איז דער אשכול, אוואו ערווענט אין קעפל. טייטש, פשוט עברי טייטש וואס ווערט פארגעסן פון היינטיגן יוגענט. די באוואוסטע ואני, וואס מיר האבען געציטערט נישט צו קענען ווארט ביי ווארט, איז היינט א שפיל ביי די קינדער. מען לערנט זיי אויס דעם טאן און זיי זאגען עס נאך צוקער זיס מיט א שמייכל, פונקט קאפויער אוואו אונז און אונזערע עלטערן זיינען געוואוינט געווען.
אקיצער, איין טייטש וואס אין מיינע חדר יארען איז דאס געווען קודש קדשים, איז געווען די ווארט בעוד כברת ארץ, איך בין נישט זיכער צו די ערשט פשט אדער גאר די צווייטע, אבער דער דער מלמד האט פערטייטשט, אז די ערד איז געווען טרוקען ווי א רייטער. היינט הער איך שוין פון די קינדערלאך זאלען זיין געזונט, טרוקן ווי א זיפל, לעכעריג די ערד וכהנה וכהנה.

לעצט פארראכטן דורך צו געזונט אום מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
עוז והדר טוט אלעס איינצונעמען די גאנצע וועלט מ'זאל נעמען נאר זייערע פראדוקטן, זיי קומען אין אלע תלמוד תורות איבעראל און מאכן מיטונגען מיט די מנהלים זיי צו איבערצייגן צו קויפן זייערע חומשים.
די סיבה גיט מען פאר די קינדער אז זיי נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה...
קיינמאל נישט געוואוסט אז די ארויסגעבערס פון די שיינע מאירת ענים חומשים נעמען געלט פון די ציונים... אוי וויי מיין עלצטע קינד איז שוין פארסמ'ט...

"איינעמען די גאנצע וועלט" "מ'זאל נעמען נאר זייערע פראדוקטן" - מיינסטו זיכער צו זאגן אז זיי ארבעטן צו אדווערטייזן, פארשפרייטן און רוקן ווי מער סחורה. אויב עס געלונגט זיי, אדרבה.
און אז זיי נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה האבן זיי די פולסטע רעכט עס איינצוקעשן דאהי, ביי אידן וועמען עס מאכט א נפק"מ.

מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
צווינגען די עלטערן צו צאלן נאך געלט פאר א נייע סעט חומשים בשעת ס'ליגט ביי יעדן אינדערהיים שיינע סעטס פון אנדערע ארויסגעבערס הייסט ביי מיר איינעמען די וועלט.
דערצו נאך ווען מ'קומט מיט באבע מעשיות מיט געלט פון די ציונים כאילו די אנדערע נעמען געלט פון די מדינה, סתם שקר וכזב וואס מבלאבעלט איין די קינדער.

וואס הייסט מ'צווינגט? מ'לאזט מער נישט ברענגען די רויטע חומשים? און די בלויע?
און פארוואס טראכסטו די אנדערע נעמען נישט קיין געלט? אז מען גיט נעמט מען געווענליך, חוץ אויב מען האט א סיבה נישט צו נעמען.
און פארוואס טראכסטו די אנדערע נעמען נישט קיין געלט? אז מען גיט נעמט מען געווענליך, חוץ אויב מען האט א סיבה נישט צו נעמען.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35252
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ביינונז האט מען געטייטשט געלעכערט ווי א רייטער.
איינע פון מיינע מלמדים האט געזאגט אז א רייטער מיינט א זופ.
די ערד איז געלעכערט ווי א רייטער/זופ
אלס רעזלטאט פון טריקעניש

לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
א רייטער מיין איך ניצט מען צו זיפן די ווייץ פון די שטרוי , ממילא האט עס גרעסערע לעכער, און קוק אויפן בילד וועסטו זען אז די געטריקענטע ערד קוקט נישט ווי די זיפל וואס מ'נוצט צו זיפן מעל נאר ס'האט אזאלעכע גרעסערע לעכער מילא שטימט בעסער רייטער,
און יא מיינע רבי'ס פלעגן אויך טייטשן רייטער, נישט אלע אבער א טייל זיכער,
------
איך מיין אז אין בראדוועי מצצה בעקעריי קען מען נאך זען א רייטער

העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אגב, לויט די מפרשים, איז די ערד נישט געווען געלעכערט פון טרוקעניש, ווייל דאן איז פשוט צו הייס געווען און פארשווערט צו פירן רחל ביז בית לחם, וואלט דאס געדינט אלס גוטע תירוץ וואס יוסף מוז אננעמען און נישט האבן קיין פאראיבל. נאר עס איז געווען געלעכערט צוליב דעם וואס עס איז געווען דער צייט פון אקערן די פעלדער, וואס דאן איז נישט צו קאלט אדער הייס אדער רעגנדיג.
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15904
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

ר' ק.נ.א. וועטער
איך וועל אייך מעתיק זיין אפאר שורות פון מיין באליבטע חומש רש"י המבואר (פ' וישלח, בראשית ל"ה, ט"ז)
רש"י שרייבט דארט אויף כברת הארץ: ואגדה, בזמן שהארץ חלולה ומנוקבת ככברה, שהניר מצוי {ביאורי רש"י: עת החרישה. כלומר שהארץ היתה מנוקבת כנפה מחמת החרישה [ולא מחמת השרב המבקיע את הקרקע הצחיחה] (רא"ם וגו"א).}, הסתיו עבר והשרב עדיין לא בא {ביאורי רש"י: ואז הוא עת החרישה [בפסיק"ר איתא (פ"ג) שהיה בין פסח לעצרת. שאז זמן חרישה שאחר הקצירה (מלכה של תורה, עיין רש"י ב"מ קג. ד"ה לחרוש אחריו)]}

- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
געווען א ראבא קאל היינט אן קיין בושה
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר